בלאט 1 פון 1
פרופסור און פילוסוף יוסף אגסי ז”ל
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 7:03 am
דורך Nanach
היינט ב’ שבט איז נפטר געווארן די פראפעסער און פילוסוף יוסף אגסי.
ער איז געווען זייער א צוגעלאזענע און עס איז דא פון אים אסאך אינטערסאנטע שיעורים און ספרים.
פון איין זייט א שטארקע ליבעראליסט, פון צווייטע זייט א שטארקע ציוני און דיפענדער פון מעטאפיזיקה.
די וואס קענען שרייבן באריכות זענען מכובד אים צו מער באשרייבן
יהא זכרו ברוך
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
איך האב לעצטנס אנגעהויבן הערן א ביסל פון זיינע שיעורים/לעקציעס און אלגעמיינע דיסקוסיעס (אויף יו טוב) ביי איהם אין שטוב. ער (און זיין ליוו-אין אסיסטענט'קע) האט די לעצטע פאר יאר געהאט א מנהג צו מאכן מיטינגס פון פראפעסארן און אנדערע אינטעלעקטואלן ביי איהם אין שטוב.
מ'האט דארט באהאנדלט אלערליי סאבדזשעקטס. סייענס, פילאזאפיע, רעליגיע, און, להבדיל, תורה.
ער איז א געוועזענער ישיבה בחור (דוכט זיך חברונ'ער ישיבה). ער אליין איז נישט געווען קיין רעליגיעזער מאן, ער האט אבער רעספעקטירט חז"ל און באוואונדערט זייער חכמה.
די אופן פון די דיסקוסיעס און דעבאטעס איז געווען אז ער האט מכבד געווען איין פראפעסער/מלומד צו האלטן א דרשה, און דער עולם האטציך אנגערופן מיט זייערע מיינונגען. פארשטייצעך ס'איז אויך געווען כיבוד ביד רחבה. ער האט געוואוינט אין א ווילא אין תל אביב, זעהט אויס אז זיין געהאלט און פענסיע האבן דאס ערלויבט. רוב צייט איז ער געווען שטיל, נאר פון צייט צו צייט האט ער אריינגעווארפן זיינע קאמענטארן, און מ'האט געזעהן אז ער איז בצלילת הדעת טראץ זיין טיפע עלטער (עטליכע ניינציג).
זיין אסיסטענט'קע האט אנגעפיהרט די דעבאטעס, אלעס איז געווען בדרך כבוד.
עטליכע בארימטע פראפעסארן און חוקרי המקרא והתלמוד (לאו דוקא ערליכע אידן) האבן דארט געהאלטן דרשות. איינער איז פרופ' יגאל בן נון, ער איז א שטארקער חוקר המקרא והתלמוד (בבלי וירושלמי) און מדרשים. ער (יגאל בן נון) א מאראקאנער אפשטאמיגער, אזוי ווי פרופ' אגסי, האבן שטארק געשעצט אונזערע אוצרות התורה, טראצדעם וואס זיי זענען (ליידער) נישט געווען קיין ערליכע אידן וועלכע האבן מקיים געווען מצוות מעשיות. קיין אפיקורסים קענמען זיי נישט אנרופן...
יהא זכרו ברוך...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 9:21 pm
דורך מצפצף
יגאל בן נון שעצט נישט חז"ל, ער מאכט אסאך חוזק פון זיי.
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 9:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ער שעצט זייער זייער חכמה, כ'האב איהם נישט איינמאל געהערט זיך אויסדרוקן מיט התפעלות אויף די געריבנקייט און חכמה פון חז"ל, וואס ער שעצט נישט איז זייער בחירה אויף וואס עס אויסצונוצן, כמובן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 10:29 pm
דורך berlbalaguleh
מצפצף האט געשריבן:יגאל בן נון שעצט נישט חז"ל, ער מאכט אסאך חוזק פון זיי.
מצפצף: ער (בן נון) שעצט יא און באוואונדערט זייער חכמה און פיקחות. פארשטייצעך. אז נישט מיט קיין יראת הכבוד. אזוי ווי אן ערליכער איד. נאר אלס אוניווערסאלע חכמים. ער גאלט זיך דאך אפ דעם קאפ. במקום פיאות הראש.
איך מיין אז ער האט אפילו א הער מאשינקע. כנראה האט ער א געוויסע שוועריגקייט מיט רעדן (פארבונדן מיט די שמיעה).
איך בין נישט אזוי שטארק באקאנט מיט זיין יוגנטליכן בעקגראונד. אויב ער האט אמאל באקומען אן ערליכן חינוך. ער איז אבער א שטארקער בקי וחוקר המקרא ותלמוד.
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 11:38 pm
דורך Nanach
בערל שכוח פאר דיין באריכט.
אפאר הערות ער האט געוואוינט אין הרצליה
יגאל בן נון האט א טעאריע אז רב שרירא גאון האט אליינס אויסגעטראפן די תלמוד בבלי, די טעאריע איז מופרך פאר יעדעם וואס האט א שטיקל בקיאות אין חז"ל, פאריגע וואך האב איך גערעדט מיט פרופסור אגסי ז”ל אויפן טעלעפאן, און איך האב אים ארויף געברענגט די טעאריע אז עס שטערט מיר, און ער האט מיר תיכף געזאגט אז ער איז אויך נישט מסכים דערמיט (ער האט מיר פרובירט צו פארענטפערן בן נון, אז באמת האלט בן נון אויך נישט אזוי אויף זיכער עס איז ביי אים נאר א טעאריע בדרך אפשר)
איך וואלט געזאגט אז אגסי איז אין די פרייע אקאדאמישע וועלט געווען א בקי אין תושבע”פ, און בן נון תורה שבכתב.
נאר אגסי ווען מען האט גערעדט צו אים אין תנ”ך האט ער געזאגט איך בין נישט בקי, און הלוואי זאל בן נון דאס טון אויף תושבע”פ
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 11:46 pm
דורך מתבודד
וואסענייעס. וואס נאך האסטו גערעדט מיט אים? זיי מדובב זיינע שפתות אביסל, ער'ט דיך מכיר טוב זיין פון אויבן..
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:47 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
Nanach האט געשריבן:בערל שכוח פאר דיין באריכט.
אפאר הערות ער האט געוואוינט אין הרצליה
יגאל בן נון האט א טעאריע אז רב שרירא גאון האט אליינס אויסגעטראפן די תלמוד בבלי, די טעאריע איז מופרך פאר יעדעם וואס האט א שטיקל בקיאות אין חז"ל,
ווי אזוי איז דאס מופרך?
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:01 pm
דורך Nanach
איך האב נישט קיין כח צו שרייבן באריכות.
אבער איין טענה מען קען נעמען יעדע תנא אדער אמורא וואס ווערט דערמאנט מערערע מאל אין ש"ס און ווייזן ווי עס האט איין שניט לויט זיין מהלך המחשבה.
אז איין מענטש זאל אהער שטעלן אזא ארבעט ווי תלמוד בבלי אליינס איז נישט מעגליך אין 100 יאר, און אויב איז עס געווען א טיעם וואלט נישט רב שרירא געקענט פארקויפן אז ער האט עס מקובל
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 3:46 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
א שוואכע טענה....
נשלח: מיטוואך יאנואר 25, 2023 3:51 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
גראדע זאגט ער אין ערגעץ נישט אז שרירה גאון האט געמאכט דעם שס. ער זאגט אז לכאורה אביסל פריער ווי די גאונים צייטן און מיר ווייסן נישט פונקטליך ווען. ווען דו זאגסט מיר אז וואס אגרת רב שרירה גאון שרייבט איז הייליג און דערפאר האבן אונז בקבלה אז די תנאים זענען געווען ווען זיי זענען געןןען אין וכו' וכו' איז איין זאך איך האלט גראדע אזוי... אבער דו שיסט מופרך איז אדרבה קום אריין קלאר מיטן מופרך