איך זעה אז ס'הערשט דא א שטארקער אומקלאהרקייט אינ'ם גאנצן סאדיגורער פרשה, וועל איך פרובירן אריין צוליייגן צוויי-סענט.
איז לאמיר צונעמען דעם ענין דבר דבר על אופניו:
די צוואה
די שאלה וואס מען דארף דן זיין איז:
א. האט ער
געשריבן די "גאנצע" צוואה?
ואבאר דברי.
דאס איז (לכאורה) גאנץ קלאר אז גע'חתמ'ט האט דער סא"ג רבי ז"ל אליין דעם צוואה אין בי"ד. ס'איז אבער נישט פארהאן קיין שום כתב יד פון די צוואה, יעצט לאמיר אריין קלערן, דער סאדיגערער רבי ז"ל האט קיין קאמפיוטער נישט געהאט [דבר ידוע], א געשריבענע צוואה איז דאך נישט פארהאן, די קינדער האבן דעראין קיין חלק נישט געהאט, ווער האט געטייפט דעם צוואה? לכאורה איינער פון די גבאים צו עסקנים. דען נישט?, ד.מ. אז מ'האט איהם געקענט ווייזן א האלבע שעה פאר ער איז אריין אין בי"ד איין דרעפט פון א צוואה, און פאקטיש האט מען אונטער געלייגט בשעת'ן חתימה אט די זעלבער צוואה מיט אפאהר
"מינדערער שינויים", ווי צב"ש מהאט געשטוישט די ווארט "
אדמו"ר מסאדיגורה ירושלים" צו "
אבדק"ק סאדיגורה ירושלים" (א טיטל וואס איז קיינמאהל נישט גענוצט געווארען בחצרות רוז'ין און איז א תמיה אז מ'זאל עס נוצן) די קליינער מינדערער שינויים זענען זאכן וואס איז נישט מוכרח אז א מענטש דארף צולייגען קאפ בשעת מ'ליינט איהם אויס א גאנצע צוואה וואס ער האט (לדעתו) שוין איבערגעליינט אפאהר מאהל.
וועסטו אוודאי טענה'ן, מהיכי תיתי צו זאגן אזאנע טענות?
דערפאר דארף מען אנאלאזירן וואס איז פארגעקומען מאחורי הקלעים.
א- דאס איז גלוי לכל אז די עסקני החסידות "זענען זיך נישט אויסגעקומען" (בלשון המעטה) מיט דעם בן הבכור.
ב- דא דארף קומען א וויכטיגע טענה, וואס כ'האב געמעקט פאר טעכנישע סיבות.
ג- להבנתי איז פארהאן צוויי צוואות וואס זענען געחתמ'ט אויפן זעלבן טאג וואס זענען פארהאן פארשידענער סתירות צווישען די צוויי.
ד- אינ'ם צוואה אליין זענען פארהאן פארשידענע תמיהות אין סתירות [דומני אז די נאמען פון די קעיס איז אונטער "הרב משה ישראל פרידמאן" בעת ווען ער האט געהייסן "הרב ישראל משה", ער בעט אינ'ם צוואה אז הרב יצחק יהושע העשיל זאל זיין רב אין לעיקוואד בשעת אין א צווייטע סעיף שטייט אז ער זאל זיין רבי, ער בעט אז אויב האט א חפץ זיינע "יחזרנו לידי לאלתר"- א זאך וואס איז נישט שייך פאר איינער וואס לעבט שוין נישט (א צוואה איז געמאכט פאר אחר 120) ועוד ועוד הרבה תמיהות וואס זענן שוין באשריבן געווארען באריכות.
ה- דאס אלס איז נאר אין צוגאב צו דעם וואס ער ס'איז פארהאן פארשידענע עדות'ער [דאכט זיך אז בתוכם איז דער רבנית תליט"א] אז ער האט מביע געוועהן רצונו אז ער וויל ס'זאל דריי רבי'ס. בעת וואס לדעתי ס'איז נישטא קיין עדות (לולי דעם צואה) אז ער זאל זאגן אז ער וויל אז "נאר" דעם יונגער זוהן זאל זיין.
דאס אלס ברעגנט אונז צו קלערן, אז אפשר איז עפעס פארגעקומען דא, אפשר האט מען אונטער געדרייט שטיקלעך. נאכאמאהל איך דינג זיך נישט מיט' פאקט אז ער האט געחתמט דעם צוואה אין בי"'ד, נאר ס'קען זיין אז מ'האט געארבעט אויף איהם און אונטער געלייגט שטיקלעך [ואוסיף עוד, אז דער וואס האט איהם גענומען אין בי"ד בשעתו איז גאר איינער פון די שטארקע עסקנים פון דער בן הצעיר] ודו'ק.
די נאמען סאדיגורה
נישט אלע וויסען דאס אבער אין תל אביב איז דא איד וואס הייסט הרב מרדכי אויערבאך וואס ער רופט זיך "סאדיגורה" און קיינער טשעפעט איהם נישט. פארוואס? אביסל היסטאריע, ער איז דער ממשיך פון דער "אביר יעקב" מסאדיגורה, וואס ער איז געווען דער עלטער פעטער פונ'ם פריערדיגע סאדיגור'ער רבי און ער איז געוועהן דער פאקטישע סאדיגור'ער רבי דא אין אר"י בעת ווען זייין נעפיו (דער עלטער זיידע פון די היינטיגער רבי'ס) האט מען גערופן "סאדיגורה- פשימשל".
וואס וויל איך זאגן דערמיט? אז קום מיר נישט זאגן אז דו האסט ספעשיל בעלות אויף די נאמען סאדיגורה, ווייל דיין ברודער איז פונקט א בן אחר בן פונ'ם ערשטע'ן סאדיגורה רבי ווי דיר,און ממילא קען ער זיך באנוצן מיט דעם נאמען פונקט ווי סיי סאדיגורה און בני ברק מעג און סיי סאדיגורה אין תל אביב מעג קיינער האט נישט קיין זכויות יוצרים אויף דעם נאמען.
די בניינים אין ירושלים
נניח אז די צוואה איז יא א גוטע צוואה. דארף מען פון פריש דן זיין פאר וועם באלאנגען די בניינים אין ירושלים. ס'איז דאך נישט קיין רכוש פרטי! ס'איז א שטח וואס די ערייה (שטאט-ראט)האט אוועקגעגעבן פאר אן עמותה וואס הייסט "מוסודות סאדיגורה ירושלים", וואס האט אדמו"ר מסאדיגורה פון בני ברק מיט דעם עמותה? גארנישט.
דעם עמותה איז געבויט פון א גוף פון ארום 10 מענטשן, (כפי הבנתי) באלאנגן א מעדשאריטי פון די 10 פאר בן הבכור און א מיעוט פאר בן הצעיר. איז ווער זענען אלע די דיינים דא אויפן פארום וואס האבן שוין "געפסק'נט" אז די בניינים זענען פאר בני ברק, נאך פאר מ'איז אריין _ביידע צדדים_ אינ'ם בית דין שטיבל? הרי דער בן הבכור האט דאך מסכים געוועהן צו שרייבן בוררות צו גיין אין בי''ד דרכי תורה, כנראה האבן די צד הבני ברקאי מורא געהאט, האבן זיי עס אריין גענומען אין קאר"ט.
זאת ועוד, נניח אז ס'באלאנגט יא פאר בן הצעיר. ע"פ השמועה זענען שוין געוועהן געוויסע עסקנים און עשירים וואס האבן געוואלט מסדר זיין די "געלט נושא" דורף אויסקויפן די בניינים פאר אסטראנאמישע סומעס, ד"מ מיינט אז רוב פונעם סכסכוך דא (כפי הנראה) רעדט זיך פון עגא.
רודף/נרדף
איך גיי נישט אריין גיין דא ווער איז גערעכט, אבער צו זאגן אז די אלמנה [אדער איהר עלסטער זוהן] איז א רודף, איז א פשע.
מ'האט גענומען דעם פרוי, טערעראזירט, באשמוצט [זו האט תובע געוועהן בחדרי חרדים אין קארט א "תביעת דיבה" פאר'ן זו באשמיצן, כמובן אז אלע פראפאגאנדער קעגן איהר איז באצאהלט דורכ'ן חסידות אין ב"ב, און בחדרי זענען געוועהן געצווינגען ארויסצולייגען אן התנצלות.] ארויסגעווארפן פון איהר דירה והוסיפו פשע על פשע זיי זענען איהר יעצט תובע אין קארט 1.5 מיליון שקל פאר שכירות און חשמל פאר דעם יאר וואס זו האט געוואוינט דארט.
און מרעדט פון א דירה וואס שטייט קלאר אינם צוואה אז זו דארף וואוינען דארט יא, דעם זעלבן צוואה וואס איז געווארען זייערע פאן! שטייט אז הרבנית דארף וואוינען אינ'ם צוואה[און דאס איז חוץ פון דעם אז מ'רעדט פון א דירה וואס זו האט אינוועסטערד אסאך געלט און צוגעבויט אפאהר שטאק צו אט דעם דירה, פון אירע קעשענע]. דארף זו יעצט קומען זיך בוקען צו איהר זוהן און ווייזען שיין פנים כאילו פאניע בראד?!
דרך אגב לגבי דעם תביעה אויף שכירות פון דעם דירה, האב איך געליינט בתוך הדברים, שרייבן זיי, וזה תוכן דבריהם:"דאס וואס דער רבי זצ"ל האט געשריבן אין זיין צוואה אז זו זאל וואוינען דארט איז נישט נוגע, ווייל ער האט נישט קיין בעלות דעראויף, דעם דירה באלאנגט פאר "עמותת כנסת מרדכי"".תסמרנה שערות ראשי, א מין חוצפה צו שרייבן אזאנס, אויסער דעם וואס ס'איז א צביעות אז דו לויפסט ארום מיט א צוואה בשעת ווען דו שרייבסט אז ער האט נישט קיין בעלות, ודו"ק.
ווייטער דעם בן הבכור האט אויך נישט-ווייניג געליטן, מ'האט איהם גראפיטירט זיין בנין מיט שוידערליכע לויזינגען, זיך אריין געבראכן צו איהם אין פריוואטער צימער כמה וכמה פעמים, באשמיצט אויף אלע וועב זייטלעך, און ארום געשיקט פלייערס פאר רבי'ס קעגן איהם. בעת ווען ער האט געשוויגען און האט קיין שום שלעכטס געטוהן פאר זיין יונגערע ברודער.
איך בין ממליץ פאר די אלע וואס האבן געשריבן קעגן קעגן דעם רעביצין זאלן א קוק טוהן אין מג"א סימן קנ"ו ווי ער שרייבט אז די פסוק פון כל אלמנה לא תענון גייט ארויף אפילו אויב זו איז אן עשירה, וכן די פסוק והיה כי יצעק אלי... וחיל ורעדה יאחזון...
ואחרי כל זה, איז אויף וויכטיג צו וויסן, בעפאר מ'קומט רעדן פון וואס גיהערט פאר וועם, אז דער בן הבכור האט געהאט א גרויס חלק אין דעם אויפבוי פונ'עם חסידות סאדיגורה, היסטאריע האט געשריבן אז בעת ווען זיין זיידע איז געוועהן רבי אין די עלטערע יארן ווען ער איז געווהן גאר שוואך מיט פארקינגסאן, און זיין טאטע דעם פריערדיגן רבי ז"ל איז נאך געוועהן אין לאנדאן, איז דייקא ער (דער בן הבכור) געשטאנען צו זיין זיידען'ס רעכטער זייט (אין אנדערע ווערטע האט ער געמענעדשד די גאנצע פארטיי), און אין די יאר'ן איז די חסידות געווארען פון א קליינער חסידות'ל צו א געהעריגע אוועקגעשטעלטער חסידות.
איז פאר מ'קומט אוועקנעמען די נאמען אין וואס ער האט אזוי שטארק אינווערסטירט אין פארגאסן שווייס און בלוט, דארף מען וויסען אז "אל תדון חבירך עד שתגיע למקומו".