בלאט 1 פון 5

וואו איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומס"ג אדער ב.פ.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 11:08 pm
דורך חאצקל
עס איז א באקאנטער דיסקאשן, טייל זאגן אז נאר אין וויליאמסבורג קען מען זיין א ערליכער איד, דארט שפירדלט אידישקייט מיטן פארצייטישן פארנעם, קאנטראלירט, ווארימע חסידים א.א.וו. ווידער בארא פארק הערשט א קאלטע אידישקייט, טאקע חסידים, אבער נישט וואס דער רבי זי"ע האט געמיינט, דארט איז איש כל הישר בעיניו יעשה, וכו'

ווידער אנדערע זאגן אז וויליאמסבורג איז פארשלייערט מיט חציונות און איבערגעפרומטקייט וואס פון איין זייט שאפט עס ראדיקאלן און פון צווייטן זייט אזעלעכע וואס זייער גאנצע אידישקייט איז איין שטיק חיצניות, וואס מאכט אז זייער א סך איינוואוינער זאלן נישט שפירן קיין טעם אין נארמאלער אידישקייט. דאקעגן אין בארא פארק צווינגט מען נישט ארויף קיין מיינונגען און יעדער האט א געלעגנהייט צו שפירן א טעם פון זיין א מענטשליכער איד בדרך החסידות

העלפט מיר ארויס ברענגען דעם נושא, און וואס איז אייער מיינונג?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:02 am
דורך וואוינט אין ב.פ.?
גרינגער צו זיין א ''ערליכער'' איד איז זיכער אין וומס''ג. טאמער וועסטו נישט זיין ערליך וועט דיר דער גאנצער שטאט דערמאנען!!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:08 am
דורך חכם מחוכם
ווי אזוי גייט דאס ווארט?, אין וויליאמסבורג אפילו דו ווייסט ניש ווא טוט זיך מיט דיר ווייסט אבער דיין שכן.....
אבער נאך אלעם וויליאמסבורג איז וויליאמסבורג, די חן וואס דיע שטאט האט, האט נישט בארא פארק

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:17 am
דורך משכיל
איך האב א סאך צו זאגען אבער היות די וויליאמסבורגער זיינען זייער זייער ברעינוואשט וועט מען ממילא נישט מסכים זיין מיט מיין דיאגנוזע, סא שלאפט ווייטער אין חלומ'ט זיסע חלומות

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:37 am
דורך זר זהב
פאר א בארא פארקער געבוירענער איז פונקט אזוי גרינג צו זיין ערליך אין ב.פ. ווי פאר א וויליאמסבורגער געבוירענער אין ווילי. די שאלה איז נאר צי פאר א וויליאמסבורגער געבוירענער וועט זיין שווערער זיך צו האלטן ערליך אויב ציהט ער זיך/אדער האט חתונה קיין בארא פארק.

דער ענטפער איז אז ס'ווענט זיך אינעם מענטש/חתן, איז ער א שטארקע כאראקטער אדער נישט.

דאס איז קלאר: בארא פארק איז מער ליבעראל פון ווילי, און ס'אויך גרינגער אין ב.פ. צו זיין ליבעראל OPEN

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:29 am
דורך איך אויך
משכיל האט געשריבן:איך האב א סאך צו זאגען אבער היות די וויליאמסבורגער זיינען זייער זייער ברעינוואשט וועט מען ממילא נישט מסכים זיין מיט מיין דיאגנוזע, סא שלאפט ווייטער אין חלומ'ט זיסע חלומות

מיין פריינד זאכן טוישן זיך, גענוג און נאך ווילי איינוואוינער זעהן שוין איין וואספארא עיר הנידחת ווילי איז.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:24 am
דורך יידל
שוין דא אן אשכול איבער וויליאמסבורג, כ'האב אבער אמאל געהערט אן אויסדרוק וועלכע איז נוגע בארא פארק:
בארא פארק איז עיר התורה והפיצא. ודפח"ח.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:17 am
דורך מ גפני
א איד האט זיך אמאל פארענטפערט פאר'ן רבי ז"ל ווען דער רבי האט אים געפרעגט פארוואס ער האט זיך געצויגן קיין ב"פ, האט ער געענטפערט אז עס איז נאר 18 מינוט אוועק פון וויליאמסבורג, האט זיך דער רבי אנגערופן: יא יא א שיעור חימוץ, ודפח"ח

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:34 pm
דורך נס קאווע
דיפענדס וואס די ריפסט יודיש און בארא פארק אינישט שווערער זיך צו האלטן מיט די אמונה וכדו' אפילו חילול שבת און אנדערע זאכן ביי וויליאמסבורגע יודן מיינט יודיש עפעס אנדערש (איך וויל דירעקט נישט אריינגיין אין די דיסקאשען) און זיי האלטן אז קינדער וואס ווערן אויפגעצויגן אין זייער היימשטאט צו אלע סארטן תאוות עוה"ז און אנדערע נסיונות די שאלה שטעלט זיך וואס געשעט ווען די קאפ עפנט זיך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:50 pm
דורך שמעקעדיג
סאו בעסיקלי זאגט דא דער עולם אז אויב וואקסט מען אויף אין וומסב"ג און מען בלייבט דארט וואוינען (און די קאפ עפנט זיך נישט) איז די בעסטע צו בלייבן ערליך?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:16 pm
דורך משה רוקח
איינער וואס איז אויפגעוואקסן אין בארא פארק איז אים גרינגער זיך צו האלטן פרום אין בארא פארק ווייל ער איז געוואוינט צו די נסיונות פון בארא פארק און די זעלבע פארקערט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:28 pm
דורך משכיל
מיר האבען א כלל אז יעדער מענטש אפילו א גוי האט א שטיקעל מאסק, ער פארדעקט פארשידענע זאכען וועגען זיך וואס קען ברענגען בזיונות,י

קען מען זאגען אזוי:י

א גוי איז 25% מאסקירט

און להבדיל

א בארא פארקער איד איז 50% מאסקירט

א וויליאמסבורגער איד איז 80% מאסקירט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:30 pm
דורך real jew
די שאלה איז תלוי אין א אנדערע שאלה: וואס מיינט זיין א ערליכער איד?

אויב מיינט עס פארן קיין פלורידה ווינטער, איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומסב"ג.

אויב מיינט עס בא'גנב'נען איינער דעם צווייטן, איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומסב"ג.

אויב מיינט עס גיין סימס אויף די זאקן און זיך חבר'ן מיט די שכן, איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומסב"ג.

אויב מיינט עס אויסשיסן די פענסטער פיו די אייזקריעם געשעפט, איז גרינגער צו זיין א ערליכער איד, אין וומסב"ג.

....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:32 pm
דורך זר זהב
משכיל האט געשריבן:
א וויליאמסבורגער איד איז 80% מאסקירט

איז וואס? למעשעה איז מיר גרינגער אויפציציען מיינע קינדער אין וויליאמסבורג וואו מ'באהאלט 80% ווי אין ב.פ. וואו נאר 50% איז באהאלטן. קליינע קינדער זעהן
נאר וואס זיי זעהן!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:35 pm
דורך real jew
זר זהב האט געשריבן:
משכיל האט געשריבן:
א וויליאמסבורגער איד איז 80% מאסקירט

איז וואס? למעשעה איז מיר גרינגער אויפציציען מיינע קינדער אין וויליאמסבורג וואו מ'באהאלט 80% ווי אין ב.פ. וואו נאר 50% איז באהאלטן. קליינע קינדער זעהן
נאר וואס זיי זעהן!


איב ווילט איר אויפציציען קינדער וואס באהאלטן 80% פין זייער מחשבות-מעשים פין זייערע עלטערן איז זיכער בעסער וויליאמסבורג.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:35 pm
דורך זר זהב
דו האסט מיר נישט פארשטאנען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:36 pm
דורך real jew
זיי מסביר

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:41 pm
דורך זר זהב
ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:42 pm
דורך גאלד
איך געדענק אין די סאטמארע קעמפ רב טוב, פלעגט ר' יודל רוזענבערג ע"ה, פרעדיגן זיין ראסיזם קעגן די בארא פארקע קינדער, דאס איז געווען די גאנצע עקטיוויטי "די בארא פארקע" און "די וומ"ב", ווען פליישמאנס - די בארא פארקע סאטמארע קעמפ - האט זיך געעפנט, איז עס איהם נעבעך געגאנגען בנפשו, און ער האט געפרעגט א גרופע קינדער ברבים "ווער וויל גיין קיין פליישמאנס?" קיינער האט זיך נישט געטרויט צו זאגך איך, איין קינד עקשטיין האט אויפגעהויבן די האנט, און ר' יודל רופט זיך אן "איין נארישע עקשטיין..."

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:44 pm
דורך זר זהב
געדענקסט די בארא פארקע רעדיוס? (וואלקי טאקי'ס)
וואס איז דאס געווען?

יא ס'האט געהערשט א מחיצה צווישן די בארא פארקע און די וויליאמסבורגע, אפט מיט שלעגערייען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:54 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.

און וואס פונקטליך גייט דיין זון זען אויף די בארא פארקע גאסן?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:56 pm
דורך real jew
זר זהב האט געשריבן:ס'איז מיר גרינגער צו וואקן אויף די גאסן אין וויליאמסבורג מיט מיין קינד ווען ער זעהט בלויז פרומע אויסזעהענדע מענטשן, אפילו די אלע מענטשן זענען יעדע נאכט אין די בתי זונות... זייערע באהאלטענע זאכן שאט נישט פאר מיין קינד.


קינדער כאפן אסאך מער וואו מ'מיינט אין ווען קינדער זעהן אז אלעס איז א שפיל פארשטיין זיי אז אויך זיי דארפן שפילן דעם זעלבע שפיל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:00 pm
דורך היימישער
מיינע קרובים האבען אמאל גשמיסט פון דעם ענין, און אזוי ווי מיר האבען א חלק משפחה און ווילי און א חלק און ב"פ און א חלק און מאנרא און א קליין חלק און מאנסי, האט מען דורכגעטיען דען ענין, ביי די מענער איז כמעט נישט קיין חיליק ב"פ (נאר כמעט, עפעס יא) און ביי די פרויען איז א ריזיגע חיליק, ווילי און מאנרא איז כמעט די זעלבע און מאנסי און אינדערמיט מער ענדליך צו ווילי, ב"פ איז א שטארקע חיליק נישט נאר אינדערויסן נאר אפילו די השקפה און די פראבלעמען מיט קינדער און חבירים וכד'