בלאט 1 פון 1

מקבל זיין יסורים / תפילה לישועה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:45 pm
דורך קאווע טרינקער
וויאזוי ארבעטן די צוויי צוזאמען?

פון איין זייט, איז דאך אן ענין צו מקבל זיין יסורים. איך גלייב אז ה' מיינט מיין גוטס, און אז ער רודף'ט מיך מן הסתם וועל איך נאך געוואר ווערן וואס זיין כוונה איז געווען.
פון די אנדערע זייט איז דא א ענין פון תפילה, מ'בעהט, מ'זאגט א ספר אין נ"ך (כ'מיין ס'הייסט תהלים?), מ'איז זיך מזכיר ביי עשירים (כ'מיין רבי'ס) וכו'.

כ'פארשטיי ס'איז שיין מתפלל צו זיין אויף יענעמ'ס צער, אבער אויף די אייגענע? פארוואס נישט "וידום אהרן"?

(כ'בעט פליז מ'זאל מיר נישט ענטפערען מיט חסיד'ישע טייטשן, נאר לאגיש.)