בלאט 1 פון 5
מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2023 10:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אפדעיט: אזויווי מיין פוינט איז נישט ארויסגעקומען גענוג קלאר דעם ערשטן מאל איז ראטזאם צו ליינען דעם אפדעיטעד ווערסיע, באזירט אויף פיעדבעק פון די ליינער, די אלטע האב איך געלאזט אז מ'זאל פארשטיין אויף וואס די תגובות פונעם עולם גייט ארויף: מיין פראבלעם מיט חרדים.pdf
מיט א שטיק צייט צוריק האב איך גערעדט מיט מיין טאטן און בתוך הדברים האט מיך געפרעגט ווען איך "קום צוריק" (צום חרדיש'ן געטאו), זעלבסטפארשטענדליך אז די ערשטע זאך האב איך צוריקגעשאסן ציניש "אויף וואס זאל איך צוריקקומען, זיך צו קענען ווייקן אין סאטמארע מקווה?", אבער למעשה האט עס מיר געמאכט אביסל טראכטן.
ס'הייסט אזוי, אין אנפאנג האט עס געהייסן אז איך זוך פשוט צו אנטלויפן פון די ניו יארקע קאוויד תפיסה, און באמת ווען ס'האט אנגעפאנגען גרינגער צו ווערן האב איך ערנסט געהאט געפלאנט זיך צוריקצוציען, כ'בין געפלויגן אין געטאו אריין פאר א צוויי דריי וואכן זוכן א פלאץ וואו אראפצושטעלן דאס געזינדל אבער נאכ'ן לעבן אינעם לעכטיגקייט אזוי לאנג האב איך פשוט נישט געקענט אויסהאלטן דאס חשכות און פארקריפלטקייט פון די נשמות דארט, כ'האב געמאכט א גרויסן בואי בשלום און אנטלאפן פון דארט כל עוד נשמתי באפי.
באמת האב איך שוין אפאר מאל געטראכט פון גיין באזוכן מיין משפחה, כאטש פאר א פאר טעג, אבער ווי לענגער איך בין אוועקגעוועזן אלץ ווייניגער און ווייניגער האב איך בכלל געהאט א שפראך מיט זיי. ווייסט, אמאל ווען איך פלעג רעדן מיט מיינע עלטערן צו ברידער אויפ'ן טעלעפאון האב איך נאך פארשטאנען וואס זיי רעדן, צומאל פלעגט מען זיך אויך טענה'ן אויף הויכע טענער, ס'איז אבער געקומען צו א מצב וואס איך פארשטיי בכלל נישט וואס זיי זאגן, מ'טענה'ט זיך שוין אפילו נישט, איך זאג מיך דאס מייניגער, זיי זאגן זיך דאס זייעריגע, און קיינער פארשטייט נישט וואס דער אנדערער רעדט…
למעשה האב איך דעמאלטס יא געזאגט פאר מיין טאטן געוויסע זאכן וואס חסידים טוען וואס שטערט מיר זייער (ספוילער אלערט: ס'נישט די מאנגל אין לימודי חול), און מיין טאטע האט מודה געווען אז ס'איז טאקע א פראבלעם, אבער, מ'קען זיך נישט שלאגן מיט די סיסטעם וכו', האב איך איהם געזאגט אז טאקע דערפאר האב איך אפגעלאזט די "סיסטעם" און געגאנגען צו א פלאץ וואו איך דארף מיך נישט שלאגן מיט קיינעם… אבער דו, האב איך פארגעזעצט, דו האלטסט דאך אויך אז ס'איז א קראנקהייט פון א פלאץ, פארוואס ביזטו נאך דארט? וויאזוי קענסטו לעבן אין א פלאץ וואו ס'דא זאכן וואס זענען וויכטיגער פון בעיסיק מענטשליכע געפילן? יא, ס'דא היינט אסאך טיכל טוסדעיס' וואס שערן זיך נישט די האר, אבער דאס איז נאר ווייל מ'האט געטראפן א היתר, ווען ס'זאל ווען שטיין קלאר אין שולחן ערוך "אסור לנשים נשואות שיהיה להן אפילו שער אחד בראש" וואלט קיינער זיך נישט געוואגט עס צו טשעלענדשען, וויאזוי קען מען לעבן אזא מין לעבן? נישט עולם הזה האט מען, נישט עולם הבא, אויף וואס ארויף? (למעשה האט מיך מיין טאטע דאן געזאגט אז "אויב רעדסטו שוין אזוי מיין איך איז בעסער אז דו בלייבסט טאקע דארט… ענדיוועיס…)
און קומטס מיר נישט זאגן (@שמן למאור אלערט) אז דאס איז נישט די "עכטע" אידישקייט, ווייל א) ס'מאכט באמת נישט אויס צו ס'איז עכט צו פאלש אבער דאס איז די טרוקענע מציאות. און ב) במחילת כבודכם איז דיעס געדאנקענגאנג דייקא יא אן אינטעגראלע טייל פון אידישקייט, און כ'וועל ענק ברענגען א ראיה וואס עטץ קענטס נישט אפפרעגן. איך מיין חס ושלום חס ושלום נישט צו האקן אבער די אמת מוז געזאגט ווערן, ס'שטייט אין בראשית ה, כד: וַיִּתְהַלֵּךְ חֲנוֹךְ אֶת הָאֱלֹקִים וְאֵינֶנּוּ כִּי לָקַח אֹתוֹ אֱלֹקִים, זאגט רש"י: צדיק היה וקל בדעתו לשוב להרשיע לפיכך מיהר הקב"ה וסילקו והמיתו קודם זמנו. ווייז דאס פאר סיי וועלכער מענטש וואס וואוינט צווישן קאסוב און קיטוב, מנער ועד זקן טף ונשים, יעדער וועט דיר זאגן מיט א פשטות אז אזוי קומט עס. אוודאי אזוי, די ערקתא דמסאנא איז קינג! א קינד איז מאלעסטעד געווארן? א געפערליכע פראבלעם, אבער צוערשט דארף מען דעם תולי מאסטער אנידערלייגן, דערנאך וועט מען זיך נעמען צו די secondary אישוס. אוודאי אזוי, גדול המחטיאו יותר מן ההורגו! פרויען מוטשען זיך מיט postpartum וויזויהייסטעס? מהיכי תיתי. יא, אוודאי איז עס א פראבלעם אבער געוואלד, וואס איז די אלטערנאטיוו? ב"ק?! דארף מען צאמזעצן אלע חכמי חעלם און צוקומען צו א מסקנא אז אין בית דין מבטל אלא אם כן גדול הימנו בחכמה ובמנין וואטעווער, ביזטו פון קאפ געפאלן? דאס איז די פראבלעם פונעם דור? וואו זענען דיינע פרייאריטיס רח"ל? וואט די עקטשועל העק? און איך קען געבן נאך צענדליגע הארבערע און שוואכערע דוגמאות דערפאר אבער מיין פען לויפט שוין באלד אויס פון טינט… איך האף אבער אז עטץ כאפטס (שמן למאור אלערט) וואס איך וויל ארויסברענגען.
יא, אוודאי איז אין די לעצטערע יארן בעסער געווארן אין אסאך הינזיכטן (הגם אין אנדערע הינזיכטן איז די מצב הדור געפאלן פי כמה לדוגמא די טעראר פון די מוסדות), אבער ווי געזאגט, ווען מ'טוט שוין יא עפעס איז מען נאר מטפל אין די ענפים, די שורש פורה ראש ולענה איז נאך טיעף טיעף איינגעבאקן אינעם סאבקאנשעס פון די קאלעקטיוו אזש ס'כאפט מיר פשוט א שוידער ווען איך טראכט נאר דערפון. און ס'נישט נאר די מעשים, און נאכאמאל, כ'מיין קיינעם נישט וויי צו טוהן אבער די גאנצע לופט טראגט א געוויסע ענערדשי וואס שמעקט פון סאדיזם און מזוכיזם, בשעת איך האב מיך געווייקט דערין האב איך נישט געפילט די גיפט דערפון (נאכאמאל, איך בעט איבער ווער ס'פילט זיך געטראפן) אבער היינט שטערט מיר עס געפערליכך. סתם פאר די אנאלידשי, כ'האב אמאל באזוכט ביי א קאזין מיינער, איך קום אריין אין זיין דירה און איך ווער אנטפאנגען מיט א שמעק פון שימל, אין די גאנצע עקסייטמענט און הו-הא פון די מופן האט ער נישט צופיל צוגעלייגט קאפ (נאז?) צום שמעק און ביז ער האט זיך געסעטלט דארט איז ער שוין געוועהן צוגעוואוינט צום שמעק אזש ער האט געמיינט אז איך טרייב לצנות פון איהם… פארשטייט עטץ? אז נישט איז אויך נישט געפערליך, די עיקר איז אז איך אליין פארשטיי…
Re: מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2023 10:41 pm
דורך צוזאמגעדרייט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: די גאנצע לופט טראגט א געוויסע ענערדשי וואס שמעקט פון סאדיזם און מזוכיזם
תְעַקֵּר וּתְשַׁבֵּר וּתְמַגֵּר וּתְכַלֵּם וְתַשְׁפִּילֵם וְתַכְנִיעֵם בִּמְהֵרָה בְיָמֵינוּ:
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2023 10:43 pm
דורך מי ימצא
איר זענט ביטער גערעכט.
אבער פון האקן אויפן סיסטעם, און זאגן אז סאיז דורך געפוילט, און אנטלויפן פון עס, צו וואו קומט מען אן?
ווען מען דראפעט זיך ארויס פון א לאך, מיט צוגעמאכטע אויגן, העיקר, זיך צו ארויסזעהן פון עס, פאלט מען אריין אין די נעקסטע לאך.
איך האב אויך געוואלט אפלאזן די סיסטעם, און אריינגעפאלן אין א אנדערע סיסטעם. די וועלט איז אויסגעשטעלט, מיט א סיסטעם. יא, סאיז דא געזונטערע, און ווייניגערע. מער שיט, און מער נארמאלקייט. אבער אלעס קומט מיט א פעקעדש.
מיין עקספיריענס, אנטלויפן פון וואס מען איז אויפגעוואקסן העלפט נישט. אויב רופסטו עס שימל = האט זיך עפעס אנגעקלעפט אין דיך.
דיינע זכרונות פון אלס קינד, קען נישט ווערן פארגעסן.
אנשטאט דעם לעב מיט עס. און סעטל זיך אליין. מאך אפ וואס איז גוט פאר דיך, נישט בעיס אנטי סיסטעם. טראכט וואס ארבעט פאר דיין משפחה. גיי וואוין וואו סשמעקט דיך. ווען דו קומסט אן צו א נייע פלאץ, ביסטו וואס דו ביסט, און דו דארפסט נישט אנעמען זייער סיסטעם.
און ווען מען גייט באזוכן פאמיליע, לאמיר זיך נישט פאפן, מיט אלע פראבלעמען, בענקט זיך צו זיי = ביסטו ווייטער דו. יא, ענדשוי א סלייס פטעיטע קוגל, צו קאלטע זיסע פיש, וואס א חילוק, וואס זיי טוען. און אז זיי ווילן לעבן אין די סיסטעם וואס מאכט זיי חרוב? איז וואס?!
האב ביידע וועלטן. ענדשוי דיין לעבן עס איז. לאז אפ יענעם.
דיסקלעימער - איך רעד צו מיך אליין.
Re: מיין פראבלעם מיט די חרדישע געזעלשאפט (סיסטעם)
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2023 10:49 pm
דורך צוזאמגעדרייט
@מי ימצא, פון איין זייט בין איך מיט דיר אז מען זאל זיך פירן א לעבן פאר זיך, און זיי לאזן אינעם סיסטעם צו זייער שלעכט מזל.
אבער דאס אז מען קען זיך נישט אויסזעהן פונעם סיסטעם, די זכרונות בלייבן, עס ארבעט נישט וכו'
דער שטן פרייט זיך מיט אזאנע ווערטער, דאס איז וואס זיי ווילן דו זאלסט זאגן. דאס איז וואס מען האט אונז מח-געוואשן זינט מיר זענען געבוירן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2023 10:53 pm
דורך מי ימצא
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
דער שטן פרייט זיך מיט אזאנע ווערטער, דאס איז וואס זיי ווילן דו זאלסט זאגן. דאס איז וואס מען האט אונז מח-געוואשן זינט מיר זענען געבוירן.
דעיס איז פלעין וועלטליכע נאטור. חוץ אויב מען ארבעט צו פארגעסן, וואס דעמאלס ווייטער גיבסטו אוועק דיין לעבן פאר זיי ווייטער.
זיך ארויסזעהן פון די סיסטעם, איז א פיזישע מאוו. מיט זכרונות קען מען זיך נישט קריגן.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2023 10:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך בין נישט געקומען דא זיך טענה'ן אדער אויסשטרעקן מיינע כשר'ע חזיר פיסלעך, אזויפיל וויל איך יא זאגן, מ'קען זיך קלאר יא ארויסרייניגן פונעם "שימל" און די sadomasochism, איך קען נישט זאגן אז איך בין שוין אינגאנצן פטור געווארן דערפון אבער נאך אסאך מעדיטעישן, therapy, ענערדשי הילינג, de-armoring, א.ד.ג. איז א גרויסע פראצענט דערפון שוין הינטער מיר. און נאכמאל, איך בין חס ושלום נישט געקומען האקן, ס'איז פשוט א realization וואס כ'האב נישט געוואוסט וויאזוי עס ארויסצוברענגען אין ווערטער ביז היינט און איך האב נישט געהאלטן ביים עס לאזן שטעקן ביי מיר איך בויך, דעטס אלל.
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2023 11:08 pm
דורך מתבודד
כ'פריי מיר אז די ענערזשי האט דיר געהאלפן ווייל מיר האט עס נישט.
דארף מען גלייבן דערין ס'זאל ארבעטן? און אויב יא, גלייבסטו דערין? און אויב יא, גלייבסטו אין נאך זאכן? אויב יא, אין וואס?
כ'בין סתם נייגעריג. דארפסט נישט ענטפערן...
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2023 11:16 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איין זאך וואס כ'האב מיך אויסגלערנט אין מיין קורצן לעבן, פון טעארעטישע שאלות קומט מען אין ערגעץ נישט אן, גיי ארויס און זוך וועסטו טרעפן, יגעתי ומצאתי תאמין, דו ווייסט ביי וויפיל phonies איך בין געוועהן פאר איך האב געטראפן legit מענטשן? איך ווייס אויך נישט, כ'האב שוין פונלאנג פארלוירן חשבון.. אזויפיל ווייס איך אז כ'האב שווער געארבעט זיי צו טרעפן, אויב איך קען זאגן עד כדי מסירות נפש. you gotta do what you gotta do, אפשר נישט? וואס ווייס איך דען...
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2023 11:52 pm
דורך מתבודד
איי דאונט קנאו. פון דיין חתימה פארשטיי איך אז מסי''נ פאר זאכן וואס די ווייסט ניטאמאל אז די גייסט זיי טרעפן איז נישט ממש פון דיינע ענינים...
עם איי מיסינג סאמטהינג?
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 4:13 am
דורך קנאפ
רביה"ק האט געשריבן:
למעשה האב איך דעמאלטס יא געזאגט פאר מיין טאטן געוויסע זאכן וואס חסידים טוען וואס שטערט מיר זייער (ספוילער אלערט: ס'נישט די מאנגל אין לימודי חול), און מיין טאטע האט מודה געווען אז ס'איז טאקע א פראבלעם, אבער, מ'קען זיך נישט שלאגן מיט די סיסטעם וכו', האב איך איהם געזאגט אז טאקע דערפאר האב איך אפגעלאזט די "סיסטעם" און געגאנגען צו א פלאץ וואו איך דארף מיך נישט שלאגן מיט קיינעם… אבער דו, האב איך פארגעזעצט, דו האלטסט דאך אויך אז ס'איז א קראנקהייט פון א פלאץ, פארוואס ביזטו נאך דארט? וויאזוי קענסטו לעבן אין א פלאץ וואו ס'דא זאכן וואס זענען וויכטיגער פון בעיסיק מענטשליכע געפילן? יא, ס'דא היינט אסאך טיכל טוסדעיס' וואס שערן זיך נישט די האר, אבער דאס איז נאר ווייל מ'האט געטראפן א היתר, ווען ס'זאל ווען שטיין קלאר אין שולחן ערוך "אסור לנשים נשואות שיהיה להן אפילו שער אחד בראש" וואלט קיינער זיך נישט געוואגט עס צו טשעלענדשען, וויאזוי קען מען לעבן אזא מין לעבן? נישט עולם הזה האט מען, נישט עולם הבא, אויף וואס ארויף? (למעשה האט מיך מיין טאטע דאן געזאגט אז "אויב רעדסטו שוין אזוי מיין איך איז בעסער אז דו בלייבסט טאקע דארט"... ענדיוועיס...).
עכ"ל.
פארוואס נישט עולם הבא ?
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 6:51 am
דורך [NAMELESS]
דיינע טענות זענען זייער גערעכט, פיינפול און ווייטאגליך. די היימישע געטא סיסטעם וואס מען האט געבויעט מיטן חשבון צו פאררעכטן דעם כלל און פארנאכלעסיגן דעם פרט האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומאפעקטיוו, און אין טייל ערטער אפילו געפארפול. די סיסטעם איז נישט געאייגנט פאר קיין שום מענטש וואס שפירט אז ער וויל טראכטן אליין, ווייל די סיסטעם איז ספעציעל פראגראמירט געווארן אז עס איז דא אויטאריטעט וואס פאסט באשלוסן איבער די אונטערגעווארפענע. עס איז זייער ענליך צו א קולט, אבער מען קען עס נישט ממש אזוי באצייכענען ווייל אין א קולט רעדט זיך דער קולטיסט איין אז ער האט פון אלעם גוטן, און אינעם סיסטעם ווייסט יעדער איינער גאר גוט אז מען איז אין דר'ערד נאר מען איז פארבינדן מיט אייזערנע קייטן דערצו.
אבער די סטראטעגיע פון אנטלויפן איז לאו דוקא די קלוגסטע. היות עס האבן זיך שוין געשאפן ערנסטע שפאלטן אינערהאלב די סיסטעמאטישע טויערן, און ווי דו האסט ארויסגעברענגט צום ביישפיל זענען שוין פארהאנען טיכל טוסדעיס מיט אייגענע האר, שוין פארהאנען חסידים מיט בארד און פאות מיט גרויסע טעלעוויזיעס אין בעדרום. מען קען היינט פשוט שפילן מיט די נארישע גבולות פונעם סיסטעם, אנע דארפן ארויסגיין און זיך שלאגן מיט טאטעס ווי דיר אין דיין פאל, אדער ריזיקירן דעם פארלוסט פון א פאמיליע צוליב פארווייטאגטע אידעאלאגישע מלחמות. א מענטש וואס לאזט אפ יהדות נאר צוליב דעם סיסטעם איז א פארווייטאגטער וואס שניידט זיין אייגן פלייש - ווייל איכא דרכא אחרינא. וואס פעלט אויס זיך מער צו וויי טון?
די מעלה פון א מענטש לעבן אין א שבת אחים'דיגע סיסטעם איז פשוט אז ער ווייסט אז ער איז קיינמאל נישט אליין. דער סיסטעם אויף וועלכן מיר האקן ניינציג פראצענט פון טאג האט למעשה די איין מעלה, אז אויב שטעלט מען זיך דערצו צו אפילו נאר לפנים, וועט מען שטענדיג האבן וואו זיך צו קערן אין א צייט פון נויט. אין אנדערע ווערטער טוט דאס צושטעלן א געוויסע סעקיוריטי פארן מענטש. איי די פראבלעמען פונעם סיסטעם וועגן דאך למעשה איבער די מעלות, טאקע דערפאר האט אונז דער רבש"ע באשאפן מיט שכל, אז מיר זאלן זיך לערנען וויאזוי זיך ארומצושפילן דערמיט, און נישט דארפן ליידן פונעם סיסטעם אבער דאך נישט מוזן אראפווארפן דעם עול מלכות שמים, און דאך נישט פארלוירן ווערן אין די גרויסע וועלט - ספעציעל מיטן אונגערישן אקצענט און מינימאלע וועלטליכע ידיעות - אז מען זאל קענען לעבן א חיים טובים.
די מהלך איז בלויז דורכ'ן אפהאקן דעם היים פון די סיסטעם, נישט אריינלאזן צו זיך אין שטוב קיין שום קאנטראל. לכתחילה זיך צו איינגלידערן אין א געגנט וואו מען דארף נישט היטן די משוגע'נע רויטע געפאסטע געזעצן. מען דארף זיין להכעיס'דיג און ווייזן אז אידישקייט איז א געשמאקע רעליגיע וואס ערלויבט א גרינגער און צוגעפאסטער סיסטעם פון "ובלבד שיכוון לבו לשמים" און מען מוז נישט געבן קיין געלט פאר קרן הצלה צו האבן א חלק אין עולם הבא. מען דארף נעמען דעם מהלך פון די פראוואקאטארן פון אלע דורות דורכן זיך תתפתל'ען מיט די עקשים מיט אלע כוחות, אבער אין די זעלבע צייט טאר מען נישט לאזן די נערוויגע מלחמה איבערלעבערישע מהלך פון שרייען און בונטעווען.
יא, מען קען ווייטער שעצן צדיקים און ערליכע אידן, מען קען אפילו ווייטער גיין צום טיש. ווילאנג עס איז נישט אויפן מהלך פון "איך טוה ווייל איך מוז" איז דאס א געוואונטשענע זאך. מען דארף נישט טראגן א האס אויף דיינים און רבנים אבער מען מעג לערנען אין די משניות פון קהתי און לאזן די ווייבער טראגן שניעלס. מען דארף ארבעטן אויף די גילט און וויסן אז אין הימל קוקט מען בכלל נישט אויב מען עסט OU אדער מען קויפט קידטשאטשקעס, מען וועט נישט שמייסן אויב מען האט נישט אויסגעזאגט פאר די מוסדות אז א טעלעפאן אין שטוב קען יא האבן פארגעשריטענע קאנעקשן, און אויך וועט גארנישט פאסירן אויב מען וועט נישט דאונעיטן קיין געלט צו אריינשטעלן קינדער אין די הייליגסטע און פרומסטע מוסדות. דאס אפלאזן דעם סיסטעם מיינט לאו דוקא אפלאזן הקב"ה און די תורה, עס מיינט אפלאזן די מותרות און אנהייבן אביסל מער מקפיד זיין אויפן לא תעשה פון בל תוסיף.
דער כלל איז אז כל זמן מען טרעט נישט אויף די תורה און מען היט אלע זעקס הונדערט און דרייצן מצוות פירן מיר זיך ווי ערליכע כשר'ע אידישע קינדער און עס ווארט אונז אפ א גאלדענע עולם הבא מיט אלע חופות און אפרסמון טייכן וואס עס ווערן פארשפראכן אין די ספרים הקדושים.
כאטש וואס מען דארף זיך אויפבינדן פון די גייסטישע קייטן, אבער דאך נישט אויפבויען א האס אויף די וועלכע זענען נאך יא אינעם סיסטעם. אזוי ווי
@רביה''ק זי''ע האט ארויסגעברענגט, דארף מען זיך טרעפן ביי א מדריגה וואו עס זענען שוין אפילו נישט דא קיין דיסקוסיעס און דעבאטעס, ווייל מען איז שוין אזוי ווייט פונעם סיסטעם אז עס באדערט שוין אפילו נישט, פונקט ווי עס באדערט אייך נישט די עקסטרעמע מהלך פון די 12 טרייבס קולט אין טענעסי.
דער סיסטעם פארט היינט ממילא אויף א וועג וואס די קיצונים שטופן עס אין ים אריין, זעלטן דא א רבי אדער דיין אויף וועמען זיי האבן נאכנישט געטראפן קיין עוונות. ווילאנג מיינט איר גייט דאס אנהאלטן ביז ווען יעדער גייט עס אפלאזן און אנהייבן לעבן אליין פאר זיך? זיי ווילן זיך אפשיידן פון אלעמען און נעמען אויף זיך דעם טיטל פון די העלדן וואס האבן געהאלטן אידישקייט, אבער אין די זעלבע צייט האלט מען שוין ביי פונקט וואס פופציג פראצענט פרומע חסיד'ישע בעלי בתים זענען אויפגעברויזט און ווארטן פאר א טשעינזש. זיי ווילן מאכן דעם עולם פרומער ווי קיינמאל בעפאר און זיי פארקריכן גאר ווייט פון די ארגינעלע אידישקייט. מען קען עס אנרופן פארפרומטע משכילים - ווייל זיי ווילן רעפארמען די פרומקייט צו א קומענדיגער טאליבאנער שטאפל וואס איז קלאר קעגן די תורה וואס שטייט בעיקר פאר אהבה און אקצעפטירונג.
איבער אלעם איז די וויכטיגסטע אזוי ווי דער רמב"ם זאגט אויף די דרך פון תשובה: עזיבת החטא. מען דארף אפלאזן דעם סיסטעם און עס נישט אפילו קריטיקירן, עס דארף ווי פשוט נישט עקזיסטירן. מען זאל נישט איבערגעבן צו די קינדער קיין שום שגעון פון דעם סיסטעם, און אויב עס פעלט זיך אויס דערצו אנצוהויבן דאווענען נוסח אשכנז זאל מען דאס אויך טון. אראפמעקן פון זיך די אלע שווארץ און בלויע צייכנס פון די סיסטעם, און מוריש זיין פאר די קינדער נאר אמת. אויף אזא אופן טוט מען זעלבסט פראדוצירן א לייכטער סאציאלער סיסטעם וואס וועט פארמאגן די אנגענעמע חלקים פון שבת אחים און הילפס ארגאנעזאציעס, אבער פון די צווייטע זייט וועט התאחדות הרבנים אפשר טאקע זיך אריבערציען קיין קאנאדע און צורו לאזן אונזערע דורות.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 7:27 am
דורך יאסל ראקאווער
מ'נעמט אונז צו אונזער קינדער. מ'דארף יא וואוינען צווישן נארמאלע מענטשן. נישען צווישן מענטשן וואס כאפן ביזת הים און גלייבן אין כישוף מיט עבודה זרות פון רימניץ ביז אוקראינה. איך פארשטיי איך האב אפאר דאללער און נישט יעדער האט די יכולת מיט א טוץ סיסטעם קינדער צו רעדן פון מופן, אבער מצפים לישועה מ'דארף מתפלל זיין אויף די משיח עצמי.
מ'טאר אויך נישט וואוינען אין א קהילה געבויעט אויף hate. לאמיר גלייבן די סאטמערע, "די רבי האט געבויעט אידישקייט אין אמעריקא", ער האט טאקע געבויעט אונזער אידישקייט. ס'איז א שטיק hate געפאקט אין א קאלירפול lovely באגאדזש. ווי די רבי האט שוין אויסגערופן ביי די גרויסע אסיפה:
"מ'דארף פיינט האבן די ציונים. משנאך ה' אשנא" "ציונות וכל המסתעף".
@קנאפ פרעגט פארוואס נישט גן עדן? לאמיר אייך פרעגן, דו ווייסט וואס דאס איז גן עדן? 99.9 פראצענט פון חרדים ווייסן נישט וואס דאס איז. מ'איז זיך מוסר נפש דערויף! אבער מ'ווייסט נישט וואס דאס איז.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 9:35 am
דורך כוואליעס
איך וויס נישט ביז ווי רביה"ק האט זיך געצויגן, אבער היינט צוטאגס זענען שוין דא געגנטער, בעיקר אין די אומגעגענט פון מאנסי, וואס איז איז זייער געשמאק צו לעבן, ווי אויך איז דא פיינע מוסדות אין מאנסי פון אלע סארטן, און איך קען אסאך אידן, ערליכע און נישט ערליכע, וואס האבן זיך אהינגעצויגן נאר וועגן די סיסטעם, אין פאקט איז שיינער'ס שול די מרכז פאר א גרויס טייל פון די אידן, און עס פעלט זיי גארנישט. פאר זייערע משפחות זאגן זיי פשוט אז דארט זענען די דירות ביליג, און אלס איז פיין און וואויל.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 9:47 am
דורך פרנס החודש
די וועג ווי אזוי די סיסטעם וועט זיך טוישן, איז ווען דער עולם וועט אנהויבן שטראמען אין די מאסן צו די מער אפענע "באבלס" אין די סיסטעם, דאן וועלן אפילו די צענטראלע קהילות זיך דארפן עפענען כדי נישט צו פארלירן זייער עולם.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 1:49 pm
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
כ'וועל ענק ברענגען א ראיה וואס עטץ קענטס נישט אפפרעגן. איך מיין חס ושלום חס ושלום נישט צו האקן אבער די אמת מוז געזאגט ווערן, ס'שטייט אין בראשית ה:כד וַיִּתְהַלֵּךְ חֲנוֹךְ אֶת הָאֱלֹקִים וְאֵינֶנּוּ כִּי לָקַח אֹתוֹ אֱלֹקִים, זאגט רש"י: צדיק היה וקל בדעתו לשוב להרשיע לפיכך מיהר הקב"ה וסילקו והמיתו קודם זמנו, ווייז דאס פאר סיי וועלכער מענטש וואס וואוינט צווישן קאסוב און קיטוב, מנער ועד זקן טף ונשים, יעדער וועט דיר זאגן מיט א פשטות אז אזוי קומט עס. אוודאי אזוי, די ערקתא דמסאנא איז קינג!
איינער פארשטייט וואס דאס דארף צו מיינען?
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 6:03 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
זייער פשוט. ס'מיינט אז איינער וואס נעמט אָן פאר 'מציאות' נאר דאס וואס ס'איז דא דערויף 'סייענטיפיק-פרוף' פארשטייט נישט דעם חסד ה' פון אריבערפירן א מענטש פון עולם הזה פריצייטיג, בכדי אים מזכה צו זיין מיט חיי עולם הבא... און ווער רעדט נאך פון די תענוג וואס מיליאנען אידן האבן געהאט ביים זיך מוסר נפש זיין על ערקתא דמסאנא.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 6:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נאכ'ן זעהן די אלע תגובות איז מיר געווארן אביסל קאלעמטונע אויפ'ן הארץ ווייל ס'האט מיר נישט אויסגעזעהן ווי איינער האט בכלל פארשטאנען וואס כ'האב געזאגט (הגם כ'האב עס בעיקר געשריבן פאר מיר אליין, אבער דאך), ביז
@בתוך עמי איז געקומען און קאממענטירט, בתוך עמי נחמתני.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 6:30 pm
דורך נעקסט לעוועל
@יהורם דיינע ווערטער זענען שפתים יישק, איך עגרי מיט יעדע ווארט דיינע
איך בין אויפגעוואקסן אין א עקסטערעמע קהילה, מיט טייטע הנהגות וחומרות אויף יעדע שריט
און דאך שפיי איך נישט נעגאטיוויטי און האס צו מיין קהילה, צו מיין עבר, סתם א שאד צו פארלירן פאמיליע, און טראגן שווערע געפילן.
איך האב ב"ה חתונה געהאט צו א קלוגן אשת חבר, איך האב געשפרייזט די אוישען, און געפענט מיין אייגענעם בלעטל, אויף מיין אייגענעם דרך, און דאס לעבן ביז מיין חתונה אונטער א סטריקט סיסטעים האט מיר נישט גורם געווען אפצולאזן יהדות, איך האב עס פשוט געלאזט ביהיינד, און די פעסט, מיין עבר אינטערעסירט מיר נישט.
איך האב אפגעלאזט די סיסטעים, איך האב בוחר געווען אין די 613 מצוות און שולחן ערוך וזהו, נישט אין חומרות וחסידות שטיק, און איך האב א חיים טובים,
און דאך האלט איך אן קשר מיט יעדעם, און טראג נישט קיין שנאה אדער שווערע פילינגס צו מיין עבר, און סאם האו דארף איך נישט קיין מעדיטעישן אדער האו נאוס וואט (יעדער האט זיך זיין פערזענליכע סטארי, איך דשאדש נישט קיינעם)
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 6:35 pm
דורך נעקסט לעוועל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נאכ'ן זעהן די אלע תגובות איז מיר געווארן אביסל קאלעמטונע אויפ'ן הארץ ווייל ס'האט מיר נישט אויסגעזעהן ווי איינער האט בכלל פארשטאנען וואס כ'האב געזאגט (הגם כ'האב עס בעיקר געשריבן פאר מיר אליין, אבער דאך), ביז
@בתוך עמי איז געקומען און קאממענטירט, בתוך עמי נחמתני.
@רביה"ק, איך קען הערן וואס די זאגסט, הגם סאיז מיר שווער זיך אריינצולייגן אין דיינע שיך און פארשטיין (כווייס דאך ניטאמאל וועלכע סייז די טראגסט)
אבער אידעוועי סאיז א בחירה וואס יעדער איז בארעכטיגט צו מאכן, און סאיז נישט דא קיין שום רעכט צו דשאדשן א צווייטן פאר זיינע מעשים
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 7:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איין זאך האב איך נאר הנאה ווי דער עולם איז געהעריג איינגערעדט אז כ'האב אפגעלאזט אידישקייט, איינער האט זאגאר געהאט אן אישו אז איך האב פארקויפט מיינע תפילין
יא, מיינע רש"י תפילין האב איך פארקויפט ווייל ס'האט מיר געמאכט פראבלעמען (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל איך גיי דיר נישט ענטפערן סייווי) אבער ר"ת לייג איך נאך אפאר מאל א וואך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 7:22 pm
דורך נעקסט לעוועל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איין זאך האב איך נאר הנאה ווי דער עולם איז געהעריג איינגערעדט אז כ'האב אפגעלאזט אידישקייט, איינער האט זאגאר געהאט אן אישו אז איך האב פארקויפט מיינע תפילין
יא, מיינע רש"י תפילין האב איך פארקויפט ווייל ס'האט מיר געמאכט פראבלעמען (פרעג נישט וואס דאס מיינט ווייל איך גיי דיר נישט ענטפערן סייווי) אבער ר"ת לייג איך נאך אפאר מאל א וואך.
סתם פאר קוריאסיטי, וואס האט ר"ת זוכה געווען ?
(משמע פון דיינע ווערטער אז רש"י שוין נישט אבער ר"ת יא)
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 8:00 pm
דורך שמן למאור
למעשה כאפ איך נאכנישט פארוואס איך בין דא געטעגט געווארן דורך רביה"ק. איך בין בכלל נישט קיין גרויסע דעפענדער פון די סיסטעם, איך בין אפן צום פאקט אז אונזער סיסטעם איז מלא פראבלעמען און איך האלט מיך נישט אפ פון אליין קריטיקירן דאס וואס איז צריך תיקון.
אבער ווי @מי ימצא האבן שוין אנגעמערקט ארבייט די וועלט אז מער ווייניגער איז יעדער ממילא אין א סיסטעם. קענסט ארויסגיין פון אונזער סיסטעם, אבער דאן וועסטו זיך טרעפן אין די אמעריקאנע סיסטעם וואס איז מער ווייניגער איינגעטיילט אין צוויי, אדער די רעכטע קריסטליכע סיסטעם, וואס דאס איז אזא מחליף פרה בחמור, אדער קענסטו ווערן א לינקע ליבעראל, מיט איין קינד א לעסביאן, די צווייטע וואס איז טרענס, און ביי די פיפציג וועסטו זיך טרעפן אליינס אן קיינער וואס זאל דיר אנקוקן. יא, אונזער שידוכים סיסטעם איז פארקריפלט, אבער וואו נאך האסטו א סיסטעם ווי ביי די אכציג יאר האסטו אכט קינדער וואס זארגן זיך פאר דיין וואוילזיין? יא, מען דארף טאקע וויסן וועלכע רבנים צו פרעגן צו באקומען א היתר אויף בורט קאנטראל, אבער ווען דיין רעדל כאפט א פלעט ווילסטו ווארטן דריי שעה פאר AAA אדער די ווילסט קענען ריפן חברים און ביז 15 מינוט ביסטו גוט טו גאו? איך בלעים קיינער נישט וואס איז געווארן ארויסגעשפיגן פון די סיסטעם, אבער פון אלע אנדערע סיסטעמס איז אונזער סיסטעם נישט אזוי אוועקצומאכן.
אוודאי די וואס זענען גאר שטארק אדוק צום סיסטעם ליידן מער, אבער ווי @יהורם האט שוין ארויסגעברענגט קען מען זיך מער ווייניגער מסדר זיין מיט אלעם אן דעם וואס די סיסטעם זאל אזוי שטארק שטערן אינעם טאג טעגליכן לעבן. אודאי איז דא זאכן וואס שטערט אלעמאל, און פאר איינעם שטערט עס מער און פאר א צווייטער ווייניגער. אבער נעמענדיג אין באטראכט די אנדערע אפציעס, איז שווער צו זאגן אז בלייבן אין די סיסטעם איז נישט די קליגסטע זאך פאר דער וואס קען עס טון.
איך וועל זיין זייער אפן, ווען איך קען ווען מתחילה ווערן אריינגעבוירן אין א צווייטע סיסטעם, וואלט איך מסתמה ענדערש אויסגעוועלט א מער מאדערן ארטאדאקסישע סיסטעם. אבער למעשה בין איך געבוירן דא, און גיין זיך אריינגלידערן אין א צווייטע פלאץ איז שוין אויך נישט אזוי געשמאק, און בפרט אז דאס וועט אויך מיינען זיך צו דערווייטערן פון די משפחה און מצער זיין מיינע ארומיגע און אפהאקן פון מיינע יעצטיגע חברים. דערווייל זעט מיר אויס די בעסטע אפציע זיך צו מאכן דאס לעבן באקוועם אונעם סיסטעם און שוין.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 8:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דו זאגסט זייער גוט, ווען נישט קאוויד וואלט איך מיך לכאורה נאכאלץ געווייקט אין סאטמארע מקווה, כנ"ל. קענסט צוריקקוקן צו מיינע פריערדיגע תגובות וועסטו זעהן אז אמאל פלעג איך זינגען אקוראט דעם זעלבן ניגון, נאר היינט ווען איך קוק צוריק זעה איך ווי נאריש איך בין געוועהן. ווער ס'האט נאר אמאל טועם געוועהן אונגארישע וויין דעם קען מען שוין נישט אפנארן...