בלאט 1 פון 1

אָמַר רַב אַתָא

נשלח: מוצ"ש פעברואר 11, 2023 8:47 pm
דורך תוהו ובוהו
אַחַת מִמֶּנִּי רוֹמֶזֶת עַל תְּשׁוּבָה
אֲנִי מַעֲסִיק מְאוֹד אֶת רַבִּי עֲקִיבָא

עַל שְׁתַּיִם מִמֶּנִּי חַיָּבִין סְקִילָה
אֲנִי נִמְצָא בְּשַׁבָּת, תְּפִלִּין וּמִילָה

שְׁלוֹשָׁה כָּמוֹנִי הֶרְאָה מוֹשִׁיעַ הָאוֹם
אֲבָל אַל תַּשְׁגִּיחַ עַל חוֹלֵם חֲלוֹם

אַרְבַּע מִמֶּנִּי, גַּם קוֹדֶשׁ וְגַם חוֹל
עַל הֲגִיַּת שְׁנֵיהֶם יוֹרְדִים לִשְׁאוֹל

שִׁשִּׁים רִבּוֹא, בְּסֵפֶר הַסְּפָרִים
הקב"ה בְּעַצְמוֹ קָשַׁר לִי כְּתָרִים

אַל תְּיַתֵּר וְאַל תְּחַסֵּר כְּלוּם
אִם לֹא, תַּחֲרִיב אֶת הַיְקוּם

מְרֻבָּע, עִם כֶּתֶר בְּצַד שְׂמֹאל
עַל כָּל שְׁאֵלָה תָּבִיא תִּינוֹק לִשְׁאֹל

בָּא בְּכַמָּה מִדּוֹת, רַבָּתִי וּזְעִירָא
אֶפְשָׁר לִקְנוֹת אוֹתִי בִּמְסִירָה

עַל רֹאשִׁי, תִּלֵּי תִּלִּים שֶׁל הֲלָכוֹת
עַל שָׁלֹשׁ קֻפּוֹת שֶׁל תְּרוּמַת הַלְּשָׁכוֹת

נִקְשָׁר עַל הַיָּד, נֶחְתָּם עַל הַבְּרִית
עִקְּמוּ מִמֶּנִּי כְּדֵי לֹא לְדַבֵּר גְּנוּת

בְּנֵס עוֹמֵד, וּבָאֲוִיר פּוֹרֵחַ
שָׂמוּ אוֹתִי עַל מֵצַח רוֹצֵחַ

אִישׁ בּוּר אֵינוֹ יוֹדֵעַ צוּרָתִי
וְהַמְּקֻבָּל מַכִּיר אֶת קְטַנָּתִי

זֶה קֵלִּי, וְאַנְוֵהוּ בְּלַבְלָר אֻמָּן
נֶקֶב בְּצִדִּי נֶחְשָׁב לְסִימָן

הָרוֹצֶה לְהַחְכִּים עָלַי יִסְתַּכֵּל
הֲלוֹא עַל יָדִי נִבְרָא הַכֹּל

נשלח: מוצ"ש פעברואר 11, 2023 9:48 pm
דורך שמן למאור
מען זאגט נאך פונעם חתם סופר דאכצעך, אז ער האט געזאגט אזוי:
רש"י הק' האט געוואלט אז איך זאל אים פארשטיין, פארשטיי איך אים טאקע. די אבן עזרא האט געוואלט אז איך זאל אים נישט פארשטיין, פארטיי איך אים טאקע נישט...

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 12:52 am
דורך חדשים
שמן למאור האט געשריבן:מען זאגט נאך פונעם חתם סופר דאכצעך, אז ער האט געזאגט אזוי:
רש"י הק' האט געוואלט אז איך זאל אים פארשטיין, פארשטיי איך אים טאקע. די אבן עזרא האט געוואלט אז איך זאל אים נישט פארשטיין, פארטיי איך אים טאקע נישט...
הלכות וענינים בדיני אות (תרתי משמע) צאמגענומען פון כל התורה כולה. אראפגעלייגט פאעטיש ווי נאר תוהו קען.

ב”ה אלעס געכאפט, איך בין אינטערגעשפרינגען פון דעם הפלא’דיגע מישמאש אזוי גאונות’דיג צאמגעפלאכטן.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 1:19 am
דורך שמן למאור
חדשים האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:מען זאגט נאך פונעם חתם סופר דאכצעך, אז ער האט געזאגט אזוי:
רש"י הק' האט געוואלט אז איך זאל אים פארשטיין, פארשטיי איך אים טאקע. די אבן עזרא האט געוואלט אז איך זאל אים נישט פארשטיין, פארטיי איך אים טאקע נישט...
הלכות וענינים בדיני אות (תרתי משמע) צאמגענומען פון כל התורה כולה. אראפגעלייגט פאעטיש ווי נאר תוהו קען.

ב”ה אלעס געכאפט, איך בין אינטערגעשפרינגען פון דעם הפלא’דיגע מישמאש אזוי גאונות’דיג צאמגעפלאכטן.
יא, נאכן זיך טיף מעמיק זיין האב איך אויך אנגעהויבן צו כאפן. מען דארף דאס גוט אפלערנען...

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 1:23 am
דורך שעפטאל
:like :like תוהו געוואלדיג :like :like
איך מיין דו ברויך'סט טוישן דיין נאמען צו: יופי וסוויטי (סאיז א כאפ)

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 1:49 am
דורך רביה''ק זי''ע
פיינע נייעס דאס, די ערשטע שורה וועגן תשובה האב איך נישט געכאפט, ביי די אותיות נקנות במסירה האב איך באקומען א מוח ארגעזם... פרעג מיך נישט פארוואס. ווי אויך די נקב בצדי האב איך נישט געכאפט.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 3:27 am
דורך שמן למאור
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פיינע נייעס דאס, די ערשטע שורה וועגן תשובה האב איך נישט געכאפט, ביי די אותיות נקנות במסירה האב איך באקומען א מוח ארגעזם... פרעג מיך נישט פארוואס. ווי אויך די נקב בצדי האב איך נישט געכאפט.
'אחת ממנו רומזת על התשובה' מיינט לכאורה דעם אות ה' וואס די גמרא זאגט אין מנחות כט: אז עס איז מרומז אויף תשובה.

'נקב בצדי נחשב לסימן' מיינט לכאורה די גמרא ב"מ יח: ווי די גמרא זאגט אז אויב טרעפט מען א שטר אדער א גט, און עס האט א סימן פון נקב בצד אות פלוני, הייסט עס א סימן מובהק און מען קען עס צוריקגעבן אן קיין פראבלעם.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 10:10 am
דורך מתבודד
הערליך שיין! איך בין נייגעריג וואס האט דיר געברענגט צו מחבר זיין אזאנס @תוהו ובוהו?
__
וְהַמְּקֻבָּל מַכִּיר אֶת קְטַנָּתִי
:like :like

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 11:36 am
דורך שמן למאור
מיר איז די מערסטע געפאלן די שטיקל:

אַרְבַּע מִמֶּנִּי, גַּם קוֹדֶשׁ וְגַם חוֹל
עַל הֲגִיַּת שְׁנֵיהֶם יוֹרְדִים לִשְׁאוֹל

מען קען מאכן מיט פיר אותיות צוויי סארטן ווערטער, איינס איז קודש דהיינו הוי"ה, און איינס איז חול דהיינו די f ווארט. און אויב מען זאגן איינע פון די צוויי גייט מען אין גיהנם... :like :lol:

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 11:42 am
דורך עדיאל
וואו, וואו!

מקובל מכיר קטנותי. לאל. והמקדש ירח מכיר גדלותי.
וועלכע פיר אותיות של חול גייט מען אין שאול? לא מכיר.

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 4:15 pm
דורך קהל'ס נער
עדיאל האט געשריבן:וואו, וואו!

מקובל מכיר קטנותי. לאל. והמקדש ירח מכיר גדלותי.
וועלכע פיר אותיות של חול גייט מען אין שאול? לא מכיר.
הוי"ה

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 5:23 pm
דורך שמן למאור
קהל'ס נער האט געשריבן:
עדיאל האט געשריבן:וואו, וואו!

מקובל מכיר קטנותי. לאל. והמקדש ירח מכיר גדלותי.
וועלכע פיר אותיות של חול גייט מען אין שאול? לא מכיר.
הוי"ה
ניין, דאס איז קודש, די חול ווארט איז די פ ווארט...

דו ביסט נישט מבדיל בין קודש לחול...

נשלח: זונטאג פעברואר 12, 2023 6:25 pm
דורך שעפטאל
די עולם דא א מחנה תלמידי חכמים!! וואס איז נייעס, די עולם לערנט טאקע בחברותא איינער מיט'ן אנדערן?? :lol:

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2023 11:06 am
דורך צקון לחש
מתבודד האט געשריבן:הערליך שיין! איך בין נייגעריג וואס האט דיר געברענגט צו מחבר זיין אזאנס @תוהו ובוהו?
איך ווייס נישט וואס תוהו ובוהו'ס ארט נייגונג איז, אבער מיר פערזענליך געפעלט ווען א פעלאו חרדי ברענגט ארויס ארט לשם ארט, לאו דוקא מיט א מעסעדזש; להודיעך שיש טאלאנט בישראל.

Re: אָמַר רַב אַתָא

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2023 1:05 pm
דורך טמיר
אין די צייטן פון די ראשונים זענען די סארטן חידות געווען זייער סטייליש. קענסט פרעגן די זעלבע קשיא אויפן אבן עזרא

נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2023 7:18 pm
דורך מתבודד
איך פרעג נישט קיין קשיות און איך האב זיכער נישט קיין טענות.
מיין 'שאלה' איז געקומען אויס האפענונג פאר א אינטרעסאנטע תשובה איבער א געוויסע געדאנק/מעשה/מחשבה/איבערגאנג וואס האט אינספירירט דעם פייטן צו מחבר זיין דעם אויסטערלישן הפלא'דיגן פיוט.

אין די צייטן פון די נביאים איז געווען נארמאל צו פרעגן אזא שאלה...