בלאט 1 פון 2

נישט אלעס וואס געשעט אין וועגעס בלייבט אין וועגעס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:33 am
דורך יאפטשיק
א בילד פון פרינץ העררי פון ענגלאנד, "קליידערלאז" אין וועגאס, איז פובליצירט געווארן.
און דאס זענען שוין די אדל לייט פון די גויאישע אויסדערוועלטע רויעל פאמיליעס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 9:49 am
דורך אברעמעל
אריין אין צימעס..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 10:28 am
דורך No_name
אויב איך מעג פרעגן, וואס איז למעשה די ביג דיעל, וואו איך פארשטיי איז עס געווען ביים פול - זעענדיג וואו יעדער גייט אנגעטוהן מיט די שווים קליידער ("קליידער" לאו דוקא) - ברויך ער צו גיין שווימען מיטן הוט און רעקל?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:03 am
דורך געפילטע פיש
די שערוריה איז נישט אויף די בילדער ביים פול, נאר אויף די בילדער פון נאכדעם איז זיין סוויטע, שוין בלבוש אדם הראשון קודם החטא, בענאזאם מיט חבירים\ות און אפאר פילגשים...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:49 am
דורך No_name
מ'זעט דאך נישט אזעלכע בילדער, איך האב נאר געזעהן ווי ער איז אנגעטוהן מיט די שווים הויז

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 11:50 am
דורך blauvelt
i dont think it belongs on this site sorry thats just my opinion

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 12:15 pm
דורך blauvelt
thanks

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:17 pm
דורך משה רוקח
אויף TMZ איז דא די בילדער פון אים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:54 pm
דורך אלבערט
וויאזוי איז געכאפט געווארן א בילד אין א פריוואטע סוויטע?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:28 pm
דורך געפילטע פיש
איי געס איינער פון די שאר ירקות וואס ער אריינגעלאזט אין זיין רום.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:31 pm
דורך זר זהב
נאכן זעהן די בילדער מאך איך גרינגער א ברכה
שלא עשני גוי!
עהממ... איין מינוט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:05 am
דורך נולד מאוחר
סאיז קראשעל וויכטיג די רעגירונג זאל איינצוימען די רעכטן פין פארשפרייטן בילדער פין מענטשען וואס באוולן נישט דעם ציבר.
ער מעג נישט האבן זיין פרעוואטע מיניטון?
פארוואס קומט זיך עם די בישות, ווייל ער איז רעביש אייניקעל?
ער האט ניטאמאל בוחר געווען אזויווי א פאלאטישן.
איך מיין נישט דוקא דעם גוי דע זעלבע איז ווען מפשפרייט בילדער פין היימישע אידען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:23 am
דורך Espresso
דא ביסטו נישט גערעכט, די ענגלישע עולם רעגט זיך ווייל זיין רייזע אין סעקיוריטי ווערט געצאלט ביי דע טעקס פעיערס.
אויסער דעם וועלן אונז קיינמאל נישט באגרייפן וויזוי די ענגלישע פאלק קוקט אן די "רויעל פאמילי", מער ווי בנשק'לעך, זיי זענען אפציעל משכמם ולמעלה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:08 am
דורך נולד מאוחר
נא ציוואס דארפ מען זיי דאס דערציילען?
אגב ער איז חתונה געהאט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 4:48 am
דורך טעפל
נולד מאוחר האט געשריבן:נא ציוואס דארפ מען זיי דאס דערציילען?
אגב ער איז חתונה געהאט?

ניין

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 9:59 am
דורך נולד מאוחר
טעפל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:נא ציוואס דארפ מען זיי דאס דערציילען?
אגב ער איז חתונה געהאט?

ניין

יעצט פארשטיי איך שוי טאקע נישט די בלוט געטרינקעריי.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:19 pm
דורך לאדיך אפ
ווען דו וואלסט באצאלט פאר יענעמס וועקעשאן וואלסטו אויך נישט געוואלט יענער זאל ניצן דיין געלט אויף די זאכן ווס הענרי האט גענוצט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 12:32 pm
דורך No_name
לאדיך אפ האט געשריבן:ווען דו וואלסט באצאלט פאר יענעמס וועקעשאן וואלסטו אויך נישט געוואלט יענער זאל ניצן דיין געלט אויף די זאכן ווס הענרי האט גענוצט.


מ'קען מיינען, ווען ער גייט וואקאציע איז גאנץ גראס בריטאניע געווען איבערצייגט אז ער גייט פשוט קיין מיאמי לערנען גמרא ביים וואסער אן א הוט..

וואס האט ער שוין געטוהן אנדערש וואו ער וואלט ווען געדארפט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 1:35 pm
דורך sunbar
לאדיך אפ האט געשריבן:ווען דו וואלסט באצאלט פאר יענעמס וועקעשאן וואלסטו אויך נישט געוואלט יענער זאל ניצן דיין געלט אויף די זאכן ווס הענרי האט גענוצט.


איך האלט אז מען מאכט זיך משוגע סתם אין די וועלט אריין. קיינער וועט נישט דארפן באצאלןמער שטייער צוליב דעם וואס ער האט געטון. די קעניגליכע פאמיליע באקומט סייווי די זעלבע סומע. דאס וועט נישט צוגרינד לייגן ענגלאנד....

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:01 pm
דורך גדעון
די רויעלס ווערן נישט באצאלט דורך שטייער צאהלער, די מלוכה האלט זיך אויף דורך טוריזם און אנדערע וועגן, זיי ברענגן נאר געלט פאר ענגלאנד.
און צום פרינץ, די טאיבלאויטס דא ביי אונז אין ענגלאנד פאלגן שוין לאנג נאך מיט נייגער די רויעל פאמיליע יעדע ריר זייערע, ווען איך זאל נאר האבן א ניקל פאר יעדע רומער... טאקע וויבאלד די מלוכה איז סודות'פול און מ'ווייסט נישט צופיל וואס טוט זיך צווישען די פיר ווענט פונען פאלאץ.
נאך די גרויסע רבישע חתונה פון העריס עלטערע ברודער וויליעם האט די באוויסטע אמעריקאנע לשון הרע זייטל טמ"ז זיך גענומען איבער די קעניגליכע משפחה און יעצט האבן זיי באצאלט אסאך געלט פאר בילדער פונעם באטשלער הארי.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:04 pm
דורך היימישער
לויט ווי איך פארשטיי האט ער איז אויפגעפירט ווי א יעדע גוי, און ווייל ער איז א רועל פעמעלי מאכט מען א געוואלד און מען געט ארויס פריוואטע בילדער, עס איז נישט שיין ארויס צו געבען פריוואטע בעדרום בילדער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 2:11 pm
דורך sunbar
גדעון האט געשריבן:די רויעלס ווערן נישט באצאלט דורך שטייער צאהלער, די מלוכה האלט זיך אויף דורך טוריזם און אנדערע וועגן, זיי ברענגן נאר געלט פאר ענגלאנד.
און צום פרינץ, די טאיבלאויטס דא ביי אונז אין ענגלאנד פאלגן שוין לאנג נאך מיט נייגער די רויעל פאמיליע יעדע ריר זייערע, ווען איך זאל נאר האבן א ניקל פאר יעדע רומער... טאקע וויבאלד די מלוכה איז סודות'פול און מ'ווייסט נישט צופיל וואס טוט זיך צווישען די פיר ווענט פונען פאלאץ.
נאך די גרויסע רבישע חתונה פון העריס עלטערע ברודער וויליעם האט די באוויסטע אמעריקאנע לשון הרע זייטל טמ"ז זיך גענומען איבער די קעניגליכע משפחה און יעצט האבן זיי באצאלט אסאך געלט פאר בילדער פונעם באטשלער הארי.


I'm sure you get my point.. .

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 1:36 pm
דורך אויס מענטש
די עולה איז נישט וואס ער האט געטון
די עולה איז אז מען האט אים געכאפט
רוב ענגלישע זענען בכלל נישט ברוגז אויף אים נאר אויף די סעקיוריטי
======
ביי די וועי ער קען שוין א שידוך טאן
אז איר ווייסט עפעס א פארשלאג {פון ל. וועיגעס פארגעצויגן)
ביטע פארבינד זיך מיט די מלוכה