וויאזוי האט מדינת ישראל ערווארבן די אטאם באמבע?!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וויאזוי האט מדינת ישראל ערווארבן די אטאם באמבע?!
דאס איז דער נאמען פון א בוך וואס איז נארוואס (איבער)-געדרוקט געווארן. דער "מחבר" ראזשער דזשעי. מעטסאן, זאגט אז ער איז א געוועזענער סי. איי. עי. עידזשענט, און א וועטעראן פון אנדערע אויסשפיר אגענטורן. דער בוך אנטהאלט מער ווי 300 בלעטער. ער ווארפט דארט צוזאם צענדליגער פערזענליכקייטן, ס'איז זייער שווער צו האלטן קאפ ווער ס'איז דער מענטש און וואס ער האט געטון. דער תמצית פון זיין בוך איז אז מדינת ישראל האט זיך ערווארבן די אטאם באמבע/ס נישט נאר דורך שפיאנאזש און באטריג, נאר פשוט דורך גניבה פון אוראניום וואס די איזראעלישע/אידישע שפיאנען האבן אדורכגעפיהרט, און דער קאווער-אפ וואס איז געקומען דורך די סי.איי.עי. בכבודם ובעצמם, דורך די איינפלוס פון די אידישע לאבי און די פאליטישנס וועלכע האבן זיי געדינט.
די מערסטע נעמען וואס ער רעכנט דארט אויס זענען אידיש קלינגענדע. מ'קען נישט זאגן אז ער איז אנטיסעמיטיש געשטימט,אבער א קאנספיראסי טעאריסט איז ער זיכער. למשל ער פארציילט אז א אידישע אמעריקאנער קאמפעני וועלכע האט געהאט א שיינעם אומשולדיגן קלינגעדיגן נאמע איז (נאר) געווען א פראנט פאר די מדינת ישראל שפיאנאזש אגענטור, און פלוצלינג האט געפעהלט א גרויסער סכום פון אוראניום, און די סי איי. עי. האבן פאלשערהייט קלאסיפיצירט די דאקומענטן אז מ'זאל נישט קענען אויסגעפונען דעם אמת. אויך, אז די סי. איי. עי. האט געהאלטן אן אויג אויף די וואסער און לופט אין און ארום דימונה, און זיי זענען געקומען צו מסקנא אז מדינת ישראל פראדוצירט אן אטאם באמבע.
דער חשוב'ער "מחבר" איז מודה אז א סאך אנדערע (פרידליכע) מדינות אזוי ווי איראן, פאקיסטאן און אינדיע, סיריע און ליביע, האבן אויך גע'גנב'עט די אטאמישע סודות, נאר ער פארציילט נאר וועגן די חטאים פון די ציונים אין מדינת ישראל (שר"י עפ"ל. כבר אמרנו). מ'קען נישט זאגן אז ער איז אן אנטיסעמיט, אבער ווען ער רעדט הויפטזעכליך וועגן מענטשן וועלכע הייסן שטיינבערג, גרינבערג און כהן, ווייסט מען אז ער רעדט נישט וועגן פוילישע אדער אוקראינער גויים.
נ.ב.: דאס קען זיין גאר גוטע סחורה פאר אונזערע גוטע פריינט הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות.
נאך איין ווארט. ווען מ'האטציך געדינגען נאך די זעקס טאג מלחמה אויב מדינת ישראל/אידן האבן די אטאם באמבע, האט הרה"ק מ'קלויזנבורג זצוק"ל געזאגט... זיכער האמיר די אטאם (אתם) באמבע... ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום...!

וואס פראנקרייך האט געגנב'עט די סודות (פון אטאם) פון אמעריקע.ספינקא האט געשריבן:יש אומרים אז זיי האבן עס באקומען פון פראנקרייך (מקור דער שטערן)
נאר דער מחבר (פון דעם בוך) איז א קאנספיראסיסט און א שטיקל בעל דמיון אויך.
אבער ער רעדט נאר פון די חטאים (שפיאנאזש און גניבה ממש) פון מדינת ישראל און אנדערע אידישע קא-קאנספיראטארס.
זיין טעאריע קלינגט נישט גלויבבאר.. (אנדערש פו אומ-גלויבליך).
לפי שיטתו איז דא פארגעקומען א זייער קאמפליצירטע, מולטי-לעוול קאנספיראציע. אויסער דעם פאקט וואס ער בארימט זיך אז ער האט געהאט א האנט (אדער א פיסל) אין א יעדע אויסשפיר אגענטור אין אמעריקע.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
עה, נאר די לעצטע פאר יאר, ווען ס'רוב לעבט שוין נישט. יארן לאנג האט זיי עס ווינציג געקימערט.berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: ס'קלינגט גאנץ אינטרעסאנט. אבער איז נישט לאגיש. ווייל דייטשלאנד (אליין) קלאגט אן א יעדן איינעם וועלכן מ'קען אויפווייזן (מיט עדות און דאקומענטן) אז ער איז געווען א נאצי דורכאויס די האלאקאוסט תקופה.
פארשאלטן זאלן זיי זיין.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
@רביבערל,
ווער טראגט די דייטשע קללה, ווער ס'האט זייער פאספארט? די בלוט אייניקלעך פון נאציס? וויאזוי גייט דאס איבער בירושה, האסט געמאכט א שטיקל בריא ושמח בירור אויף די פסק?
ווער טראגט די דייטשע קללה, ווער ס'האט זייער פאספארט? די בלוט אייניקלעך פון נאציס? וויאזוי גייט דאס איבער בירושה, האסט געמאכט א שטיקל בריא ושמח בירור אויף די פסק?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער שמועס האט זיך דאך אנגעהויבן איבער וויאזוי מדינת ישראל האט עררייכט די אטאם באמבע, אבער מ'מעג אריינווארפן א (דרך אגב'דיגע) באמערקונג. אז ס'זענען געווען, טאקע א מיעוטא דמיעוטא, נאציס וועלכע האבן רחמנות געהאט אויף אידן. זיי האבן זיי געהאלפן עד שידם מגעת, אפילו ריזיקירנדיג מיט זייער אייגענע קאריערע און פאזיציע. איינער אזא נאצי פיהרער איז געווען "קליינעקע", א הויפט פיהרער וועלכער האט אנגעפיהרט מיט די צוואנגס ארבעט וואס די אידן האבן געדארפט טון. ער האט אייביג געזוכט צו געבן פאר די אידן אזא ארבעט וואס זאל זיי מאכן וויכטיג פאר די נאציס, ווי בויען ראודס, און אנדערע זאכן. ער האט געראטעוועט וויפיהל אידן ער האט נאר געקענט פון ווערן אוועקגעפיהרט צו די גאז קאמערן. זיין טאכטער האט זיך געטראפן מיט עטליכע סוירווייווערס וועלכע זענען געראטעוועט געווארן דורך איהר טאטן.