ארווין יאלום און עקזיסטענציאליסטישע פסיכאטעראפי
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2023 3:00 pm
איך האב לעצטנס געליינט דאס בוך ''when nietzsche wept'' איז א פאסיגע געלעגנהייט צו רעדן אביסל איבער איר פארפאסער ארווין יאלום. דער אשכול איז א שטיקל המשך צו מיין אשכול איבער די אידן און פסיכאלאגיע. יאלום אינטערסירט מיר זייער און פארדינט לדעתי אַן עקסטערע אשכול.
פראפ' יאלום (91) איז אן אמעריקאנער-אידישער פסיכיאטאר, איינער פון די באקאנטסטע אין היינטיגן דור. ער איז אויך א שרייבער פון א רייע בעסטסעלער ביכער. עטליכע ווערטער אויף זיין ביאגראפיע: ער איז געבוירן אין וואשינגטאן צו אידישע אימיגראנטן פון רוסלאנד. אלץ קינד איז ער אויפגעוואקסן אין אַן ארעמע געגענט און ליינען ביכער פלעגט אים דינען אלץ אנטרינונג פון די טאג טעגליכע שוועריקיייטן. ער האט געלערנט דאקטעריי און זיך ספעציאליזירט אלץ פסיכיאטער און שפעטער האט ער זיך אריינגעלייגט און דער וועלט פון פסיכאטערפיסטישע טעראפי און באהאנדלונג.
זיין פסיכאטעראפיסטישע ווערק
יאלום איז באקאנט בעיקר אלץ איינער פון די וויכטיגע פסיכאלאגן אין די פעלד פון ''עקזיסטאנציאליסטישע פסיכאטעראפי'' און אלץ איינער פון אירע קלארע פארמורלירערס. כדי צו פארשטיין וואס דאס איז לאמיר פראוון קודם צו ערקלערן אויפן שפיץ גאפל וואס איז דאס ''עקזיסטענציאליזם'':
די ווארצלען פון עקזיסטאנציאליזם קען מען שוין טרעפן אין די ווערק פון Kierkegaard, ניטשע און dostoevsky אין די 19 יאר הונדערט, אבער עקזיסטענציאליזם אלץ קלארע אוועקגעשטעלטע שטראם אין פילאסאפיע האט זיך אנטוויקלט און פארמורלירט ערשט שפעטער אין די 20 יאר הונדערט דורך martin heidegger און jean paul sartre. איך וויל פאקוסן אויף היידעגער:
היידעגער האט זיך געבויעט אויף דער פילאזאפישע שטראם ''פעמענאלאגיע''. זייט דער קאפערניק'ישע רעוואלוציע פון עמנואל קאַנט וואס האט צעשאקעלט דער ביז דעמאלטסדיגע-באקאנטן בילד פון דער מציאות און געמאכט א אפטיילונג צווישן דער וועלט פון phenomenon (דער וועלט וויאזוי אונז עקספיריענסן עס דורך אונזער מיינד) און צווישן דער noumenon (דער וועלט וויאזוי עס איז פאר זיך אליין וואס צו דעם האבן אונז נישט קיין עקסעס) זענען די פילאזאפן פארנומען מיט פראוון צו פארשטיין צו איז פארהאן א זעלבסשטענדיגע אביעקטיווע מציאות אינדערויסן פון אונזער מיינד און וויאזוי קען מען צוקומען דערצו. קעגן דעם איז געקומען דער אידישע פילאזאף אדמונד האָסערל און געטענה'ט אז עס איז נישט קיין נפק"מ וואס איז באמת פארהאן דארט אין דער אביעקטיווע מציאות, דער איינציגסטע זאך וואס איז אונז נוגע איז וויאזוי דער מענטש עקספיריענסד עס; עס גייט מיך נישט אן צו דער טיש וואס איך זעה עקזיסטירט ערגעץ וואו דארט אין דער דערויסענדיגע אביעקטיווע וועלט נאר צו דער מענטש עקספריענסד אז עס איז דא א טיש. און די דאזיגע עקספיערנס איז דאך ביי אים קלאר ווי דער טאג, העכער פון יעדער ספק. אלזא האט האסערל געוואלט פארקירעווען די פילאזאפישע שיף פון חוקר זיין דער אביעקטיווע וועלט פון אביעקטן צו חוקר זיין דער וועלט באזירט אויף דער סאביעקטיווע קוק ווינקל פון דער מענטש וויאזוי ער זעהט דער מציאות.
אויף דעם באזיס, פון פארשטיין די וועלט פון די סאביעקטיווע בליק פונעם מענטש איז געקומען היידעגער און אוועקגעשטעלט די יסודות פון דער עקזיסטענציאליסטישע השקפה. היידעגער האט געטענה'ט אז עס איז פארהאן א פולקאמע קשר צווישן דער מענטש און זיין וועלט. יעדער מענטש איז ווי א גאט- ער באשאפט זיין אייגן וועלט, ער באשאפט איר נישט אין פשוט'ן זין פון ווארט נאר ער גיבט איר מינינוג און באדייט.
לויט היידעגער טוט דער מענטש זיך ספראווען מיטן פאקט אז ער האט נישט אויסגעוועלט אראפצוקומען אויף דער וועלט און מיט דער פאקט אז ער לעבט אונטען שאטן פון טויט וואס הענגט ווי א זאמד זייגער איבער זיין לעבן. אט די צוויי פאקטן ברענגען דעם מענטש צו אנגסט און ענקזייעטי- ''עקזיסטענציאליסטישע ענקזייעטי''.
וואס קען דער מענטש טון אונטער די טריבע אומשטאנדן מיט וואס ער טרעפט זיך אויפן וועלט און מיט די ענקזייעטי?
עס זענען דא צוויי אפציעס:
איין אפציע איז אז דווקא די ענקזייעטי פון טויט שטופט דער מענטש צו לעבן אַן אטענטיש לעבן. ''אטענטישקייט'' איז א וויכטיגע באגריף ביי די עקזיסטענציאליסטן. לויט זיי, טראץ וואס דער מענטש אונטער באגרעניצטע אומשטאנדן איז ער נאכאלץ פריי אויסצוועלן וועלכע מינונג-באדייטונג ער זאל געבן פאר יעדער זאך. ער קען מחליט וויאזוי אנצוקוקן יעדער איינצלהייט אין זיין לעבן און איר געבן זיין פערזענליכע אינדיווידואליסטישע באדייט. אזוי קען ער לעבן אַן ארגינעלע לעבן באגלייבט צו זיך אליין און צו וואס ער וויל. דאס וועט אים געבן א געפיל פון הערשאפט, פון פרייהייט און פון אייגנארטיגקייט.
אבער דא קומט דער קעטש, עס איז גארנישט אזוי לייכט. לעבן אטענטיש איז פשט אנערקענען אין דער פאקט אז ער האט די פולקאמע פרייהייט צו באשאפן זיין וועלט וויאזוי ער וויל און און דערפאר טראגט ער אויך פולע אחריות אויף זיין לעבן און וויאזוי ער לעבט. די פרייהייט קומט מיט שטענדיגע אחריות און אומזיכערקייט וואס דעשרעקט דער מענטש און כדי צו לעבן אזוי פאדערט זיך קוראזש. דערפאר טאקע וועלן רוב מענטשן אויסוועלן נישט צו לעבן ארגינעל און אטענטיש, מוותר זיין אויף זייער פרייהייט, אונטערדריקן זייער אינדיווידאליסטישקייט און פחד פון טויט און ענדערש זוכן שוץ ביי די געזעלשאפט. די פארשידענע געזעלשאפטליכע ראמען טראגן אים אָן אוניווערסאלע אלגעמיינע געזעצן, וועליוס, נארמעס און א פשוט'ערע מציאות וואו מען ווייסט פונקטליך וואס מען דארף טון און וויאזוי איז ריכטיג זיך צו פירן, מ'טוט וואס יעדער טוט, מ'רעדט ווי יעדער רעדט,'מבאשליסט וואס יעדער באשליסט אא"וו. דאס לעבן איז טאקע מער מצומצם און איינפאך אבער פארט פאדערט עס נישט פון דער מענטש צו מחליט זיין אויף יעדער טריט און שריט און נעמט אראפ פון אים דער עול פון פרייע אויסוואל [1]
דאס מוותר זיין אויף זיין אינדיווידואליסטישע בחירה ברענגט אבער דער מענטש צו פילן שטענדיגע שולד געפילן אז ער האט נישט גוט אויסגעוועלט, קומט אויס אז דער מענטש געפינט זיך אין א קאנפליקט: דער פחד פון טויט וואס שוועבט אין די לופטן שטופט אים זאל ער נעמען אחריות אויף זיין לעבן און אויסוועלן צו לעבן וויאזוי ער וויל, אבער דאס איז א שטענדיגע עול און אחריות און ברענגט מיט זיך נאכאנאנדע ספיקות און זארגן. אבער אויב זאל ער מוותר זיין אויף זיין פרייע אויסוואל און זיך מצטמצם זיין צו געזעלשאפטליכע ראמען וועט ער פילן שולד געפילן און צוגאב מוזן אונטערדריקן זיין אינדיווידואליסטישע פאטענציאל און אוועקשטופן זיין ענקזייעטי פון טויט. די עקזיסטענציאליסטן וועלן טענה'ן אז דער מענטש קען זיך נישט ארויסדרייען פון די זארגן און שולד געפילן און זיי זענען א טייל פון די נארמאלע וועג פון לעבן. דער איינציגסטע וועג זיך צו ספראווען דערמיט איז נישט עס צו אונטערדריקן און לייקענען נאר אנערקענען אין דעם מיט קוראזש און פארט לעבן אטענטיש מתוך פערזענליכע בחירה.
יאלום און זיינע קאלעגעס האבן פראבירט צו איבערטייטשן די דאזיגע פילאזאפיע צו פראקטישע פסיכאטעראפיסטישע מעטאד און דורך דעם פראבירן אנאליזירן און באהאנדלען גייסטישע פראבלעמען.
זיי האלטן אז גייסטישע שטערונגען ווי דעפרעסיע, אבסעסיעס קומען פון אנטלויפן פון אחריות און פון אוועקשטופן די קאנפליקטן און ענקזייעטי'ס אנבלאנגט דער עקזיסטענץ און טויט.
יאלום האט געהאלטן פון דער דינאמישע מאדעל פון דער נפש וואס פרויד האט געשילדערט: אינסטינקטן וועקן אויף ענקזייעטי און אין רעאקציע ווערן אקטיווירט Defense Mechanisms- באשוץ מיטלען וואס באשיצן זיך קעגן דער ענקזייעטי'ס, נאר געטענה'ט אז וואס ערוועקט די ענקזייעטי'ס זענען נישט די סאקסועלע אינסטינקטן און קאנפליקטן נאר באוויסטזיניגקייט צו די אויבענדערמאנטע עקזיסטענציאליסטישע ענקזייעטיס. דער תפקיד פון דער טעראפיסט איז צו אויסלערנען דער מענטש צו דילן מיט די ענקזייעטי און טרעפן געזונטערע וועגן וויאזוי צו דילן דערמיט, בעיקר דורך אים באוויסטזיניג מאכן צו דער אפציע פון לעבן אטענטיש און נעמען אחריות אויף זיך.
ער האט דערויף געשריבן אין זיין וויכטיגע בוך ''Existential Psychotherapy''..
נאך א וויכטיגע ארבעט פון אים אין די פעלד פון טעראפי איז איבער Group therapy וואס ער האט פארמולירט אין זיין בוך The Theory and Practice of Group Psychotherapy.
זיינע שרייבערישע ווערק
יאלום האט געשריבן א רייע ביכער איבער פסיכאלאגיע און עטליכע פון זיי זענען בעסטסלער'ס. ער האט ביכער איבער פסיכאלאגיע וואס זענען מער אקאדעמיש און געאייגנט פאר די וואס טון אין דעם פעלד א שטייגער ווי די אויבענדערמאנטע ביכער אבער ער האט אויף לייכטערע ביכער, פיקציע ראמאנען, ווי ער פלעכט ער צוזאם פסיכאלאגיע, פילאסאפיע און היסטאריע און זענען געשריבן זייער פליסיג און ציענד; ער האט א טאלאנט, פונקט ווי אין זיינע אקאדעמישע ווערק צו פארוואנדלן טעארעטישע און אבסטראקטע געדאנקען עס זאל זיין קלאר און צוגענגליך פאר די פשוטע מענטש. אין זיין בוך The Schopenhauer Cure פלעכט ער צאם זיין גרופ טעראפי מיטל מיט דער פילאסאפיע פון ארטור שופענהאוער אדער זיין בוך The Spinoza Problem וואס איז א היסטאריש-פסיכאלאגישע ראמאן איבער שפינאזע. זיין מערסט באקאנטע בוך אבער איז When Nietzsche Wept וואס איך האב לעצטנס געליינט. עס איז א מייסטערהאפטיגע ראָמאן ווי יאלום שילדערט א סעריע באגעגענישן צווישן ד"ר יוזעף ברויער- פרויד'ס פריינט און קאלעגע מיט וועם ער האט אנטוויקלט זיין פסיכאנאליטישע טעאריע- און צווישן פרידריך ניטשע, דער עקסצענטריק פילאזאף. עס איז א פאנטאזירטע נאוועל אבער שארף באזירט אויף אמת'ע היסטארישע פאקטן; יאלום באזירט זיך אויף די אמת'ע פערזענליכקייטן פון פרויד, ניטשע און ברויער און אויף פיל ביאגראפישע עפיזאדן ווי למשל דער ראמאן צווישן ניטשע און לו פלומע און דער ראמאן צווישן יוזף ברויער און אנא או- בערטא פאפענהיים און צוזאמען מיט זיינע געוואלדיגע ידיעות איבער פסיכאלאגיע שילדערט ער א לעבעדיגע קאלירפולע סצענע איבער די אנטוויקלונג פון דער פסיכאנאליטישער רעוואלוציע צוזאמענגעפלאכטן מיט געדאנקען און מאטיוון פון ניטשע'ס פילאסאפיע.
דער בוך איז בעארבעט געווארן צו א פילם When Nietzsche Wept וואס אויב זיך פארלאזן אויף די ריוויוס איז עס -אין קעגנזאץ פון די ארגינעלע בוך- נישט פארעכנט אלץ גרויסע סוקסעס.
[1] די געזעלשאפטליכע ראמען אין וואס דער מענטש זוכט שוץ קען זיין פארשידענארטיג און אויף עטליכע לעוולס. עס קען זיין מער אן אלגעמיינע ראם ווי 'רעליגיע' וואס גיבט דעם מענטש א קלארע קאנטעקסט און ראם צו זיין עקזיסטענץ און לעבן- פארוואס זענען מיר דא און עס קען זיין מער פראקטישע קאנקרעטישע ראם ווי למשל, אונזער 'סיסטעם' וואס נעמט ארום דער גאנצע לעבנסשטייגער פון דער מענטש און איז מחליט פאר אים פונקטליך וויאזוי ער זאל זיך פירן לפרטי פרטים. איינער וואס לעבט אין סאסייעטי לעבט זייער א קלארע און איינפאכע לעבן- אלעס איז אים קלאר ער ווייסט פונקטליך וואס ער דארף צו טון און שטייט נישט כמעט פאר ספיקות און צווייפלען ווי ער מוז נעמען החלטות.
דאס קען מסביר זיין אזעלכע ערשיינונגען ווי קאנפארמיטי- פארוואס מענטשן גייען מיטן שטראם און זיכן זיך צוצופאסן צו די קאלעקטיווע נארמעס פון זייער קבצוה/סאסייעטי.