בלאט 1 פון 1

וואס האלט א רוסקי צוריק פון דעזערטירן אין אוקריינע

נשלח: דינסטאג יאנואר 31, 2023 7:31 am
דורך יאסל ראקאווער
אייוועלט האט זייער גוטע coverage פון די מלחמה אין אוקריינע, דארט לייען איך וועגן די מלחמה. אויב געפין איך אויס אז ס'איז נישט דא קיין מלחמה וועל איך נישט זיין shocked. נאך א אייוועלט ליגענט מיט אלע מפרשים, לול. די ווערטל אין א זייט, איז עס זייער אינפארמאטיוו, געשמאק און אלץ אפדעיטעט. ס'האלט שוין כמעט ביי טויזענט בלעטער.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=51245

היינט וואונדער איך מיך פארוואס מ'זעט נישט מער רוסישע סאלדאטן דערזערטירען. ס'איז דא א רוסישע אייוועלט וואס brainwashed זיי אלע אדער ס'איז מחמת פחד? ווי קען זיין א פחד ווען -ווי ס'קוקט מיר אויס- האלטן די רוסן נישט קיין שום חשבון אויף זייער סאלדאטן. זיי פאלן ווי פליגלען כצבאות וכחיות השדה. א סאלדאט קען זיך אוועק גליטשן ווי גארנישט. זיי דרייען זיך אין אוקריינא און אוקריינא איז גרייט פאר די רוסישע דערזערטירער מיט אפענע ארעמס. וואס האלט אים אפ פון פארשוואונדן ווערן לעולמי עד פון די רוסישע גן עדן, זיך טוישען די נאמען און בייביי!