בלאט 1 פון 1

וועם האט ער געמיינט?

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 1:25 pm
דורך berlbalaguleh
ס'זענען דא אין די וועלט פון די אידישע מידיא 2 שרייבערס וועלכע זענען די גרעסטע דעמאגאגן. הלוא המה... (ר') מנשה פיליפ. המכנה את עצמו ..."הרב ישראל מ. סופר"...און דער 2'טער. השני בדומה לו. (ר') שמואל שלמה טעללער. המכנה את עצמו ..."הרב ש.ב. מרגליות"...פון דעם ערשטן וועלן מיר יעצט נישט רעדן. ועוד חזון למועד.

דער וואס רופט זיך הרב ש.ב. מרגליות שרייבט א יעדע וואך דעם אפ-עד פעידזש. (מסתמא דעם עדיטאריעל פעידזש אויך.) אין דער בלאט.

געוויינליך קייעט ער איבער זי זעלבע שטותים און ער ציעט די זעלבע ליניע וואך נאך וואך. רוב מאל ביים צווייטן אדער דריטן פאראגראף ווייס איך שוין וואואהין ער ציעלט. צומאל קייעט ער איבער וואס די אפיציעלע פארטיי ליניע איז. ווען מהר"א קר"י שליט"א איז געשטאנען אין שפיץ פון די מלחמה קעגן דעפט. אוו עדיוקעישן האט ער געצויגן אט די ליניע. נאכדעים וואס אונז האמיר (ב"ה) געווינען די מלחמה מיט א גרויסן ניצחון. די גאווערנאר'קע האט צוגעזאגט אז זי וועט באשטעטיגן די פייפליין. האט מהר"א קר"י שליט"א אויסגעפונען אז אונז זעמיר נישט קיין רעפובליקענס אדער דעמאקראטן. נאר (פשוט'ע) גלות אידן. האט ער אויך שטארק געצויגן די ליניע אין זיין וועכנטליכן קאלום.

די פארגאנגענגע וואך (פ' בא) האט ער אין זיין ווכענטליכן קאלום צוזאמגעדרייט א קוגל און געהאקט אויף ליובאוויטש (כדרכו) און עטליכע מאל געזאגט אויף בן גוריון, שר"י (עפ"ל) און קוק, ימ"ש.

וואס כ'האב ארויסגעקוועטשט פון זיינע ווערטער אז ס'איז דא איינער א..."משפיע"... וועלכער שטעלט זיך אהער ווי אן ערליכער. און יענער זאגט אז ער האט שוין אדורכגעלערנט דעם ויואל משה פון דעקל צו דעקל (כלשונו). און ער האקט אויפ'ן ויואל משה און ער רעדט דברי כפירה (אוי לאזניים שכך שומעות). און מ'טאר איהם נישט אויסהערן...!

איך ברעך מיר דעם קאפ צו וויסן וועם ער מיינט דא. אפשר מיינט ער הרה"צ ר' אלימלך בידערמאן שליט"א. אדערב הרב (הצדיק) ר' אמנון יצחק שליט"'א. הרב אמנון יצחק איז שוין פון לאנג פסול אין סאטמאר. זייט ער האט פרובירט צו לויפן פאר'ן כנסת (המינים) רחמנא ליצלן מהאי דעתא.

היות ער איז דאך א דזשענטלמאן. א גאר איידלער איד, שרייבט ער נישט ארויס א נאמען. פארשטייצעך נאר אויף די אפיקורסים ומינים הידועים ווי קוק, ימ"ש און בן גוריון, שר"י. (כ'ווייס נישט וואס ס'איז אן ערגערע קללה. שר"י אדער ימ"ש).

אשר על כן בעט איך ווער ס'ווייסט פון וואס דער שמועס איז זאלל זיך אנרופן און א ביסל מפרש זיין די דברים הקדושים הצריכין לימוד...!

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 1:49 pm
דורך סקעפטיקער
ווייסט טאקע נישט? אדער דו שפילסט תם? אדער א שיינע מיטל צו עפענען דעם שמועס?

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 1:58 pm
דורך פרנס החודש
Y.Y Jacobson?

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 2:00 pm
דורך סקעפטיקער

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 2:02 pm
דורך yn.NY
ער רעדט פון ר' מנשה ישראל רייזמאן, וואס האט זיך לעצטענס געזאגט אז די בעל ויואל משה ווען ער איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט האט ער זיך גלייגט אויף די לענג און ברייט אז מזאל אויסרייסן די קליפה פון ציונות...

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 7:42 pm
דורך berlbalaguleh
אטאקירן אדער שעלטן חברי ק"ש איז שטרענג פארבאטן.
מנהל

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 7:44 pm
דורך berlbalaguleh
yn.NY האט געשריבן:ער רעדט פון ר' מנשה ישראל רייזמאן, וואס האט זיך לעצטענס געזאגט אז די בעל ויואל משה ווען ער איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט האט ער זיך גלייגט אויף די לענג און ברייט אז מזאל אויסרייסן די קליפה פון ציונות...
יישר כח...!

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 7:45 pm
דורך berlbalaguleh
פרנס החודש האט געשריבן:Y.Y Jacobson?
פרנס החודש: איך האב (אינצווישן) געהערט פון עטליכע מקורות אז ער מיינט הרב מנשה ישראל רייזמאן שליט"א.

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 9:31 pm
דורך [NAMELESS]
@ר' בערל, זייענדיג א מומחה אין די וועכענטליכע קנאישע ארטיקלען, ביך איך נייגעריג אויב דו קענסט פאראויסזאגן וואס זיי וועלען שרייבען די וואך, אין ליכט פון די טעראר אטאקע אויף 7 היימישע אידן?

נשלח: זונטאג יאנואר 29, 2023 11:47 pm
דורך מיליאנער
yn.NY האט געשריבן:ער רעדט פון ר' מנשה ישראל רייזמאן, וואס האט זיך לעצטענס געזאגט אז די בעל ויואל משה ווען ער איז ארויפגעקומען אויף יענע וועלט האט ער זיך גלייגט אויף די לענג און ברייט אז מזאל אויסרייסן די קליפה פון ציונות...
וואס איז פשט פון אזעלכע מאדנע ווערטער?

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2023 12:08 am
דורך שמעון וואלף
סקעפטיקער האט געשריבן:https://www.kikar.co.il/hasidism/436623
שטייט דארט אז ער זאגט נאך פון א תלמיד פון סאטמאר רב ז"ל אז די נסיון פון ציונות איז שוין בטל געווארן. איך האב געהערט אז דאס איז געווען די וואדריזש'ע רב. ס'שטימט מיט וואס איך האב געהערט פון אים כמה פעמים

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2023 12:26 am
דורך קהל'ס נער
שמעון וואלף האט געשריבן:
סקעפטיקער האט געשריבן:https://www.kikar.co.il/hasidism/436623
שטייט דארט אז ער זאגט נאך פון א תלמיד פון סאטמאר רב ז"ל אז די נסיון פון ציונות איז שוין בטל געווארן. איך האב געהערט אז דאס איז געווען די וואדריזש'ע רב. ס'שטימט מיט וואס איך האב געהערט פון אים כמה פעמים
נו, איז ער נישט גערעכט? אחוץ בערלבאלאגאלע קען איך נישט קיין איין ציוני :lol:

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2023 9:39 am
דורך שמעקעדיג
סקעפטיקער האט געשריבן:https://www.kikar.co.il/hasidism/436623
איך קען נישט סטאפן לאכן... רבש"ע, ווי שאפט מען אזא בילד פון ביידע ברודער אינאיינעם מיט דעם ציוניסטישן פאן פון הונטערוויילעכטס... 8-) :P

נשלח: מאנטאג יאנואר 30, 2023 10:00 am
דורך שמן למאור
שמעקעדיג, ס'איז א נייע וועלט... מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע קען מען אלעס אהערשטעלן... :P

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2023 10:18 am
דורך כלבאשבוע
שריפטשטעלער הערשל פריעדמאן ריספאנדט צו די מאדנע רייזמאן דרשה
https://drive.google.com/file/d/1obT8nF ... WR4Dh/view

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2023 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
קרן זוית האט געשריבן:@ר' בערל, זייענדיג א מומחה אין די וועכענטליכע קנאישע ארטיקלען, ביך איך נייגעריג אויב דו קענסט פאראויסזאגן וואס זיי וועלען שרייבען די וואך, אין ליכט פון די טעראר אטאקע אויף 7 היימישע אידן?
קרן זוית: יא. די געוויינליכע , אויסגעדראשענע גארבידזש (בלשון נקייה). אז די התגרות באומות און די טמא'נע מדינה האט גורם געווען צו שפיכות דמים דורך די פרידליכע אראבישע באפעלקערונג. און פאר די ציונים שר"י עפ"ל ימ"ש האט זיך אלעס געלוינט מקריב צו זיין אידישע נפשות אויף דעם מזבח פון די עבודה זרה הציונות/הציונית.

זיי באוויינען מיט קראקאדיל טרערן די "אידישע" קרבנות.

ביי הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו איז נישט געווען אזא מין זאך ווי אראבישע טעראריסטן און רוצחים. ס'זענען געווען פאלעסטינער יונגלעך און דיווערסאנטן (ווער ווייסט דעם פירוש המילות פון דעם ווארט?). די רוצחים זענען געווען די מדינת ישראל סאלדאטן און רעגירונגס פיהרער .
ימ"ש, שר"י, עפ"ל