בלאט 1 פון 3

מעגן מענער שלאגן זייערע ווייבער?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 7:58 pm
דורך חאצקל
אז מ'איז שוין דן דא אין די פארשידענע אשכולות, צו פרויען מעגן דרייוון, טראגן הויזן וכו', לאמיר אויך דן זיין צו מענען מעגן שלאגן ווייבער עפ"י הלכה...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:00 pm
דורך זר זהב
עפ"י הלכה מעג מען. איך האב א העטער.
און אז מ'רעדט שוין. מעגן ווייבער שלאגן מענער?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:04 pm
דורך שרייבער
זר זהב האט געשריבן: מעגן ווייבער שלאגן מענער?


ס'איז א שאלה פון ונשמרתם

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:05 pm
דורך חכם מחוכם
חצקעלע, אונז זעמיר נישט קיין ספרדים.......

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:08 pm
דורך חאצקל
מיר דאווענען נוסח ספרד...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:22 pm
דורך שמואל הלוי
חאצקל האט געשריבן:לאמיר דן זיין צו מענען מעגן שלאגן ווייבער עפ"י הלכה...

אריין אין הלכות הכאה אשכול ;)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:54 pm
דורך אויס מענטש
אין מדרש שטייט אז אדה"ר האט געהאט א ערשטע ווייב אין זי געווען א מורדת האט איר אדה"ר געשלאגן אין זי איז געשטארבן
{זעהט אויס אז זי האט יא איבערגעלאזט דורות ההולכים בדרכיה}
אין ייטב לבס ישיבה האט געלערנט א בחור א בן יחיד ווען האט ער חתונה געהאט האט ער געשלאגן די ווייב,
הטא דאס ווייבל זיך אפגערעדט פארן ייטב לב , דער ייטב לב האט אים געלאזט רופן און ארויס געשיקט יעדן פון שטוב און ארויס גענומען דעם קאנטשיק און דערלאנגט מנה אחת אפיים,
נאכדעם פרעגט אים דער ייטב לב איא פעטש טוט וויי?
איך האב געטראכט און געוואוסט אז די אלץ בן יחיד האט קיינמאל נישט טועם געווען טעם פעטש במילא האסטו נישט געוואוסט אז עס טוט וויי
יעצט וועסטו שוין וויסן ע"כ המעשה
און גלייב מיר ווען די ספרדים וואלטן צוריק געכאפט וואלטן זיי אויך נישט געשלאגן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 8:59 pm
דורך אויס מענטש
אז די ווילסט שלאגן דיין ווייב מוז דיין וויב דיך אויך קענען צוריק שלאגן
מיין רבי אין חדר פלעגט זאגן "ונתנו" גייט אהין צוריק,
און איך לייג צו אז "פעטש" גייט אויך אהין צוריק ודו"ק

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:01 pm
דורך חאצקל
"הכה" גייט אהין און צוריק

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:05 pm
דורך חאצקל
דער פלא יועץ שרייבט אז מען זאל נישט שלאגן די ווייבער מער ווי מען דארף און אויך זאל עס נישט זיין מיט אכזריות ודו"ק

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:12 pm
דורך חאצקל
און אז מ'רעדט שוין, לאמיר דיסקאסירן יסודות'דיג, ווער איז בדרך כלל פיזיש שטערקער, א מאן אדער א פרוי? ס'הייסט אז מענער, אבער אפשר איז עס סתם אן איינרעדעניש,

והא ראי', ס'קומען לעצטנס אויף פרויען פאליציי, מעגליך דערפאר ווייל זיי הייבן זיך אן צו כאפן אז בעצם זענען זיי נישט שוואכער ווי מענער, מ'האט זיי בלויז איינגערעדט, און פון דעם נעמט זיך דער פחד און אומקאנפעדענס וואס ס'יאז דא ביי פרויען ווען זיי דארפן זיך פארמעסטן פיזיש קעגן מענער, און צוביסליך הייבן זיי זיל אן ארויסצושלאגן דאס פון קאפ.

לענינו, עס איז גארנישט אזוי זיכער אז ווען פרויען מקלן צוריק אז דער מאן וואלט בדרך כלל געווינען

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:47 pm
דורך איך אויך
חכם מחוכם האט געשריבן:חצקעלע, אונז זעמיר נישט קיין ספרדים.......

יש ויש איך וואלט דיר נישט געראטן זאלסט אריינפאלן ביי א מעראקאנר אין די הענט בשעת כעסה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:10 pm
דורך ונבנתה העיר
חאצקל האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין, לאמיר דיסקאסירן יסודות'דיג, ווער איז בדרך כלל פיזיש שטערקער, א מאן אדער א פרוי? ס'הייסט אז מענער, אבער אפשר איז עס סתם אן איינרעדעניש,

והא ראי', ס'קומען לעצטנס אויף פרויען פאליציי, מעגליך דערפאר ווייל זיי הייבן זיך אן צו כאפן אז בעצם זענען זיי נישט שוואכער ווי מענער, מ'האט זיי בלויז איינגערעדט, און פון דעם נעמט זיך דער פחד און אומקאנפעדענס וואס ס'יאז דא ביי פרויען ווען זיי דארפן זיך פארמעסטן פיזיש קעגן מענער, און צוביסליך הייבן זיי זיל אן ארויסצושלאגן דאס פון קאפ.

לענינו, עס איז גארנישט אזוי זיכער אז ווען פרויען מקלן צוריק אז דער מאן וואלט בדרך כלל געווינען

עס איז א סייענטיפישער פאקט מיט פשוט'ע סיבות, די אלע פילפולים זענען נישט מעלה ומוריד.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:10 pm
דורך איינער
חאצקל האט געשריבן:אז מ'איז שוין דן דא אין די פארשידענע אשכולות, צו פרויען מעגן דרייוון, טראגן הויזן וכו', לאמיר אויך דן זיין צו מענען מעגן שלאגן ווייבער עפ"י הלכה...


וואספארא שאלה! זיכער אז נישט. אין א ציווילע געזעלשאפט האט שלאגן די ווייב נישט קיין פלאץ.
מרס חצקל, אויב די ליינסט דעם אשכול. נעקסטע מאל וואס חצקל הייבט זיינע הענט, רוף גלייך די פאליציי.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:16 pm
דורך חאצקל
אויב רעדסטו וועגן שלאגן אין א ציוועלע געזעלשאפט, וואס איז מיט מלמדים און עלטערן וואס שלאגן?
סייווי, מיר אידן גייען מיט די הלכה, נישט וואס ס'איז איינגעפירט אין א ציוועלע געזעלשאפט. אין א ציוועלע געזעלשאפט גייט מען שוין היינט אויך נישט מיט קיין גרויסע זין הוטן אינמיטן א פראסטיגער ווינטער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:17 pm
דורך פראפעסאר שפירא
אפשער מאכט מען א סטאדי, צען ניקס זאלען דעי וואך שלאגען זייערע ווייבער, 5 אן א שטעקען אין 5 מיט א שטעקען, אין זאלען דא פאוסטען די רעזולטאטען, עמער וויסען צי אזא זאך איז בכדי שיעשו,

נו ווער וואלענטירט, די ערשטע פינעף וואלענטירען וועלען קענען שלאגען מיט א שטעקען, אין די איבריגע מיט די הענט,

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:19 pm
דורך חאצקל
איך בין גרייט מיט ביידע :) אבער נישט פאר איך נעם ארויס אלע טעפ פון שטוב...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:21 pm
דורך חאצקל
איינער האט געשריבן: מרס חצקל, אויב די ליינסט דעם אשכול. נעקסטע מאל וואס חצקל הייבט זיינע הענט, רוף גלייך די פאליציי.


איך וועל עס איבערגעבן פאר מיין עקרת הבית

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:32 pm
דורך פראפעסאר שפירא
גוט מארגען לאמיר הערען די רעזולטאטען,

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:34 pm
דורך Shmilly
און ספרד איז דא א היתר צו שלאגען אפילו אשתו נ..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:45 pm
דורך שמעקעדיג
ווייל ס׳איז נישט דרך חיבה...

מ׳האט שוין ערגעץ ארומגערעדט דערפון אינעם שטיבל. ווארשיינליך באלאנגט עס מאחורי הפרגוד.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:41 am
דורך טעפל
שמעקעדיג האט געשריבן:ווייל ס׳איז נישט דרך חיבה...

מ׳האט שוין ערגעץ ארומגערעדט דערפון אינעם שטיבל. ווארשיינליך באלאנגט עס מאחורי הפרגוד.

איינער האט אנגעפרעגט אזא שאלה ביי הרב וואזנער'ן און ער האט דאס געענטפערט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:48 am
דורך מורינו הרב
איך האב געהערט פון א איד, וואס האט געקענט איינעם וואס פלעגט פראסקענען אין גרויסן. האט אים יענער געפרעגט "וואס איז מיט דיר, מען וועט דיר איין טאג ארעסטירן...", האט יענער געענטפערט "מען דארף וויסן וואו צו שלאגן... מען שלאגט נישט סתם אזוי, מען שלאגט אויף אזעלכע פלעצער וואו זי וועט נישט ארומגיין ווייזן פאר יעדן אז דאס האט מען איר געטאן..."