בלאט 1 פון 1

קאווע שטיבאל'ס קומעדיגע שטאפאל

נשלח: פרייטאג יאנואר 13, 2023 1:58 pm
דורך כוואליעס
לעטצנס האב איך געהאט א שטיקאל באזוך אין איי וועלט, וואס זאל איך אייך זאגן, ממש איך האב נישט געקענט ציזוך קומען פון וואס איך האב דארט געזען, מענטשן מיט אגענדעס, די אדווערטייזינגס קריכן אויף די נערוון, און בכלל, די גאנצע סיסטעם דארט איז אזוי נאריש אויסגעשטעלט, די גאנצע שטייגן אין ראנג, די אטמאספער, יעדע נייעס'ל וואס מען וויל שרייבן דארף מען טראכטן 17 מאל אויב דאס איז א פראבלעם, בקיצור.
איך קום צירוק צו קאווע שטיבאל, א ברכה צו מאכן, א געשמאקע אטמאספער, קלארע לופט צו אטעמען, אלע נייעס וואס אינדערויסן פונעם שטיבאל זענען נאר שמועות ווערט דא אויסגעשמוסט קלאר, גאר א גוטע סיסטעם, אן קיין אדווערטייזינג, מענטשן מיט טאלאנט, אין קורצן: נעקסט לעבאל.

טראכט איך מיר אזוי, ווי לאנג שטייט שוין אזוי קאווע שטיבאל און דעם נעקסט'ן שטאפל? אפאר יאר! נא, אפשר איז שוין צייט צו גיין צום קומעדיגען שטאפל

ביזנעס.

איך מיין עס וואלט געווען א געוואלדיגע געדאנק צו מאכן עפעס א שותפות, די גאנצע עולם צוזאמען, ווער עס וויל זאל אריינלייגן לאמיר זאגן ביי די בעלי בתים פון קאווע שטיבאל (איך מיין אז מ'קען זיי געטרויען נאכן ארויסווייזן אזויפיל געטריישאפט די אלע יארן) 50 צו 100 דאלער און מאכן אינאיינעם א אינוועסטמינט.
די עולם וועט שטימען ווי און וואס און וויפיל, מען וועט אפדעיטן פאר די עולם יעדע שטיק צייט ווי עס האלט, וויפיל די אינוועסמעט האט שוין געמאכט
אונז האמיר דאך דא אידן וואס ארבעטן און אלע סארט אינדאסטריס, יעדער קען צולייגן א פלייצע
איך מיין אז עס וועט שטארק צולייגן צו די געשמאקע אטמאספער


רבותי. געגאנגען, ברענגטס ארויף איידיעס, געדאנקען, קאמענטארן, און וואס נישט, שעמט אייך נישט

נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 10:58 pm
דורך קהל'ס נער
עפען א ק"ש אקאונט אויף ראבינהוד און באקימסט א פרי סטאק אזוי וועלן מיר אלע ווערן שותפים אין די סטאק און מען וועט שוין האבן אויף וואס זיך צי קריגן :D

נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 10:43 am
דורך וואלווי
נ.ב. מ'ווערט נישט צוגעטיילט שעירס לויט ווי שנעל מ'האקט ארויס ציל-לאזע אשכולות...

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2023 3:09 pm
דורך מרדכי מרדכי
מען דארף קויפן א קאווע שטיבל לאטערי שותפות

נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 12:46 am
דורך דערהויבענע איד
איך עגרי. ס'קען אויך האבן א מורא'דיגע השפעה אויפן סאסייעטי אוי ס'דא געלט דערין.