די 12 שבטים בימינו

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 126 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 454 מאל

די 12 שבטים בימינו

שליחה דורך כוואליעס »

(דיסקליימר: אויב גיי איך שרייבן דא זאכן וואס גרעניצן זיך מיט כפירה אדער לצנות אויף די תורה\אידישקייט, טו איך תשובה פון פאראויס, איך בין נישט קיין אפיקורוס, און איך פרוביר צו זיין אויס געהאלטן 100 פראצענט, אבער ווי נישט ווי מעשה שטן יצליח ואוי לנו מיום הדין [ואפילו לשיטת @שמן שאין יום הדין] מוחאות איז א לכתחילה ביי מיר אבער נאר מיט א גערעכטע טענה, ליינטס און האטס הנאה)

לכבוד די שובבים וואכן האט קאווע שטיב'ל אפגעהאלטן א באזוך אין מדבר ביי די אידישע צענטערן מיט האלטדיג פון ערשטן האנט וואס דארט גייט פאר, דא גיבן מיר איבער די ווארט פאר קאווע שטיבל'ס זעלבסט באקרוינטע קריספדאנט הרב כוואליעס וואס איז אליינס מיטגעפארן מיט די דעלעגאציע, וועט שילדערן די גאנצע רייזע פון ווען מאיז ארויסגעפארן ביז ויהי אחרי:

פארדעם א ווארט צו\פון אונזער ספאנסער: ויסעו תור'ס וועט אייך ארומפירן איבער די גאנצע וועלט מיט גאר אויסנאמליכע גישמאקע פייוו סטאר רייזעס פאר א ביליגע פרייז, ויסעו תור'ס איז די איינציגסטע וואס וועט אייך צוריקנעמען צו די מדבר, הר סיני, מצרים, רפידים, און ווי אימער, מיר האבן אויך ספציעלע נסיעות קיין חרן ווי איר קענט מיט לעבן די גאנצע מעשה מיט יעקב. ווי אויך האבן מיר גאר געשמאקע "וועג וואזערס וואס טראגן אייך ארום און דערציילן ביי יעדע פלאץ וואס דארט גייט פאר

צוריק צו אונזער נסיעה: אונז האבן זיך ארויסגעלאזט זונטיג אינערפרי פון עילאט אין ארץ ישראל, דורוך ספיציעלע שטארקע קעמלען וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורוך ויסעו תור'ס, אזוי זענען מיר געגאנגען א לאנגע וועג פון בערך א טאג צייט, פארשטייט זיך אז אויפן וועג האט מען זיך אפאר מאל אפגעשטעלט אין טייערע גאסט הייזער זיך אפריען ביז ענדליך זעט מען שוין פון דערווייטנ'ס מחנות פון געצעלטן, ווי נענטער מ'קומט נאר אלס גרעסער ווערט די שפאנונג, צוביסלעך ווערן די קליינע ברעקלעך גרעסער און גרעסער ביז מ'זעט שוין פענעם'ער פון מענטשן,
דא קומט דער תור'גייד אריין אין בילד, ער הייבט אונז אן צו מסביר זיין, "כלל ישראל איז אויסגעשטעלט לפי די שבטים," "ס'איז דא דרייצן שבטים אונז וועלן די ערשטע גיין באזוכן שבט ראובן"
פיין! אונז קומען אן נענטער צו די מחנה, נאכן נעמען א בילד נעבן די גרויסע פאן וואס פלאטערט אינדערויסן אנצוזאגן אז דאס איז שבט ראובן, גיבן מיר זיך א לאז צו די עפענונג פונעם ראובן קווארטאל, נאך פארן האבן א שאנס צו אריינקומען, באגעגענען מיר זיך מיט אפאר פארשוינען וואס זיצן אזוי אינדערויסן, אונזער תורגייד -לאמיר אים רופן אויף זיין נאמען: בצלאל- זאגט אונז גייטס נישט אהין צו זיי, זיי זענען טמא, מיר גייען צו די עפענונג קומט אונז אקעגן א חשובה דעלעגאציע פונעם נשיא שבט ראובן "שמוע בן זכור"און לאדענט אונז איין פאר א פרישטיג גלייך נאכן דאווענען, מיר גייען צוזאמען צום שטיבעלעך, נאך אינמיטן וועג האט זיך שוין געשפירט די שטארקע ריח פון פרישע הערינג, אונז קומען אריין אין די שטיבלעך עס אנדעקט זיך א גאר אינטערעסאנטע בילד, די עולם אנגעטון מיט טליתים מיט זילבערנע עטרות, און אויף די טישן איז אויסגעלייגט פיל מיט שטאפן היטן און פלאכע היטן, בצלאל זענדיג אונזער ווינדער זאגט ער אונז "נאר שבט ראובן גייט מיט די סארט היטן" , מיר כאפן זיך שנעל מיט, מיט א מנין וואס האט שוין געהאלטן ביי ובא לציון, מיר האבן דאך א פולע פראגראם, זיך ארום דרייענדיג אזוי בשעת'ן דאווענען באמערק איך די לעצטע טיש אנגעווארפן מיט הערינג און אייער קוכ'ל סהאט ממש אויסגעקוקט ווי נאך א האריקעין, קוקט אויס אז יעדע מנין איז א פרישע האריקעין, גאר שנעל זעמיר אונז געווען אידערויסן, אה! איין מינוט זאגט אונז בצלאל כ'האב אייך פארגעסן צו ווייזן א אינטערעסאנטע זאך, ער דרייט זיך אויס און לויפט שנעל צוריק אריין, אונז פאלגן אים שנעל נאך ער פירט אונז אריין אין איין שטיב'ל ווי מזעט א גאנצע מנין דאווענט מיט א קאכעדיגע התלהבות אלע מענטשן מיט דיקע שווארץ און ווייסע ברילן און שטרענגע שטריכן אויפן שטערן שאקלען זיך אריין ווי א פעלד לולבים, בראש זעט מען איינער שטיין געלאסן ביי א רבישע שטענדער "דאס איז קורח" זאגט אונז בצלאל, קורח? ער איז דאך פון שבט לוי וואס זוכט ער דא? פרעג איך ארויסווייזנדיג גרויס לומדות, יא איז בצלאל מסביר אמת ער איז פון שבט לוי אבער זיינע חסידים זענען פון שבט ראובן דא פראוועט ער זיין ראביסטעווע, אינמיטן ווערט דארט שטיל, און איך זע ווי דער קורח שטעלט זיך אויף ביי די בימה, ער גייט גיבן א שיעור ער האלט אין זיין הענט א ספר וואס הייסט ויואל משה און הייבט אן דארט צו שטארעמען און וויינען, אונז האמיר שנעל געמאכט פליטה פאר די עולם ווערט צוהיצט און איך וועל מיר נאך טרעפן מיט א האלבע בארד נאקעט אינמיטן גאס.
ארויסקומענדיג באגעגענען מיר א פרישע שיכט צעטלעך אויף די ערד, בצלאל איז אונז מסביר אז דאס רופט מען פאשקעווילן, דאס איז אזא סארט וועג צו מעלדן די לעצטיגע נייעס
מגייט ווייטער, מזעצט זיך ארויף צוריק אויף די קעמלען, שבט שמעון.
אנקומענדיג איז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן זעענדיג מ'רעדט דא פון שווארצע פאלאשן האב איך שנעל געבעטן בצלאל אויב מקען איבערהיפן שבט שמעון און גיין גלייך צו שבט לוי, צו וואס ער האט מסכים געווען נישט פארשטייענדיג מיין פחד,
אריינקומענדיג אין שבט לוי'ס קווארטאל, האב איך מיר גלייך געשפירט ווי איך בין ערגעץ ווי אינמיטן קראון הייטס, נאך'ן באקומען א ווארימע אפער פון עפעס א קליינע בחור'ל צוזאמען מיט א אלטע זיידע אויב איך וויל לייגן תפילין, זענען מיר ביידע געגאנגען צו די בית מדרש, נאך אינמיטן וועג הערן מיר א טומל, מדרייט זיך ארום זעט מען א גאנצע סטאק מיט חסידים שטופן זיך נעבן אונז און אויף די אנדערע זייט גאס שפאצירט א איד מיט שנעלע טריט, דער איד גייט אנגעטון מיט א בענדאו וואס האט גאר א שמאלע ברים, טיפע אויגן, גאר ערנסט, "דאס איז משה רבינו" זאגט אונז בצלאל (מרעדט דא ווי אזוי עס וואלט אויסגעזען היינטיגע צייטן)
אונז גיימיר אריין אין בית מדרש, דא האט שוין אויסגעזען ווי שוק מחנה יהודה ערב שבת, פון איין זייט הערט מען א אלטע חסיד שרייען ויברך דוד ווארט ביי ווארט, קוקט נישט אויס ווי ער פלאנט צו זיין פיניש מיטן דאווענען פאר אפאר שעה, איבעראל זיצן בחורים מיט לקוטי שיחות און מאמרים און פלאגן זיך צו פארשטיין, טענ'ן זיך ארום, בקיצור ס'איז לעבעדיג, אינמיטן קומט צו צו אונז א בחור פרעגן אויב ער זאל אונז ארומפירן ווייזן די בית מדרש, די משכן, מיר האבן זיך הערצליך באדאנקט פאר אים אבער אים אנגעוויזן אויף בצלאל "ער פירט אונז שוין ארום"

פון דארטן זעמיר געגאנגען צו שבט יהודה, נאך פון ווייט אוועק האט זיך שוין געשפירט די געשמאקע ריח פון צלי אש, און יא אונז זענען נישט אנטוישט געווארן אנקומענדיג, פון אלע זייטן זיצן מחנות ספרדים אינמיטן גאס און בראטן גאנצע קעלבלעך אן קיין דאגות, די עולם זיצט און פארברענגט ווי כאילו מלעבט שוין אינעם אלף השביעי,
"חביבי" הער איך א קול געוואנדן צו אונז "בא הנה" "תעשה ברכה" דא האט שוין די הונגער געווינען, אונז האמיר זיך אלע געוואשן צו א פאלקאמע סעודה און וואס זאל איך אייך זאגן, די פלייש, דאס איז נישט עפעס וואס מ'קען ביישרייבן, א פרישע געבראטענע שעפס, דאס פילט זיך ווי א שטיק אבר מן החי, אפ אפ , מיין שפייאכץ האט דא אנגעטראפט די צעט'ל, איך זאג ענק די ספרדים האבן עס,
כמעט פארגעסן פון די נארגילאס וואס קומט אזוי נאכן סעודה, דאס איז ווי די טשערי אוף די ספרדי

דערנאך זעמיר געגאנגען קיין ישכר, אהה, דאס איז שוין גארנישט קיין קינדער שפיל, איך קום אריין אין בית מדרש און איך הער עפעס א פרויען'ישע שטימע.. "יתגאדעיל ויתקאדעיש ש שמעי ראבאהאה," נאך מיט אזא איכה נוסך איך בין שנעל ארויסגעלאפן פאר דאס קדאחת כאפט מיר אן

אנקומענדיג צו שבט זבולין, האב איך גלייך דערקענט די אויבערלענדישע יעקישע אידן וואס ארבעטן פון אינדערפרי ביז ביינאכט

שבט דן זענען די תימן'ער אידן, לעבן זיך א לעבן פאר זיך

נפתלי זענען די ספארטלער'ס פון מדינת ישראל (וואס קנען שנעל לויפן)

גד זענען די בערלאנד חברה

אשר זענען די מזרחיסטן

אפרים זענען די גור'ע רוצחים
מנשה איז שאול אלתר

בנימין זענען די ברסלב'ער

די אמת איז אז אויב די ארטיק'ל וואלט געשריבן געווארן דורוך יואב, מאראנצן זאפט, יהורם, אבטולמוס, וכו' אלע אנדערע גוטע שרייבערס אויף קאווע שטיב'ל, וואלט דאס געווען א דבר השלם, אבער וואס קען מען טון, א חלק שלאפן שוין, א חלק שלאפן נאך, מוז מען צוקימען צו די ארעמע פעדער פון כוואליעס,

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר