מתבודד האט געשריבן:@שמן, די תורה
איז א לייוו דאקומענט וואס די וואס טוישן עס (אדער: זאגן וואס די כוונת התורה איז) זענען די רבנים, און די כח זייערע קומט טאקע פון די תורה אליינס.
די תורה האט געשריבן:וּבָאתָ אֶל הַכֹּהֲנִים הַלְוִיִּם וְאֶל הַשֹּׁפֵט אֲשֶׁר יִהְיֶה בַּיָּמִים הָהֵם, וְדָרַשְׁתָּ וְהִגִּידוּ לְךָ אֵת דְּבַר הַמִּשְׁפָּט.
וְעָשִׂיתָ עַל פִּי הַדָּבָר אֲשֶׁר יַגִּידוּ לְךָ מִן הַמָּקוֹם הַהוּא אֲשֶׁר יִבְחַר ה' וְשָׁמַרְתָּ לַעֲשׂוֹת כְּכֹל אֲשֶׁר יוֹרוּךָ.
עַל פִּי הַתּוֹרָה אֲשֶׁר יוֹרוּךָ וְעַל הַמִּשְׁפָּט אֲשֶׁר יֹאמְרוּ לְךָ תַּעֲשֶׂה, לֹא תָסוּר מִן הַדָּבָר אֲשֶׁר יַגִּידוּ לְךָ יָמִין וּשְׂמֹאל.
די שאלה איז נאר ווער די רבי זאל זיין, וואס דאס דארף שוין א מענטש מחליט זיין מיט זיין אייגענע דעת. ביי די שוכמאכער פרשה זענען געווען רבנים וואס האבן געפירט די זאך און גוט האבן די תלמידים געטון מיטן פאלגן, עכ''פ לשיטתם אז זייערע רבי'ס האבן די ריכטיגע דעת תורה. אין גור בין איך שטארק מסופק צו די זאכן ווערן געטון בהוראת הרבנים...
פון דעם וואס איך גלייב אז דו בלאזסט נישט שופר בר''ה שחל בשבת רעכן איך אז דו גלייבסט אויך אז חכמים האבן א געוויסע סמכות צו זאגן הדרך אשר נעשה, נאר דיין שוועריגקייט שטייט און מחליט זיין ווי די ליניע צווישן רבנים און רע-בנים איז... אדרבה, קאררעקט מי איף איים ראנג.
האסט זייער גוט ארויס מיין כוונה, די תורה איז אלעמאל געווען א לייוו דאקומענט, און די רבנים האבן געהאט די פולע קאנטראל דערויף. די גמרא פארציילט אז עס איז ארויסגעקומען א בת קול און געזאגט אז די הלכה איז אזוי ווי ר' אליעזר, האט זיך ר' יהושע אויפגעשטעלט און געזאגט "לא בשמים היא"! און ר' ירמיהו האט געזאגט "אין משגיחין בבת קול"! דאס הייסט אז דנר באשעפער האט געגעבן די תורה פאר די חכמים אז זיי זאלן זאגן וויאזוי זיך צו פירן. מען הערט זיך ניטאמאל צו צו וואס א בת קול פון הימל זאגט.
די תורה איז געגעבן געווארן פאר גאר א פרימעטיווע פאלק וואס איז נארוואס ארויס פון מצרים, נאכן זיין פארקנעכטעט פאר 210 יאר. דעכ באשעפער האט זיך גערעכנט דערמיט און אויסגעשטעלט די תורה לויט זייער דעמאלסטדיגע שטאפל. וידוע דברי הרמב"ם במורה נבוכים וועגן קרבנות. אז דער באשעפער האט עס נאר געהייסן וועגן די שטייגער יענע צייט ביי אלע אנדערע געטער איז געווען צו מקריב זיין קרבנות, האט מען עס אויך געמאכט פאר אן עבודה ביי אידן. און טאקע לכאורה לפי דעם טעם וועט לעתיד לבא מער נישט אויספעלן קיין קרבנות.
אין יענע צייטן איז די גאנצע וועלט נאך געווען אויף א מורא'דיגע צוריקגעבליבענע שטאפל, גוים פלעגן נאך מקריב זיין זייער אייגענע קינדער צו געטשקעס, און אין טייל פלעצער פלעגט מען טרינקען בלוט. די תורה איז געקומען מיט א מורא'דיגע מאראלישע אויפטוה פאר די אידן און זיי געגעבן א וועג וויאזוי זיך צו פירן, אז זיי זאלן נישט טון די אלע עקלדיגע מעשים. מיתות בי"ד איז דאן געווען פאררעכנט אלס א העכסט נארמאלע זאך, און די תורה האט עס געלאזט פאר יענע דור. שפעטער בזמן המשנה וגמרא. ווען די וועלט איז שוין געווען מער אהערגעשטעלט, האבן טאקע די חכמים געזען פאר וויכטיג איינצוצוימען מיתות בי"ד, אזוי ווי @אלבערט איינשטיין האט צוגעברענגט פון די גמרא אויבן.
דאס איז אבער קלאר אז די חכמים שבדור זענען די וואס האבן די רעכט אויף די תורה, און טאקע אין אלע דורות האבן זיי פראבירט אז עס זאל שטימען לויטן דור און מצב החיים. זיי האבן ערפינדן דעם פרוזבול, ערפינדן עירובין און נאך, אלעס לפי צורך הזמן. פארשטייט זיך אז גדרים וסייגים לפי הצורך האבן זיי אויך נישט פארפאסט צו מאכן.
ווען עס קומט צו די היינטיגע דור, איז אביסל קאמפלעצירט. די תורה'דיגע אויטאריטעט ליגט נישט ביי איין מנהיג, און ניטאמאל ביי איין גרופע פון רבנים. התאחדות הרבנים וועט האלטן אנדערש ווי די בעלזער בי"ד, און די מאדערן ארטעדאקסישע רבנים וועלן האלטן אנדערש ווי די מזרחיסטישע. במושכל ראשון קומט אז יעדער זאל פאלגן וואס זיינע רבנים הייסן. אבער באמת איז שווער צו הייסן פאר איינעם אז ער זאל דוקא פאלגן וואס די רב פון זיין טאטע הייסט בלויז ווייל ער איז דא אויפגעצויגן געווארן. פארוואס קען ער נישט ווערן קיין מזרחי?
איך האב טאקע נישט קיין קלארע מהלך אין דעם ענין. אבער דאכצעך אז אנגענומען איז, אז 'א רב' מוז מען האבן, ווער עס זאל זיין דאס איז שוין דיין דעסיזשן. געווענליך וועט עס זיין די דיינים ורבנים פון די קהילה ווי דו ביסט אויפגעצויגן געווארן. אבער אויב ביסטו מחליט צו טוישן, דאן כל הכבוד, אבער ערגעץ מוזטו גיין, סתם טון וואס דו ווילסט איז דאך נישט אויסגעהאלטן ווייל איינער מוז דיר דאך זאגן וואס די תורה וויל 'היינט' פון דיר.
איך ווייס אז גאר אסאך אידן לאכן זיך אויס פון וואס איך האב דא געשריבן, און זיי האלטן אז זיי דארפן נישט קיין רב. אבער על פי תורה איז דאס נישט אויסגעהאלטן. איך וועל דא ציטירן די באוואוסטע ווערטער פונעם הייליגן תפארת שלמה אין פרשת בשלח איבער דעם ענין.
וישובו ויחנו לפני פי החירות. פרש"י להגיד שבחן של ישראל כו' אלא אמרו אין לנו אלא דברי בן עמרם. לכאורה למה לא אמרו אלא דברי משה מה זה שהזכירו בשם אביו בן עמרם. אמנם כתיב ויאמינו בה' ובמשה עבדו וכן אמרו ז"ל כדאי הם וזכות אבותיהם והאמונה שהאמינו בי ויצאו לקרוע להם הים. דהנה ידוע שבזכות האמונה נגאלו ממצרים ובפרט בים הוצרכו להתחזק יותר באמונה גדולה עד מאד. והנה במ"ח דברים שהתורה נקנית בהם נאמר באמונת חכמים. ושורש אמונת חכמים להאמין בדבריהם של צדיקי הדור אשר רוח ה' נוססה בם וכל הענין שיאמרו ויעצוהו אף בדבר הרשות ואף שהוא נגד השכל הפשוט ואף כי יאמר שאינו מפי ה' כמו הנביא. כי בזה חכם עדיף מנביא. כי הנביא אשר ידבר דבר בשם ה' כה אמר ה' אינו שייך האמונה בו זולת בדבר ה' אשר דבר ויאמינו בקול ה' ע"י נביאו. אבל אמונת חכמים הוא האמונה בדברי החכם עצמו אף שהוא נגד השכל ולא מפי ה' אעפ"כ נהנין ממנו עצה ותושיה וכאשר יגזר אומר כן יקום בכל דבריו גם בדברי עוה"ז ועצות אנשים בעוה"ז במו"מ וכיוצא. ובדרך הזה יהיה הגאולה ב"ב כימי צאתך מארץ מצרים ומי שאינו מאמין בכל זה הנה הוא מעכב הגאולה וגורם גלות כו' ע"כ כאשר הוצרכו בנ"י לעבור כו' לזכות לגאולה על ידי דרכי האמונה נתן הש"י להם ע"י משה הנסיון שלא ע"ד השכל הישר ויצום משרע"ה וישובו ויחנו כו' אשר לכאו' נראה דבר זה זר בעירהם. כי איך נתקרב אל רודפינו. אעפ"כ נתחזקו ישראל באמונתם ואמרו אין לנו אלא דברי בן עמרם. ר"ל דברי בן עמרם אע"פ שאינו משה רבן של כל הנביאים ואף אם יאמר דבר זה מלבו ולא על פי נבואה נשמע לו וזהו ויאמינו בה' ובמשה עבדו בשתי האמונות האלו עברו וזכו לקריעת ים סוף לנס הגדול הזה השייך לקבלת התורה וגם שם נאמר וגם בך יאמינו לעולם וזה דרך קניות התורה באמונת חכמים כנ"ל
גאנץ קלארע דיבורים וויאזוי אידן האבן זיך צו פירן ביחס צו רבנים ומהיגי הדור. על כן פארשטיי איך נישט ממש די וויי געשריי אנטקעגן די גור'ע וואס פאלגן וואס זייערע רבנים הייסן. דו שרייבסט אז דו ביסט מסופק אויב עס קומט פון די רבנים. לדידך ספיקא לך לדידי ברי לי, דו דארפסט זיך פשוט אביסל בעסער נאכפרעגן, די גאנצע וועדה איז געשטעלט און געבעקט דורך די רבני ודייני גור, און לכאורה דארפן די גורע פשוט פאלגן מחמת 'רצון השם'. אויב עפעס איז ביי די פרשה פון יוסעלע שוכמאכער נישט געווען קיין רבנים וואס זענען געשטאנען דערינטער. סך הכל האט דער זיידע דאס אלעס אנגעדרייט, און אז ער האט עס שוין ממילא געטון האט מען אים געהאלפן. איך ווייס נישט צו פראמינענטע רבנים האבן געהאלטן אז ער טוט ריכטיג, אדרבה אויב יא ביטע צייג מיר אן. אבער אויב איז יא געווען א קלארע הוראה פון זיין רב אז ער זאל אזוי טון, דאן איז זיכער נישטא וואו איך זאל אריינרעדן.
איי וועט די טענה זיין אויף זיי, אז די רגע זיי זעען אז די רבנים זאגן צו שלאגן אידן אדער זיך צו קריגן מיט די עלטערן, דאן דארף מען שנעל לויפן און טרעפן בעסערע רבנים וואס גייען לויט וואס די תורה זאגט? דאס איז טאקע אפשר וואס איינער מיט א אפענע קאפ וואלט געטראכט. אבער וואס האסטו טענות אויף א גורע איד וואס קוקט אריין אין משנה אין מסכת ראש השנה פרק ב' משנה ט':
שלח לו רבן גמליאל: גוזרני עליך שתבוא אצלי במקלך ובמעותיך ביום הכיפורים שחל להיות בחשבונך. הלך ומצאו רבי עקיבא מצר. אמר לו: יש לי ללמוד שכל מה שעשה רבן גמליאל עשוי, שנאמר, "אלה מועדי יי מקראי קדש אשר תקראו אתם", בין בזמנן בין שלא בזמנן, אין לי מועדות אלא אלו. בא לו אצל רבי דוסא בן הרכינס, אמר לו: אם באין אנו לדון אחר בית דינו של רבן גמליאל, צריכין אנו לדון אחר כל בית דין ובית דין שעמד מימות משה ועד עכשיו, שנאמר (שמות כד, ט): "ויעל משה ואהרן נדב ואביהוא ושבעים מזקני ישראל". ולמה לא נתפרשו שמותן של זקנים? אלא ללמד, שכל שלשה ושלשה שעמדו בית דין על ישראל, הרי הוא כבית דינו של משה. נטל מקלו ומעותיו בידו, והלך ליבנה אצל רבן גמליאל ביום שחל יום הכיפורים להיות בחשבונו. עמד רבן גמליאל ונשקו על ראשו, אמר לו: בוא בשלום, רבי ותלמידי, רבי בחכמה, ותלמידי שקיבלת את דברי.
פון די משנה און פון די תפארת שלמה שהבאתי לעיל, זעען מיר קלאר אז אפילו די רבנים זאגן קלאר אנטקעגן די תורה לדעתך, און דו האלטסט אז זיי זאגן נישט ריכטיג, זיי זאגן ממש נגד השכל, דארף מען על פי תורה זיי נאכאלץ פאלגן. איז וואו קומט דא אריין טוישן רבנים? וואס האט מען טענות אויף די גור'ע רשעות? זיי טוען סך הכל וואס עס שטייט אין די תורה אז מען זאל טון? עס איז באמת א שאלה וואס שטערט מיר, אדרבה ווער קען מיר פושט זיין מיין שאלה דא?