בלאט 1 פון 1

Open AI -ChatGPT

נשלח: מאנטאג פעברואר 13, 2023 7:25 am
דורך מרדכי מרדכי
לעצטנס איז דא א גרויסע הייפ איבער AI ווען די קאמפעני OpenAI וואס האט שוין ארויסגעגעבן די פראגראם DALL E 2
וואס מאכט אליינס בילדער בעיסט אויף די טעקסט וואס מען שרייבט עס, האט ארויס געגעבן א נייע פראגראם מיטן נאמען ChatGPT וואס ענטפערט אויף שאלות וואס עס ווערט געפרעגט און די מעגליכקייטן קוקט יעצט אויס ענדלאז. מען קען בעטן צי שרייבן א פאועם פארן ווייב, שרייבן א פראפעסיאנאלע אימעיל, שרייבן א קאנטראקט, אפילו פאר סטודענטן צי מאכן א עסיי.

דערווייל זעהט אויס ווי זיין אידיש איז נישט זייער גוט הגם ער טענה'ט אז ער קען יא, אבער איך האב פארשטאנען אז ווי מער מען נוצט עס ווערט עס מער אויסגעשארפט