בלאט 1 פון 2

א וועג ארום די silly אינטערנעט פילטערס

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 6:13 am
דורך טאמבל סאס
איך האב לעצטנעס אינסטולירט א לינוקס-מינט דיסטראו (אפערעיטינס סיסטעם) עֶלנאָגסייד מיין ווינדאוס (דואל בוט). איז מיר איינגעפאלן אז מען קען דער טאקטיק נוצן צו סוירקומווענטן די נארישע אינטערנעט פילטערס וואס מען שטופט מענטשן ארויפצולייגן אויף די קאמפיוטער.

די מעטאד איז גאנץ פשוט. מען פארטישענט די דרייוו אין צוויי אדער מער לאדזשיקעל דרייווס (לינוקס למשל גלייכט דריי > פאר די OS סיסטעם פיילס, פאר די סוואַפּ און א דריטע פאר די רעסט. ד.ה. פאר דיינע פיילס וכדומה) אדער לייגט מען צו נאך א פיזיקעל דרייוו צו די קאמפיוטער. מען אינסטולירט אן אנדערע אפערעיטינג סיסטעם פון א USB אדער CD אויף די פארטישענ/ס (ס'מוז נישט זיין דוקא זיין א אנדערע - ס'קען אויך זיין 'נאך' א ווינדאוס. נאר סתם איז בעסער אויפצוהערן אזויפיהל טראסטן ווינדאוס. זייערע דאטא קאלעקשאן איז פּערוועיסיוו) און מען טוישט די boot ארדער אין די בייאָוס צו זיין קודם פון די אנדערע OS.
אויב דו ווילסט עס באהאלטן, קענסטו לאזן די boot ארדער ווי עס איז - צו די ארגינעלע OS, דארט ווי די פילטער איז אינסטולירט. אויב דו ווילסט עס גענצליך באהאלטן, (אפ' פון די בוט לאודער/פראגרעם/מענעדזשער) קען מען פוינטן ווינדאוס boot מענעדזשער פאַטה צו לאודן די ארגינעלע OS boot פראגרעם. דוכט זיך מיר מען ברויך עס אפ' נישט צוריקטוישן יעדעס מאל איידער איר ווילט נוצן די אנדערע OSׂׂ. מען קען פשוט סעטן די בוט ארדער קודם שטענדיג פון די USB אדער CD און יעדעס מאל דו ווילסט נוצן די אנדערע OS קענסטו עס נוצן אין לייוו מאוד, נאכן איינשטעקן אדער אריינלייגן די סידי אדער USB; אזוי לאנג ווי ס'איז אריינגעשטעקט פארשטייט זיך.

איך בין נייגעריג צו ענליכעס איז אטשיוועבל אויף א סמארטפאון? אויך וואונדער איך מיר צו עמיצער האט שוין טאקע גענוצט די מעטאד פאר דער צוועק - צו קאונטערעקטן היימישע סענסורשיפ?

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 9:25 am
דורך קורקלענד
דערמאנסט מיר פון די ישיבה יארן. דעמאָלט האט מען אפערירט מיט די אפערעיטינג סיסטעם אויף א סטיק.

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 10:28 am
דורך קהל'ס נער
פשוטסטע עצה, מען לייגט א פילטער אויף עפעס אן אלטען קאמפיוטער אדער סמארטפאוו, און היידא די מוסד פרייט זיך אז דיין קאמפיוטער האט א פילטער און ואני אלך לחיים ולשלום.....

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 10:43 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס דו רופסט עס silly איז אומפארשטענדליך. כמעט יעדער ערליכער איד לייגט כאטש עפעס א פילטער אויף די כלים.

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 10:46 am
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס דו רופסט עס silly איז אומפארשטענדליך. כמעט יעדער ערליכער איד לייגט כאטש עפעס א פילטער אויף די כלים.
ער רעדט טאקע דווקא פון די silly און רשעות'דיגע פילטערס פון די מוסדות און קהילות וואס זיי צווינגען ארויף. נישט די נארמאלע פילטערס וואס יעדע ערליכע איד דעסיידט אליינס צו לייגן לויט וואס ער האלט אז ס'איז אויסגעהאלטען

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 12:44 pm
דורך טאמבל סאס
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס דו רופסט עס silly איז אומפארשטענדליך. כמעט יעדער ערליכער איד לייגט כאטש עפעס א פילטער אויף די כלים.
די שטערקסטע פילטער איז די כח המעצר..

Silly מיין איך ווען דער מענטש אליינס וויל נישט. וואס איז די פוינט דעמאלס?

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 12:46 pm
דורך קורקלענד
היינטיגע סייענטיסטן (ווי דניאל כהנעמאן) האלטן אז די מענטש האט נישט די כח המעצר, און וואלט געדארפט האבן א פילטער וכדומה. נאר די פארצייטישע 'קאנסעוואטיווע' רעכטע געשטימטע סייענטיסטן (מילטאן פרידמאן) פרעדיגן די כח המעצר.

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 1:38 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב געלייענט זיין טראכטן שנעל און שטאט ביכל. איך געדענק נישט אים עס זאגן.

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 2:45 pm
דורך קורקלענד
יעצט איבערגעקוקט ער ברענגט עס. נישט אין די ווערטער. אבער דאס איז זיין פוינט. ס'ווערט אויך שטארק ארויסגעברענגט אין די בעסטסעללער 'אטאמיק העביטס'.

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 6:18 pm
דורך יעקב מעקסוועל
קורקלענד האט געשריבן:היינטיגע סייענטיסטן (ווי דניאל כהנעמאן) האלטן אז די מענטש האט נישט די כח המעצר, און וואלט געדארפט האבן א פילטער וכדומה. נאר די פארצייטישע 'קאנסעוואטיווע' רעכטע געשטימטע סייענטיסטן (מילטאן פרידמאן) פרעדיגן די כח המעצר.
דניאל כהנמאן איז נישט קיין סאך מער "היינטיג" ווי מילטאן פרידמאן, אפשר צוואנציג יאר אינגער, that's beside the point.

די מהלך פון רוב גרויסע קהילות כיום: פראבירן צו קאנטראלן דעם עולם דורכ'ן באצווינגען תקנות, און טוען גארנישט צו עדוקעיטן דעם עולם איבער וויאזוי זיך צו באנוצן מיט טעכנאלאגיע. יעדע סייענטיסט און נישט סייענטיסט וועט דיר זאגן אז די מהלך העלפט נישט קיינעם.

ווען איינער זעט ער האט א פראבלעם מיט די אינטערנעט, קען א פילטער זיין איין פון די טולס זיך צו העלפן.

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2023 8:49 pm
דורך קורקלענד
איך פערזענליך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון פילטערס, און אוודאי נישט פון די ביג-טעק סטייל קאנטראל פון קהילות אהערגעשטעלט דורך דעם תפסר פון בי ענד עיטש.

איך האב נאר אריין גערעדט און וויפיל ראציאנאליזם און קאנטראל די מענטש האט איבער זיך. אמאל איז קאנצענסוס געווען אז דער מענטש איז בכח, און שפעטער איז איבערגעוויזן געווארן פארקערט. און עווענטועל האט זיך קאנצענסוס געטוישט. מילטאן פרידמאן איז געווען פון די פאן טרעגער פון די ערשטע קאנצענסוס, און דניאל כהנעמאן פון די נייע קאנצענסוס. אין סדר הדורות קען מען זיי אפשר רעכענען פון די זעלבע דור. אבער די עצם היסטאריע אין די סוביעקט האט זיך אנטוויקלט אין די סדר.

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2023 12:37 am
דורך שמעון וואלף
@טאמבל סאס,
קוקט אויס אז די האסט א גוטע געדאנק אבער איך אלץ עם הארץ אין די סוגיא האב נישט וואס אריינצורעדן דא. איך קען ניטאמאל נאכזאגן איין שורה, פון דיין תגובה גראד.

למעשה זעה איך נישט ווי דאס זאל אויפטון. טאמער איז דאס טאקע א גוטע געדאנק, וועלן די מוסדות/קהילות אויפקומען מיט א וועג עס צו בלאקירן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2023 2:05 am
דורך קורקלענד
די מעטאדע ארבעט און מ'קען עס נישט בלאקירן, ווייל ס'איז אזא מין עצה וואס איז גאנץ ענליך צו דער וואס קויפט נאך א כלי מיט אן א פילטער וואס די מוסדות ווייסן נישט דערפון. אין די פאל איז די אנדערע כלי ווירטואל.

ער פרעגט אויב עס איז שייך אויף א סמארטפאון אויך, די תשובה איז אז יא, אבער ס'איז קאמפליצירט. מ'דארף האבן א סמארטפאון מיט א אויפגעשלאסענע Bootloader און דערנאך דארף מען האבן א שלל פון סאפטוועיר מיט קאסטום ראם'ס אא''וו. ס'איז געמאכט פאר בחורים און כולל אינגעלייט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2023 7:49 am
דורך נעקסט לעוועל
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס דו רופסט עס silly איז אומפארשטענדליך. כמעט יעדער ערליכער איד לייגט כאטש עפעס א פילטער אויף די כלים.
אויב די רעדט פון די הויכע שטאפל פילטערס צו בלאקן נשים אויף עמעזאן פיקטשערס וכדו' אדרבה, ווילאנג ער האלט די פילטער צו זיך און דרייעט מיר נישט קאפ יעדע מאל זיין פילטער לאזט אים נישט אדורך, הייליג און וואויל פאר אים.
משא"כ אויב מרעדט פון די צווייטע חלק ישראל וואס לעבט אין יארע תש23 איז אזוי....
דער וואס וויל קוקן שמוץ העט טרעפן א לעכל נישט קיין חילוק וועלכע פילטער מלייגט ארויף, ממילא איז א שאד די 30$ א חודש פאר די פילטער קאמפאני ...
דער וואס ציעט אים נישט קיין שמוץ און לעבט א נארמאלע לעבן, און האט א העלטי רילעישאנשיפ, און איז פארנומען מיטן טאג, (און זיצט נישט האלב נאכט אויפן קאמפיוטער אויף אייוועלט.. וד"ל) לענ"ד איז אים איבערגענוג א שעירד לעפטאפ אדער פעסווארד מיט אשת חילו

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2023 10:41 am
דורך פיניע
לאמיר נישט פארגעסן אז היימישע אויטאריטעריאנזים ארבעט גאר ענדליך ווי אלגעמיינע. מען וועט אייביג אויפקומען מיט א בלשות'דיגע תירוץ צי פארדעקן די אמת'ע ציל. ביי אונז למשל, פארקויפט מען טאקע אז די פילטערס זענען דא אונז צי באהיטן פין "שמיץ" אבער דאס איז נאר לשבר את האוזן שפילט אייך ארים מיט עני היימישע פילטער, אין וואס איר וועט שנעל באמערקן אז דא רעדט מען פין קלאסישע קאנטראל אויף אינפארמאציע.

אין אטאריטערישע רעזשימען, ניצט מען פארשידענע מיטלען צי האלטן די מאסן אין שפאן קאנטראל אויף אינפארמאציע, איז אייביג געווען איינע פין די וויכטיגסטע סטראטעגיעס. דאס ערלויבט רעזשימען צי זיין אין קאנטראל איבער אלץ וואס מענטשן ליינען, שרייַבן, הערן, אין מיטטיילן. אלץ א ריזאלט, איז די פרייע אינטערנעט אייביג געזעהן געווארן דורך זיי אלץ א געפאר, אין אינטערנעט קאנטראל איינע פין די שטערקסטע כלים. וואס ווערט טאקע גענוצט אינעם איין אין צוואנציגסטן יאר הונדערט אין אלע דיקטאטורישאפטן.

אין צפון קארעע, האט די רעגירונג א פולשטענדיגע קאנטראל אויף אלע סעלפאונס אינעם לאנד, אין אפגערעדט איבער די אינטערנעט. אירע בירגער האבן נישט קיין צוטריט צי קיין סעלפאון וואס דאס ברענגט אז זיי קענען נישט ארויסריפן פין לאנד. פארשטייט זיך אז זיי האבן נישט קיין קיין אינטערנעט צוטריט. דאס איז אבער נאר פאר די המון עם, די עליטע האבן יא אינטערנעט צוטריט, אבער אויך נישט צי די וועלט'ס וועב, נאר צי די רעגירונג'ס אייגענע אינטערנעט.

אין כינע ארבעט עס אביסל אנדערש, בשעת זיי פארמאגן טאקע כמעט א ביליאן אינטערנעט באניצער, איז די אינטערנעט שטארק צענזורט."די גרויסע פייערוואנט פין כינע" ווי די נאמען וואס מען האט געגעבן פאר די פאליסי, מאַכט זיכער אינגאנצן צי פארמאכן אזאלעכע זייטלעך ווי וויקיפעדיע, יוטוב, אין גוגל. וואס דאס העלפט די קאמוניסטישע פארטיי אין כינע צי האבן א פולשטענדיגע קאנטראל איבער וועלכע נייַעס זאל פאבליצירט ווערן, אין וואס ס'זאל פארלוירן גיין, וועלכע גאווערמענט פאליסי אירע בירגער,זאלן יא אדער נישט וויסן, אין וועלכע וועבזייטלעך כינעזער בירגער קענען באזוכן. די מערב וועלט סאושעל מידיע איז דארט בכלל נישט צוטריטלעך, אין אפילו זייער אייגענע כינעזישע פלאטפארמעס איז שטארק דורכגעזיפט.

פונג שוועי, א כינעזישע טעניס שפילערן אין סעלעברעטי, וואס איז באקרוינט געווארן אין 2014 אלץ די נומבער איינס טעניס שפילער, האט אויף נאוועבער 2, 2021 געפאוסט אויף "וועיבאו" א לאנגער באשילדיגונג אנטקעגן א הויכראנגיגע רעגירונג'ס באאמטער, אז ער האט איר געצווינגען צי האבן געשלעכט מיט אים. די פאוסט אין גלייך פארמעקט געווארן דורך די גאווערמענט, אין פונג שוועי איז מיסטעריעז פארשווינדן געווארן פאר א וויילע.

אין צפון קארעע איז עס אסאך ערגער. צוויי קינדער, אין די עלטער פין 16 אין 17 יאר, זענען געהרגט געווארן די אקטאבער דורך א פייערונג סקוואד פאר'ן חטא פין וואטשן אין פארקויפן דרום קארעע מאוויס.

אין דעמאקראטישע מדינות איז אינגאנצן פארקערט. אין דעצעמבער, 2003 האט די יונייטעד נעישאנס (WSIS) דערקלערט צוטריט צים אינטערנעט פאר א יומען רייט, אין ס'איז זייט דעמאלטס דערקלערט געווארן אלץ איינע פין די מענטשן רעכטן דורך א צאל פרייע לענדער.

ווען א געמיינדע ניצט אירע אינסטעטוציעס, ווי ישיבות, צי ארויפצווינגן "פילטערס" וואס קאנטראלירן וואס מענטשן קענען ליינען, שרייבן, זעהן אין הערן. אין שוין אפגערעדט אז עס נעמט אוועק יעדע ברעקל פון אינטערנעט פריוואטקייט. שטעלט זיך די געמיינדע אריין אין די זעלבע קאטעגאריע ווי אנדערע אטאריטערישע רעזשימען.

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2023 12:06 pm
דורך טאמבל סאס
אז מ'רעדט שוין האב איך געזען יעצט די צוויי בעסטע לינוקס דיסטרעביושענס פאר פריוועסי און אנאנימיטעט זענען Tails און Kodachi.

Tails רעקאמענדירט ביי סנאודען און זעלבסט האבענדיג באנוצט געווארן דורך סנאודן און אנדערע בשעת די פריזם סומאטוכע. Tails, אלס א טול פאר זיך אליינס, ווערט דערמאנט אין די NSA'S טרויעריג בארימטע XKeyscore's סוירס קאוד אלס א 'מעידזשאר טרעט' צו איר מיסיע (פון שפיאנירן) און "אויב גענוצט צוזאמען מיט אנדערע ענליכע טולס פאר די זעלבע צוועק - קאטאסטראפיש".

בייידע נוצן די טור נעטווארק ביי דיפאולט, ארבעטן פון א לייוו מאוד (בוט פון א רעמאוועבל) און לאזן נישט איבער קיין זכר אויף די קאמפיוטער נאכ'ן אויסשאלטערן (ארבעטן נאר אין RAM און ווייפן עס קלין יעדע מאל). נוצן נישט די האוסט'ס סטראעדזש (SSD אדער HDDׁׁׂ), ענקריפטן אלצדינג ביי דיפאולט, איזאלירן אפפליקעישנס און נוצן אייגענע אריינגעבויטע אפפליקעישנס ווי פאר מעסידזשינג, דאקומענט פראסעסינג און מעטאדאטא רעמאווערס פון פיילס, אפטימייזד פאר פריוועסי. KODACHI לאזט אפ' נישט נוצן די זעלבע דרייוו פון די אינסטולער אויך פאר פערסיסטענט סטארעדזש. ווי אויך פארמאגט זי א טול צו דעסטרויען אלע אירע קאנטענט אין א נויטפאל.

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2023 7:58 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס דו רופסט עס silly איז אומפארשטענדליך. כמעט יעדער ערליכער איד לייגט כאטש עפעס א פילטער אויף די כלים.
די שטערקסטע פילטער איז די כח המעצר..

Silly מיין איך ווען דער מענטש אליינס וויל נישט. וואס איז די פוינט דעמאלס?
ועוד: אין א יעדנ'ס אייגענע אינטרעסע איז נישט אויפצומאכן אן אומבאקאנטע וועבסייט אדער אי-מעיל. ווייל דארט באהאלטן זיך די גזלנים און רויבער. די מינוט דו מאכסט אויף דעם ניוז אייטעם (אדער סיי וואס ביסטו געכאפט. זיי לאקן דיין קאמפיוטער. זיי מאכן זיך אויך ווי די גטע. זיי ווילן דיר העלפן אויפמאכן דיין קאמפיוטער. זיי געבן א פאון נאמנער. פארשטייצעך זיי פארלאנגען א ..."ביליגן"... פרייז דיר צו העלפן.

איך רעד (ליידער) פון עקספיריענס. איך האב אמאל אויפגעמאכט אן אומבאקאנטע איזראעלישע וועבסייט. מיינענדיג אז איך וועל ליינען א גוט שטיקל נייעס. די רגע איך האב עס אויפגעמאכט האט עס געלאקט מיין קאמפיוטער. נאר (ב"ה) מיט די הילף פון מיין זון וועלכער איז אן איי. טי. טעק. ביניך זיי בייגעקומען.

נשלח: מאנטאג פעברואר 06, 2023 8:06 pm
דורך berlbalaguleh
נעקסט לעוועל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס דו רופסט עס silly איז אומפארשטענדליך. כמעט יעדער ערליכער איד לייגט כאטש עפעס א פילטער אויף די כלים.
אויב די רעדט פון די הויכע שטאפל פילטערס צו בלאקן נשים אויף עמעזאן פיקטשערס וכדו' אדרבה, ווילאנג ער האלט די פילטער צו זיך און דרייעט מיר נישט קאפ יעדע מאל זיין פילטער לאזט אים נישט אדורך, הייליג און וואויל פאר אים.
משא"כ אויב מרעדט פון די צווייטע חלק ישראל וואס לעבט אין יארע תש23 איז אזוי....
דער וואס וויל קוקן שמוץ העט טרעפן א לעכל נישט קיין חילוק וועלכע פילטער מלייגט ארויף, ממילא איז א שאד די 30$ א חודש פאר די פילטער קאמפאני ...
דער וואס ציעט אים נישט קיין שמוץ און לעבט א נארמאלע לעבן, און האט א העלטי רילעישאנשיפ, און איז פארנומען מיטן טאג, (און זיצט נישט האלב נאכט אויפן קאמפיוטער אויף אייוועלט.. וד"ל) לענ"ד איז אים איבערגענוג א שעירד לעפטאפ אדער פעסווארד מיט אשת חילו
נעקסט לעוול: א "העיליגער איד" האט בכלל נישט וואס צו זוכן אויף א קאמפיוטער און אינטערנעט. זאל זיין די העיליגע, קנאות'דיגע איי וועלט...!

Re: א וועג ארום די silly אינטערנעט פילטערס

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 1:27 am
דורך פאליטיקאנט
ייש"כ טאמבי פאר די אשכול, ס'איז אינטערעסאנט צו מיטצוהאלטן דיין 'פעשאן' פאר טעכנאלאגיע, מיין אינגע זעלבסט טוט שטארק ענדלען.

- יא עס איז א רעלאטיוו גרינגע וועג אויסצושפילן די פילטער, און אפאר טוען עס טאקע שוין.
אין 'טעג' האט מען דאס שוין דורכגעטוען, און אפי' פארגעשלאגן צו בלאקירן די 'בייאס' אינגאנצן!
אבער למעשה האט מען עס נישט איינגעשטעלט ווייל עס טוט אפשפארן צופיל אויב דארף מען עפעס פאררעכטן, און ווי אונז אלע ווייסן טוט רוב ציבור עניוועי נישט אין די ענינים איז די פראבלעם זיי נישט אזוי נוגע.

- אלס בחור אין א"י פלעג איך טאקע לויפן א לייוו ווינדאוס פון א USB אין קיאסקס, פשוט נישט צו דארפן באצאלן און צו קענען זען ווידעאוס.
חברים מיינע פלעגן צו האבן א דעסקטאפ אין די קלאוד ($14 א חודש), און אריינגעלאגט דורך רעמאוט דעסקטאפ צו וואטשן ווידעאוס (פאר אודיא איז געווען א גאנצע מהלך...).

- ווי קורקלענד האט דערמאנט קען מען מיט א פאון אויך ארום שפילן דורכן אויפלאקן די בוטלאודער (סעמסאנג איז גאר גאר שווער, שיאמי, גוגל פיקסעל, און וואן פלאס דעווייסעס זייער גרינג, און אסאך דעוועלאפמענט איז אוועילעבל) אבער מען דארף אסאך נאלעדש, נערווען און צייט דערפאר (און אפי' אויף דעם האבן געוויסע פילטערס געבויעט "רוט" פערמישען צו נעמען קאָנטראָל דערפון אויך - א שטייגער ווי נעטספארק - און עס צוברעכט טאקע אסאך מאל די פאון).

- טעילס, פאר חובבי טעכנאלאגיע איז אינטערעסאנט ארומצושפילן דערמיט, אבער זייער אומבאקוועם פאר פראקטישע באנוץ (בכלל איז 'טור' אויסערגעווענליך שטייט), דא דארט בעפארן באגיין עפעס אומלעגאל איז עס אפשר נוצבאר.
פאר די פשוטי המון עם איז לינוקס מינט און Ubuntu (פאר מער ווידעאוס ענדלנדע - Zorin) נאכאלס די מערסטע פראקטיש, ווייל עס איז גרינג, אפדעיטעד און גוט דאקומענטירט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2023 5:20 pm
דורך נפה
קורקלענד האט געשריבן:די מעטאדע ארבעט און מ'קען עס נישט בלאקירן, ווייל ס'איז אזא מין עצה וואס איז גאנץ ענליך צו דער וואס קויפט נאך א כלי מיט אן א פילטער וואס די מוסדות ווייסן נישט דערפון. אין די פאל איז די אנדערע כלי ווירטואל.

ער פרעגט אויב עס איז שייך אויף א סמארטפאון אויך, די תשובה איז אז יא, אבער ס'איז קאמפליצירט. מ'דארף האבן א סמארטפאון מיט א אויפגעשלאסענע Bootloader און דערנאך דארף מען האבן א שלל פון סאפטוועיר מיט קאסטום ראם'ס אא''וו. ס'איז געמאכט פאר בחורים און כולל אינגעלייט.
דאכט זיך מיר אז מיט נעטפרי קען מען דאס נישט טוען
בכל אופן ליינט קיינער נישט קאוועשטיבעל מיט נעטפרי

נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:36 pm
דורך moody
איך האב פראבירט Ubuntu מיט א USB אויף א דיווייס וואס האט א פילטער און עס זיך נישט גע'באאט אבער אויף מיין קאווע שטיבעל דעווייס ארבעט עס פיין, נו, איז דאך מה הועילו חכמים?
האט עס ציטוהן מיט די פילטער?

Re: א וועג ארום די silly אינטערנעט פילטערס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 12:07 am
דורך פאליטיקאנט
נפה האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:די מעטאדע ארבעט און מ'קען עס נישט בלאקירן, ווייל ס'איז אזא מין עצה וואס איז גאנץ ענליך צו דער וואס קויפט נאך א כלי מיט אן א פילטער וואס די מוסדות ווייסן נישט דערפון. אין די פאל איז די אנדערע כלי ווירטואל.

ער פרעגט אויב עס איז שייך אויף א סמארטפאון אויך, די תשובה איז אז יא, אבער ס'איז קאמפליצירט. מ'דארף האבן א סמארטפאון מיט א אויפגעשלאסענע Bootloader און דערנאך דארף מען האבן א שלל פון סאפטוועיר מיט קאסטום ראם'ס אא''וו. ס'איז געמאכט פאר בחורים און כולל אינגעלייט.
דאכט זיך מיר אז מיט נעטפרי קען מען דאס נישט טוען
בכל אופן ליינט קיינער נישט קאוועשטיבעל מיט נעטפרי
מען דארף אינסטאלירן א סערטיפיקאט, ווייל נעטספארק איז אינסטאלד אויף די ראוטער אויכעט.

moody האט געשריבן:איך האב פראבירט Ubuntu מיט א USB אויף א דיווייס וואס האט א פילטער און עס זיך נישט גע'באאט אבער אויף מיין קאווע שטיבעל דעווייס ארבעט עס פיין, נו, איז דאך מה הועילו חכמים?
האט עס ציטוהן מיט די פילטער?
וועלכע פילטער? וואס הייסט עס האט נישט געבאאט, האסט אנגעקומען צו די בוט מעניו?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 12:14 am
דורך moody
פאליטיקאנט האט געשריבן:
moody האט געשריבן:איך האב פראבירט Ubuntu מיט א USB אויף א דיווייס וואס האט א פילטער און עס זיך נישט גע'באאט אבער אויף מיין קאווע שטיבעל דעווייס ארבעט עס פיין, נו, איז דאך מה הועילו חכמים?
האט עס ציטוהן מיט די פילטער?
וועלכע פילטער? וואס הייסט עס האט נישט געבאאט, האסט אנגעקומען צו די בוט מעניו?
tecloq. איך בין אנגעקימען צו א מעניו און אויסגעוועלט try ubuntu געדרוקט enter און אין די סקרין איז שווארץ געבליבן. ווידער אין די דעווייס אן א פילטער האט עס גלייך גע'לאוט די OS (פון די זעלבע USB שטייצעך)