בלאט 1 פון 1

ביבי אויפן שטול.... עפעס איז צו שטיל

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 6:28 pm
דורך כוואליעס
רבותי. זייטס גרייט, עפעס איז צו שטיל, עס קומט העווי עקשן, באלד וועט מען הערן מיסטעריעזע אויפרייסן אין איראן נוקלעארע פלענט'ס, אדער אפשר וועט מען גאר זיכער מאכן אז די רעזשים פאלט, איך ווייס נישט וואס, אבער עס איז נישט די סטייל פון ביבי צו שלאפן.

אדער אפשר נישט, אפשר האט זיך ביבי געטוישט, אפשר האט ער זיך בארואיגט?
וואס האלט איר?

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 7:22 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כוואליעס האט געשריבן:רבותי. זייטס גרייט עפעס איז צו שטיל, עס קומט העבי עקשן, באלד וועט מען הערן מיסטריעזע אויפרייסן אין איראן נאקלארע פלענט'ס, אדער אפשר וועט מען גאר זיכער מאכן אז די רעזשים פאלט, איך ווייס נישט וואס אבער עס איז נישט די סטייל פון ביבי צו שלאפן.
אדער אפשר נישט, אפשר האט זיך ביבי געטוישט, אפשר האט ער זיך בארואיגט?
וואס האלט איר?
שוין גארנישט שטיל, ריזיגע פראטעסטן אין תל אביב קעגן די נייע רעגירונג. די לינקע האלטן עס נישט אויס אז ס'אריינגעקומען א שטארק רעכטע און פרומע רעגירונג, וואס האבן צוגעזאגט צו טוישן דעם יוסטיץ סיסטעם, די ביוראקראטיע, די פארשנעלערן די אויפבוי פון די שטחים, און נאך.
איתמר בן גביר דער נייער סעקיוריטי מיניסטער וואס נעמט אריין די משטרה האט שוין נעכטן געפאדערט פון די פאליציי צו ארעסטירן די אלע פראטעסטירער וואס בלאקירן דעם טרעפיק אין תל אביב. בן גביר האט געזאגט פאר די פאליציי אז זיי זאלן זיך אויפפירן צו די פראטעסטירער אין תל אביב פונקט ווי זיי פירן זיך אויף צו די פרומע פראטעסטירער אין ירושלים, שפריצן וואסער קאנאנען צו פארטרייבן די דעמאנסטרירער.

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 8:03 pm
דורך צוזאמגעדרייט
לאמיר זעהן אז בן גביר זאל הייסן די משטרה שפריצן באָאַש אין תל אביב (וואטעווער די ספעלינג איז)

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 8:11 pm
דורך צוזאמגעדרייט
כוואליעס האט געשריבן: עס איז נישט די סטייל פון ביבי צו שלאפן.
אדער אפשר נישט, אפשר האט זיך ביבי געטוישט, אפשר האט ער זיך בארואיגט?
וואס האלט איר?
שווער צו זאגן אז מיסטריעזע אויפרייסן פון איראנע דראון פארבריקן האט צוטון ממש מיט ביבי. אזאנע אפעראציעס נעמען אריין יארן פון אויפשטעלן שפיאנאזש נעצן אינערהאלב איראן און זיך אריין-דרייען און אינטער שמירן וכו'.

די ישראלישע רעגירונג און איר געהיים אגענטורן זענען קיינמאל נישט געשלאפן, ס'איז אייביג געווען "עקשאן".

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:17 pm
דורך פרנס החודש
כוואליעס האט געשריבן:רבותי. זייטס גרייט, עפעס איז צו שטיל, עס קומט העווי עקשן, באלד וועט מען הערן מיסטעריעזע אויפרייסן אין איראן נוקלעארע פלענט'ס, אדער אפשר וועט מען גאר זיכער מאכן אז די רעזשים פאלט, איך ווייס נישט וואס, אבער עס איז נישט די סטייל פון ביבי צו שלאפן.

אדער אפשר נישט, אפשר האט זיך ביבי געטוישט, אפשר האט ער זיך בארואיגט?
וואס האלט איר?
וואס הייסט עס איז שטיל? א וואך אריין און טערקיי האט שוין אריבערגעשיקט אן אמבאסאדאר. וויפיל זאכן דארפן פאסירן אין איין וואך?

נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2023 9:20 pm
דורך [NAMELESS]
ס'ווערט אויך באריכטעט אין די נייעס, אז די רעגירונג עפענט אויף אן אויספארשונג, אנקעגען דריי ישראלים פון די "מאה שערים" געגענט וואס האבן באזוכט פאלעסטינער טעראריסטן אין די שטחים, מיט פאליסטינער פענער און געלאזט כאפן בילדער מיט זיי. און מיט דעם אקט האבן זיי עובר געווען אויף דעם הארבען חוק פון התחברות לרשעים = ארגוני טרור. וואס איז זייער אן הארבע חטא, מיט א מעגליכקייט פון איינגעשפארט ווערען אין תפיסה ...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 12:03 am
דורך berlbalaguleh
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:לאמיר זעהן אז בן גביר זאל הייסן די משטרה שפריצן באָאַש אין תל אביב (וואטעווער די ספעלינג איז)
צוזאמגעדרייט: יא. אבער פארגעס נישט אז אין מאה שערים האט מען געווארפן באניצטע פעמפערס אויף די קעפ פון די פאליציי פון די פענצטערס. ס'נישט אז זיי (די פאליס) זענען צדיקים. אבער אז מ'ווארפט כאפט מען אליינס.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 12:12 am
דורך דאס איז נישט מיך
אזא לעבעדיגקייט וואס טוטציך יעצט אין ישראל איז שוין לאנג נישט געווען

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 12:20 am
דורך צוזאמגעדרייט
berlbalaguleh האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:לאמיר זעהן אז בן גביר זאל הייסן די משטרה שפריצן באָאַש אין תל אביב (וואטעווער די ספעלינג איז)
צוזאמגעדרייט: יא. אבער פארגעס נישט אז אין מאה שערים האט מען געווארפן באניצטע פעמפערס אויף די קעפ פון די פאליציי פון די פענצטערס. ס'נישט אז זיי (די פאליס) זענען צדיקים. אבער אז מ'ווארפט כאפט מען אליינס.
באָאַש (נו, זאל שוין איינער אויפרעכטן מיט די ריכטיגע ספעלינג) איז אן עבירה פאר זיך. דאס מאכט חרוב געשעפטן און הייזער פון אומשולדיגע מענטשן.

עס מאכט נישט אויס וויפיל פעמפערס עס זענען געפלויגן. דער ספרדישע ניסל סוחר וואס האט ערליך אפגעדינט אין דאס אידישן מיליטער, ברויך נישט דערלייגן דאס גאנצע אינהאלטן פון זיין געשעפט און צאלן שווערע געלטער דאס צו אויסרייניגן, צוליב אפאר צענדליגע פאנאטישע דעמאסטרירער איינגעהילט אין גאלדענע כאלעטן און פאכענען מיט פלאטשיגע היטן אין-פנים-אריין פון די פאליציישע-פערד.

אגב, מען האט דאס אויך געשפריצט ביי שרי ישראל און יפו
-----

קום אריין קלאר מיט די באַניצטע-באַנעצטע פעמפער מעשה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 1:57 am
דורך קהל'ס נער
מען שרייבט עס בואש.
יוי דעי טראומה קימט מיך ארויף אין נאז, די גרוך פאקט איין די ראדני ס'כיסא'ס ביי פאר.
איז אזוי ביז אפאר יאר צוריק פלעגן זיי נאך טיילן פעטש מיט נאגייקעס, יא יא, דעיס מיט וואס די רויבער האבן געשריגען כא כא כא, למעשה האבן איינעם כמעט געהרגט און ס'אנגעקימן אים קאורט עפעס אזוי כ'געדעינק נישט פונקט די מעשה, און זייט דעמאלט ניצן זיי די בואש.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 4:37 am
דורך דאס איז נישט מיך
כהיום איז בואש אויכעט אסור
די לעצטע שטיק צייט ניצען זיי עס נישט אפילו אין די חרדישע געגענטער
זיי נוצן פלענע וואסער

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 11:14 am
דורך פרנס החודש
פרנס החודש האט געשריבן:וואס הייסט עס איז שטיל? א וואך אריין און טערקיי האט שוין אריבער געשיקט אן אמבאסאדאר, וויפיל זאכן דארפן פאסירן אין איין וואך?
איך האב פשוט פארגעסן צוצולייגן אז אזערבידשאן האט אויך געשיקט אן אמבאסאדאר צום ערשטן מאל, און דאס אלעס אין די ערשטע וואך!!!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 1:47 pm
דורך אלע צוזאמען
כוואליעס האט געשריבן:רבותי. זייטס גרייט, עפעס איז צו שטיל, עס קומט העווי עקשן, באלד וועט מען הערן מיסטעריעזע אויפרייסן אין איראן נוקלעארע פלענט'ס, אדער אפשר וועט מען גאר זיכער מאכן אז די רעזשים פאלט, איך ווייס נישט וואס, אבער עס איז נישט די סטייל פון ביבי צו שלאפן.

אדער אפשר נישט, אפשר האט זיך ביבי געטוישט, אפשר האט ער זיך בארואיגט?
וואס האלט איר?
'ביבי' האט זיך נישט געטוישט, ער איז דא פאר עקשאן און שטארקע טשעינדזשעס, אבער ער גייט זייער אויסגערעכנט און קלוג, רואיג און געלאסן, אזוי גייט ער שוין פאר יארן, ס'נעמט צייט אסאך מאל ביז זיינע מעשים קומען ארויס אין די עפענטליכקייט, אזויווי זיין שפיאנאזש נעצן אין 'איראן' האבן געוויזן, ס'האט געדויערט יארן אבער היינט איז שוין 'איראן' אויך מודה אז מדינת ישראל האט א שטארקע אנוועזענהייט אין זייער לאנד.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 7:24 pm
דורך כוואליעס
פאר די אלע וואס האבן געשריבן אז עס טוט זיך יא אין מדינת ישראל, א שכח, אבער איך האב גערעדט פון באמבאדירונגען אין סיריע, פראבלעמען מיט איראן וכו'. איך גלייב אז אונטערן טיש גייט פאר גרויסע זאכן, ענד דאנט בי סופרייסט אז איין טאג וועקסטו זיך אויף און דו הערסט אז עפעס האט אויפגעריסן אין איראן, אדער א הויכע גענעראל פון איראן איז געהארגעט געווארן, וכדו',

דרך אגב. איך טראכט אז עס וואלט געווען א גוטע געדאנק אז אלע חרדים פון נוא יארק זאלן זיך פאקן פעק פארקויפן אלע מוסדות און מאכן א גרויסע עליה קיין ארץ ישראל, גענוג געליטן פון די ליבעראלן, גזירת החינוך, פון די עף בי איי, פון עלעקשן פראוד, דאכט זיך מיר אז בן גביר זוכט מענטשן אנצופילן די שטחים, אפשר וועט ער גאר ארויסווארפן אלע אראבערס פון אלט שטאט, איין טאג וועט נאך שער שכם ווירבלען מיט אידן פינקט ווי שוק מחנה יהודה, איך מיין נישט צו זאגן אז אונז גיימיר זיך דארט באזעצן, דארט וועט ווערן מאה שערים, בקיצור עס וועט זיין לעבעדיג,

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 7:33 pm
דורך berlbalaguleh
כוואליעס: זיסע חלומות. דאס גייט נאר געשעהן בביאת משיח צדקנו (בב"א). נאכדעים וואס די שמוציגע ש***ע אראבערס וועלן אינגאנצן אראפפאלן. (עיי' בעל הטורים סוף פ' חיי שרה עה"פ על פני כל אחיו נפל.)

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 7:47 pm
דורך צוזאמגעדרייט
חרידים אין ארץ ישראל ליידן פונקט ווי אין אמעריקע.
בן גביר איז יעצט אין מאכט, אבער קיינער ווייסט נישט וויאזוי די רעגירונג וועט אויסזען אין א צייט ארום.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 7:50 pm
דורך כוואליעס
אז אונז וועל מיר אלע אריבערגיין וועט עס אויסזען אסאך בעסער, עס וועט צוקומען אסאך בענקלעך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
כוואליעס: דאמאלס לאמיר שוין ענדערש מתפלל זיין אויף ביאת המשיח. דאמאלס וועט זיכער זיין גוט. די שאלה איז נאר וואס וועט קומען ערשט. משיח. אדער ישוב ארץ ישראל...ס'איז א מחלוקת הראשונים.. (קדם הראשונים.חכמי התלמוד).....!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 12, 2023 9:30 pm
דורך [NAMELESS]
איינס פון ביבי'ס שווער ארבעט, איז קער צונעמן די חילוקי דעות צווישען די פרומע פארטייען, ספעציעל ווען ס'קומט צי עניני דת ומדינה. שוין יעצט דא א סכסוך צווישען מזרחי און אגודה, ווער ס'זאל זיין דער "ראש מערך הגיור" וואס איז דער אחראי אויף אלעס ארום גיור.

ווער ווייסט, האלב רעגירונג באשטייט דאך פון פרומע, אפשר וועט נאך נתניהו קענען עפעס מפשר זיין אין די גור'ע סכסוך...