הצלה בארא פארק
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
- האט שוין געלייקט: 191 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל
הצלה בארא פארק
עס טוט זיך טישן און בענק לגבי הצלה בארא פארק. די מעמבערס ווילן אז עס זאל זיין אווערסייט, אקאונטעביליטי, און אז עס זאל זיין וואלן ווער עס זאל זיין קאארדינאטאר. זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א געהעריגע סיסטעם פון אפליקאציעס לגבי ווערן א מעמבער און נישט נאר אויב מען האט פראטעקציע זאל מען קענען ווערן א חלק פון די ארגענאזאציע. די מעמבערס האבן זיך גענומען א דעם באקאנטן טוען רבני הרב שמואל פריעד און ער האט געשיקט בריוון צו די קאארדינעטארס פון הצלה און פאר הרב חיים יענקל טויבער פון באבוב, וואס ער איז די רב פון הצלה בארא פארק, אז מען דארף אן ענפער אויף די טענות פון די מעמבערס.
ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."
ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."
- signout
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1415
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1207 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל
דעיס מיינט אז וומסב''ג איז נעקסט?Visionary האט געשריבן:עס טוט זיך טישן און בענק לגבי הצלה בארא פארק. די מעמבערס ווילן אז עס זאל זיין אווערסייט, אקאונטעביליטי, און אז עס זאל זיין וואלן ווער עס זאל זיין קאארדינאטאר. זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א געהעריגע סיסטעם פון אפליקאציעס לגבי ווערן א מעמבער און נישט נאר אויב מען האט פראטעקציע זאל מען קענען ווערן א חלק פון די ארגענאזאציע. די מעמבערס האבן זיך גענומען א דעם באקאנטן טוען רבני הרב שמואל פריעד און ער האט געשיקט בריוון צו די קאארדינעטארס פון הצלה און פאר הרב חיים יענקל טויבער פון באבוב, וואס ער איז די רב פון הצלה בארא פארק, אז מען דארף אן ענפער אויף די טענות פון די מעמבערס.
ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל
ענדליך!Visionary האט געשריבן:עס טוט זיך טישן און בענק לגבי הצלה בארא פארק. די מעמבערס ווילן אז עס זאל זיין אווערסייט, אקאונטעביליטי, און אז עס זאל זיין וואלן ווער עס זאל זיין קאארדינאטאר. זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א געהעריגע סיסטעם פון אפליקאציעס לגבי ווערן א מעמבער און נישט נאר אויב מען האט פראטעקציע זאל מען קענען ווערן א חלק פון די ארגענאזאציע. די מעמבערס האבן זיך גענומען א דעם באקאנטן טוען רבני הרב שמואל פריעד און ער האט געשיקט בריוון צו די קאארדינעטארס פון הצלה און פאר הרב חיים יענקל טויבער פון באבוב, וואס ער איז די רב פון הצלה בארא פארק, אז מען דארף אן ענפער אויף די טענות פון די מעמבערס.
ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."
נישט אז איך וויל עס זאל זיין אזוי ווי שומרים/שמירה אדג. איך וויל אן ערענטע ארגענעזאציע, אבער ווי יעדער האט א טשענס.
לאמיר נאר האפן אז מען וועט קענען עפעס אויפטוהן, די חזקה ווייזט אז בדרך כלל גייען די פאר פועארפול מענטשן פארשווייגן אין אינטערדרוקען די נושא.
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
גערעכט. אבער פארוואס זאל א באבוב'ער אינגערמאן האבן א בעסערע טשענס צו ווערן אנגענומען ווי עני אנדערע אינגערמאן?עמעזאן האט געשריבן:אין חברה הצלה קומט בהחלט נישט אז יעדער זאל האבן א טשאנס סוף כל סוף באקומטסטו עקסעס בחדרי חדרים אין יענעמ'ס בעדרום וכו' ולא כל הרוצה יטול את השם עס דארף זיין א סיסטעם פון זיך גוט נאכפרעגן אינפארמעשאן אז די בעל האפליקעשאן איז א באזעסענע יונגערמאן וואס פארשטייט די האקלקייט
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
I once called Hatzolah, and while one paramedic was treating me, a few others simply walked around in the house! (One even asked while coming back from my bqck porch who's building in the back..)עמעזאן האט געשריבן:אין חברה הצלה קומט בהחלט נישט אז יעדער זאל האבן א טשאנס סוף כל סוף באקומטסטו עקסעס בחדרי חדרים אין יענעמ'ס בעדרום וכו' ולא כל הרוצה יטול את השם עס דארף זיין א סיסטעם פון זיך גוט נאכפרעגן אינפארמעשאן אז די בעל האפליקעשאן איז א באזעסענע יונגערמאן וואס פארשטייט די האקלקייט
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 771
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
- האט שוין געלייקט: 1291 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל
ער לייגט עס גוט אראפיין שרף האט געשריבן: I once called Hatzolah, and while one paramedic was treating me, a few others simply walked around in the house! (One even asked while coming back from my bqck porch who's building in the back..)
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מתבודד: דאס איז א נישט טיפיקל עקספיריענס. איך האב אויך שוין (ליידער) געדארפט רופן הצלה אינמיטן די נאכט. מער ווי איין מאל. און זיי (די הצלה מעמבערס) זענען אייביג געווען העכסט פראפעשאנאל. און דיסקרעט. איין מעמבער איז אפילו געקומען אן זאקן. ד.מ. ער איז גראד ארויסגעלאפן פון זיין בעט.
מ'דארף א ביסל אפשאצן די מסירות נפש פון די הצלה מעמבערס.... קריטיק איז נישט אייביג אין פלאץ...!
מ'דארף א ביסל אפשאצן די מסירות נפש פון די הצלה מעמבערס.... קריטיק איז נישט אייביג אין פלאץ...!
- פאליטיקאנט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1413
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
- געפינט זיך: אין דמיון
- האט שוין געלייקט: 765 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
בעפארן קריטיקירן איז וויכטיג אוודאי נאכאמאל קלארשטעלן אז הצלה איז גאר וויכטיג און נאך אלע מעשיות טוען זיי די דזשאב מיט געטריישאפט און פראפעסיאנאל.
איך האף אז עפעס וועט טאקע ווערן, עס מאכט נישט קיין סענס אז אזא וויכטיגע ארגאניזאציע האט נישט קיין ברעקל אווערסייט, און אז מעמבערס ווערן קאנטראלירט דורך אפאר יחידים.
אויך איז אביסל פארנעפלט די געלט ענינים...

- היימישער באניצער
- הודעות: 403
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל
איך גלייב נישט אז די מעשה איז געווען ממש פונקט אזוי. (און דו ביזט דאן געווען אינטער באהאנדלונגען פון א פאראמעדיק (!) מסתמא האסטו נישט אויפגעכאפט די דעטאלן.)יין שרף האט געשריבן:I once called Hatzolah, and while one paramedic was treating me, a few others simply walked around in the house! (One even asked while coming back from my bqck porch who's building in the back..)עמעזאן האט געשריבן:אין חברה הצלה קומט בהחלט נישט אז יעדער זאל האבן א טשאנס סוף כל סוף באקומטסטו עקסעס בחדרי חדרים אין יענעמ'ס בעדרום וכו' ולא כל הרוצה יטול את השם עס דארף זיין א סיסטעם פון זיך גוט נאכפרעגן אינפארמעשאן אז די בעל האפליקעשאן איז א באזעסענע יונגערמאן וואס פארשטייט די האקלקייט
אבער וויאזוי ס'זאל נאר זיין, אויב האלסטו אז די מעמבער'ס האבן זיך אזוי אויפגעפירט דאן איז עס לכל הדיעות א זעלטענע זאך, און זיי זענען קלאר געגאנגען קעגן די פארשריפטן פון הצלה און דו קענסט דשאסט אנרופן די דיספעטשער דערציילן דיין מעשה.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 155
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 19, 2022 1:51 pm
- האט שוין געלייקט: 191 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 204 מאל
c/p
על פי התורה אשר יורוך
אינ'ם פארלאפענעם תקופה איז אויפגעברענגט געווארן דורך פילע פון די חברי הצלה אין בארא פארק, אז עס וואלט זיך אויסגעפעלט אפצוהאלטן פרישע וואלן ווער עס זאלן דינען אלס די קאארדינעטאר פון הצלה, נאכדעם וואס עס זענען שוין לענגערע יארן נישט פארגעקומען וואלן פאר די פאזיציעס, און רוב חברי הצלה האבן יעצט געשטימט אז מען זאל יא מאכן וואלן, צוליב וואס זיי זענען אומצופרידן מיט פארשידענע החלטות און איבערן יעצטיגן צוגאנג פון די דריי קאארדינעטארס.
אבער די באורד מטגלידער האבן זיך אנטזאגט פון צולאזן אז עס זאל פארקומען פרישע וואלן, מיטן אויסרייד אז דער רב און פוסק פון חברה הצלה, הגה"צ רבי חיים יענקל טויבער שליט"א דומ"ץ באבוב-48, איז זיך מתנגד צו דעם שריט, און דערפאר מוזן זיי זיך האלטן צום דעת תורה.
נאכן זעהן אז מ'איז אין א פארלעגנהייט, און די אומצופרידהייט וועט זיך אזוי ווייטער אנהאלטן, האבן זיך עטליכע חברי הצלה געוואנדן צום בית דין בינת משפט וואס שטייט בראשות הרה"ג ר' שמואל פריעד שליט"א להורות את המעשה אשר יעשון, און דער בי"ד האט אפגעשיקט א בריוו צום באבובער דיין און די ראשי חברי הצלה, מיט'ן פסק אז זיי מוזן געבן פארן בי"ד א שריפטליכן תשובה ביז צען טאג אויב זיי האבן א טענה אדער סיבה פארוואס נישט אפצוהאלטן פרישע וואלן, און אויב נישט וועט די בי"ד מוזן אליין דן זיין וואס צו טוהן.
נאכדעם וואס עס איז נישט ערהאלטן געווארן א תשובה דערויף, האבן זיך עטליכע חברי הצלה געוואנדן צו הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א, דומ"ץ סאטמאר-52, ער זאל זיי פארטרעטן אינ'ם דין ודברים. דער סאטמארער דיין האט זיך געוואנדן צו צום באבובער דיין פארלאנגענדיג אז עס מוז אפגעהאלטן ווערן פרישע וואלן פאר נייע קאארדינעטאר פון חברה הצלה, און דער באבובער דיין האט עם געבעטן מען זאל אים געבן דרייסיג טאג.
עטליכע טעג שפעטער האט זיך האדמו"ר מבאבוב-48 שליט"א פארבינדן צו רבי חיים דוד כ"ץ, און זיך געבעטן ביים אים ער זאל אפלאזן די מערכה, מיטן אויסרייד אז זיין שוואגער דער באבובער דיין געפינט זיך אצינד אין פלארידע זיך צו ערהוילן פון געזונטהייט קאמפליקאציעס וואס ער איז לעצטנס אדורך, און דערפאר זאל מען זיך דערווייל אפגעבן מיט אנדערע וויכטיגע תיקונים וואס עס פעלט זיך אויס. און באבוב-48 רב האט זיך דערביי אויסגעדרוקט אז עס איז שפיכות דמים צו רודפ'ן זיין שוואגער אין דעם יעצטיגע אומשטענדן.
דער סאטמארער דיין האט אבער מקיים געווען דעם לא תגורו מפני איש, און מיט א פעסטקייט געענפערט, "איך שפיל נישט קיין פאליטיק, און ס'איז דא א תורה, וואס מען דארף אויספאלגן דעם דעת תורה, און נישט קיין חילוק ווער ס'זאל נאר זיין מוז מען מקיים זיין א פסק פון א בי"ד. הצלה איז נכסי ציבור, און קיינער האט נישט די רעכט זיך משתלט צו זיין דערויף, און אויב דער באבובער דיין איז נישט בכח זיך אפצוגעבן מיט דעם, קען ער איבערגעבן זיין פאזיציע פאר אן אנדערע רבני'שע פערזענליכקייט וואס זאל אים פארטרעטן. אויב איז ער נישט ביכולת צו האנדלן דעם פרעשור זאל ער נישט זיין דער דעת תורה און רב פון חברה הצלה"!
אזוי רעדנדיג האט ער אינמיטן געהערט ווי דער באבובער רב האט אראפגעקלאפט דעם טעלעפאון אויף אים, זעענדיג אז דער סאטמארער דיין מאכט זיך נישט צו טוהן פון זיין בקשה, נאר פאדערט זיך צו האלטן צום דעת תורה.

- יום טוב ליפמאן צונז
- ידיד השטיבל
- הודעות: 171
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 26, 2022 12:31 am
- האט שוין געלייקט: 59 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 17, 2022 5:33 am
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אלעס פיין און וואויל, קען זיין זיי זענען גערעכט. אבער זייער טעות איז מיטן אויפנעמען אזא רשע מרושע, רודף, ווי שמואל פריד - באוואוסטער לאנגיעריגער מחרחר ריב. דא האבן זיי פארלוירן זייער גאנצער רעספעקט ביי יעדען נארמאלע ערליכער מענטש! און פארדעם האף איך פערזענליך אז זיי זאלן מיאוס פארלירן.
וועגן אזעלכע סארט פארדארבענע מענטשען ווי שמואל פריד זענען ליידער אלע היינטיגע בתי דינים קאראפטירט!
ס'פעלט נארמאלע אינגעלייט? נארמאלע טוענים, אז זיי האבן געמוזט אנקומען צו אזא אויסגעוועפטער זקן וכסיל?
זיי שטיצן א איד מיט א לאנגע בארד וואס האט נישט קיין שום ethical and moral code, א מענטש וואס איז פארנומען צוצונעמען קינדער פון זייערע עלטערן ווייל ער מאכט געלט? א נבל ברשות התורה?
איך האף אז זיי וועלן פארלירן!

- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
עם עקש תתפתל. איך טראכט, נישט ווייל איך ווייס, אז די פירערס פון חברה הצלה זענען אזעלכע שמואל פריעדס ממילא דארף מען א שמואל פריעד צו קעיר נעמען אויף זיי. די באדאם ליין איז אז אזוי ווי עס איז יעצט קען די חברה הצלה נישט געווינען. אויב מאכן זיי נישט שלום וועלן זיי נאר פארלירן. עס איז דא עזרת נשים וואס קען איבערנאכט עבזארבן אלע הצלה מעמבערס וואס זענען נישט צופרידן און פלוצלינג באקומען זיי עקספיריענסד מעמבערס וואס קענען ראנען א הצלה ארגענייזעישן. נישט נאר דאס, זיי וועלן נאך זיין צדיקים פארן האבן פרויען פאר צניעות. די זעלבע וואס האבן געשריגן קעגן עזרת נשים וועלן פלוצלינג שרייען פארקערט. די פאנדרעיזינג פאר הצלה וועט ליידן געפערלעך און די כאאס מיט קאלס פון הצלה און עזרת נשים וועט שאטן פאר די פאציענטן. ממילא זעה איך נאר איין סאלושן אז זיי זאלן טרעפן א וועג זיך דורך צו קומען.