בלאט 1 פון 3
צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 7:19 pm
דורך פרנס החודש
https://youtu.be/hdf6-qnr11s
איך האב זיך לעצטענס גענומען נאכזוכן דאקומענטאריס פון פוילן פאר די קריג צו זען אויב מען פלעגט זיך באדעקן די האר. דאס איז א ווידעא פון די צענטער פון קאזימיערש,פוילן; דאס וויגעלע פון חסידישע אידנטום פאר׳ן קריג, מען זען נישט קיין פרויען מיט צוגעדעקטע האר חוץ די באבעס (וואס זייער האר פאלט שוין ארויס).
(נעמט אין באטראכט דאס ווען איינער מאכט א דאקומענטאר פרובירט ער צו כאפן די מערסט איקאנישע פענאמענאנס)
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 7:36 pm
דורך פרנס החודש
https://youtu.be/CQVQQQDKyoo
ווי זענען אונזערע שפיצל לעדי׳ס?
מען זעט איין שייטל אין די גאנצע ווידעא.
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 7:38 pm
דורך פרנס החודש
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 7:41 pm
דורך פרנס החודש
צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 8:19 pm
דורך נעקסט לעוועל
פרנס החודש האט געשריבן:https://youtu.be/hdf6-qnr11s
איך האב זיך לעצטענס גענומען נאכזוכן דאקומענטאריס פון פוילן פאר די קריג צו זען אויב מען פלעגט זיך באדעקן די האר. דאס איז א ווידעא פון די צענטער פון קאזימיערש,פוילן; דאס וויגעלע פון חסידישע אידנטום פאר׳ן קריג, מען זען נישט קיין פרויען מיט צוגעדעקטע האר חוץ די באבעס (וואס זייער האר פאלט שוין ארויס).
(נעמט אין באטראכט דאס ווען איינער מאכט א דאקומענטאר פרובירט ער צו כאפן די מערסט איקאנישע פענאמענאנס)
די שרייענדע קעפלעך
״מיר רורן זיך נישט פון די מסורה פון אונזערע זיידעס און באבעס…״
האט אן אנדערע באדייט נאכן וואטשן די דאקומענטריעס…[emoji85]
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 8:48 pm
דורך פרנס החודש
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 8:58 pm
דורך Tachlis
די וואס טענה'ן אז מ'דארף גיין צוגעדעקט טענה'ן אז פאר די מלחמה איז מען געווען שוואך אין אידישקייט און דעמאלטס איז מען טאקע געגאנגען אויפגעדעקט אבער נאך א דור אדער צוויי ארויף איז יא יעדער געגאנגען צוגעדעקט
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:10 pm
דורך 65th
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 9:14 pm
דורך קהל'ס נער
יא, דער היימישער עולם איז געגאנגען מיט בלויזע האר זאגט ער, און נאר די פאר חאניאקע'טע'ס זענען געגאנגען שייטלען.
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 11:28 pm
דורך פרנס החודש
Tachlis האט געשריבן:די וואס טענה'ן אז מ'דארף גיין צוגעדעקט טענה'ן אז פאר די מלחמה איז מען געווען שוואך אין אידישקייט און דעמאלטס איז מען טאקע געגאנגען אויפגעדעקט אבער נאך א דור אדער צוויי ארויף איז יא יעדער געגאנגען צוגעדעקט
די פראבלעם איז נאר אז איך זיך נאך די באווייז אז פריער איז מען יא געגאנגען צוגעדעקט. ווי ווייט מען קוקט נאך אלטע מאלערייען זעט מען אז מען פלעגט גייט פונקט ווי די גוים (האלב צוגעדעקט מיט א הוט).
IMG_0522.jpg
דאס איז א מאלעריי פון 1170 אין דייטשלאנד. אויבן רעכטן זעהט מען א פרוי מיט א יודן-הוט און לאנגע האר.
מיין מיינונג איז אז נאר די אידן פון רוסלאנד און אראבישע לענדער זענען געגאנגען איגאנצן צוגעדעקט, פשוט ווייל די באבושקאס פון יענע לענדער זענער אויך געגאנגען אזוי.
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 11:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לגבי דאס דייטשע בילד קען זיין אז דעמאלטס איז שוין געווען איינגעפירט אז מיידלעך דעקן נישט צו די האר, הגם ס'איז א דבר פשוט ביותר אז אידן זענען אלץ געגאנגען, און רוב גייען נאכאלץ, אנגעטוהן ווי די גוים אין די געגנד, און ווי שוין געשריבן
דא באריכות איז דאס טאקע וואס די גמרא האט געוואלט.
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 11:40 pm
דורך פרנס החודש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לגבי דאס דייטשע בילד קען זיין אז דעמאלטס איז שוין געווען איינגעפירט אז מיידלעך דעקן נישט צו די האר, הגם ס'איז א דבר פשוט ביותר אז אידן זענען אלץ געגאנגען, און רוב גייען נאכאלץ, אנגעטוהן ווי די גוים אין די געגנד, און ווי שוין געשריבן
דא באריכות איז דאס טאקע וואס די גמרא האט געוואלט.
וואס וואלט מען געטון מיט אזא מיידל וואס קומט אזוי אנגעטון אין בית רחל?
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 11:42 pm
דורך פרנס החודש
IMG_0523.jpg
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: מוצ"ש יאנואר 14, 2023 11:43 pm
דורך פרנס החודש
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20230115/16de3abd26f5ccdfb677f57611c3b519.jpg)
דא זעט מען אז אפילו די מענער זענען געגאנגען אנגעטון ווי די באבושקא׳ס…
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 12:01 am
דורך רביה''ק זי''ע
פרנס החודש האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לגבי דאס דייטשע בילד קען זיין אז דעמאלטס איז שוין געווען איינגעפירט אז מיידלעך דעקן נישט צו די האר, הגם ס'איז א דבר פשוט ביותר אז אידן זענען אלץ געגאנגען, און רוב גייען נאכאלץ, אנגעטוהן ווי די גוים אין די געגנד, און ווי שוין געשריבן
דא באריכות איז דאס טאקע וואס די גמרא האט געוואלט.
וואס וואלט מען געטון מיט אזא מיידל וואס קומט אזוי אנגעטון אין בית רחל?
מ'וואלט איר משדך געוועהן מיט איינער פון די מבקרי המקרא (אפיקורסים?) מבית מדרשו של רבי יהודה החסיד... אדער מיט יענער עראטישער משורר ממשפחת קלונימוס... (כ'געדענק נישט זיין נאמען אויפ'ן מינוט)
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 12:06 am
דורך פרנס החודש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פרנס החודש האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לגבי דאס דייטשע בילד קען זיין אז דעמאלטס איז שוין געווען איינגעפירט אז מיידלעך דעקן נישט צו די האר, הגם ס'איז א דבר פשוט ביותר אז אידן זענען אלץ געגאנגען, און רוב גייען נאכאלץ, אנגעטוהן ווי די גוים אין די געגנד, און ווי שוין געשריבן
דא באריכות איז דאס טאקע וואס די גמרא האט געוואלט.
וואס וואלט מען געטון מיט אזא מיידל וואס קומט אזוי אנגעטון אין בית רחל?
מ'וואלט איר משדך געוועהן מיט איינער פון די מבקרי המקרא (אפיקורסים?) מבית מדרשו של רבי יהודה החסיד... אדער מיט יענער עראטישער משורר ממשפחת קלונימוס... (כ'געדענק נישט זיין נאמען אויפ'ן מינוט)
דער כוזרי וואלט איר גענומען פאר זיין זון.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 12:10 am
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 12:53 am
דורך לשם יחוד
סקען זיין אז אויף די וידיאוס זעהט מען נאר די מאדערנע, ווייל די עכט פרומע פרויען זענען נישט אסאך ארויס אויפן גאס.
Re: צודעקן די האר פון א היסטארישן פערפעקטיוו
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 3:59 am
דורך פרנס החודש
לשם יחוד האט געשריבן:סקען זיין אז אויף די וידיאוס זעהט מען נאר די מאדערנע, ווייל די עכט פרומע פרויען זענען נישט אסאך ארויס אויפן גאס.
אדער קען זיין אז מען האט געמאכט א צניעות אסיפה פאר די פרויען יענע טאג, זענען זיי אלע געווען אין אויטריאם.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 8:38 am
דורך [NAMELESS]
אנטשולדיגט פארן ברעכן דיין עקסייטמענט אבער פון דעם ווידעא קענסטו גארנישט ארויסהאבן, זילטש.
עס איז אבער נישט דיין שולד, מען האט פון אונז באהאלטן דעם פאקט אז רוב פון די זעקס מיליאן אידן וואס זענען אומגעקומען עקדה״ש ביים קריג, זענען ליידער נישט געווען פרום. אידישקייט איז געווען בשפל המצב, און ספעציעל אין פוילן וואו עס האבן זיך געיאוועט א ריזיגער מערהייט פון גענצליך פרייע אידן. און לגבי קאפ צודעק קענסטו פשוט אריבערפארן קיין רומעניע און זען, ווי די ארטיגע באבושקעס גייען נאך עד היום הזה אנגעטון מיט א קאפ צודעק, ווארשיינליך פון א קריסטליכער שטאנד.
כ׳זוך דיר נישט צו אפפרעגן אבער מען קען נישט באזירן קיין ריסיורטש אויף איינצעלנע ווידעא׳ס פונעם ארעמען יוטוב ארסענאל. מען דארף פאקטיש נאכקוקן און זוכן.
אגב, אין
דעם ווידעא וואסטו טרעפן גענוג און נאך צארטע נארוואס פארהייראטע מוידן מיטן טראדיציאנאלן קאפ צודעק.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 8:40 am
דורך זופ מיט מאנדלען
איבער די אלע פילמ'ס ווייס איך נישט קיין סאך, איבער ווארשע האב איך יא געהערט פון א מלחמה איבערלעבער אז דאס אידישקייט איז געווען שוואך בימים ההם, מער ביי די פרויען ווי ביי די מענער.
יענער לדוגמא האט מיר געוויזן א בילד פון זיין מוטער וועלכע איז געגאנגען מיט אויפגעדעקטע האר, זיין פאטער ווידעראום איז געווען שטרעאנג ארדטאדאקסיש און פלעגט פארן קיין גור, זיין מוטערס מוטער איז יא געגאנגען פולקאם צוגעדעקט. אויף מיין אנפראגע וויאזוי עס קען זיין האט ער געזאגט אז זיין מוטער איז געווען מער א מאדערנע און אז אזוי זענען אסאך מאדערניזירטע ווארשעווער פרויען געגאנגען. אלזא מוז נישט זיין אז ווידעאו פון ווארשע געטא זאל עפעס זאגן אויף די סטאנדארט פון אידישקייט לאורך הדורות.
@יהורם האקט, וואס איז זיכער איז אז מקעניש ברעכן היסטאריע פון עטליכע יוטיוב וידעאוס. היסטארישע ריסוירטש קאסט מער פון בלויז לאזן לויפן יוטיוב'ס שאפל סיסטעם.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 9:30 am
דורך פארשטאנד
פרנס החודש האט געשריבן:Tachlis האט געשריבן:די וואס טענה'ן אז מ'דארף גיין צוגעדעקט טענה'ן אז פאר די מלחמה איז מען געווען שוואך אין אידישקייט און דעמאלטס איז מען טאקע געגאנגען אויפגעדעקט אבער נאך א דור אדער צוויי ארויף איז יא יעדער געגאנגען צוגעדעקט
די פראבלעם איז נאר אז איך זיך נאך די באווייז אז פריער איז מען יא געגאנגען צוגעדעקט. ווי ווייט מען קוקט נאך אלטע מאלערייען זעט מען אז מען פלעגט גייט פונקט ווי די גוים (האלב צוגעדעקט מיט א הוט).
IMG_0522.jpg
דאס איז א מאלעריי פון 1170 אין דייטשלאנד. אויבן רעכטן זעהט מען א פרוי מיט א יודן-הוט און לאנגע האר.
מיין מיינונג איז אז נאר די אידן פון רוסלאנד און אראבישע לענדער זענען געגאנגען איגאנצן צוגעדעקט, פשוט ווייל די באבושקאס פון יענע לענדער זענער אויך געגאנגען אזוי.
דאס איז א מאן נישט א פרוי.
פרויען פלעגן נישט טראגן די אידן-הוט.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 9:32 am
דורך פארשטאנד
פרנס החודש האט געשריבן:IMG_0523.jpg
Sent from my iPhone using Tapatalk
דאס איז אויך א מאספערזאן. (עפן א אשכול איבער האר-סטייל פאר מענער...).
(די דריי פערזאנען אויף די לינקע זייט זענען קריסטן).