בלאט 1 פון 4
כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2023 7:19 pm
דורך מהיכי תיתי
עס טוט זיך טישן און קלאזעטס אין די דזשורנאליסטישע וועלט אין מדינת ישראל.
די באקאנטער חרד”ל’יסטישע דשורנאליסט פון ערוץ 12,
יאיר שרקי איז ארויסגעקומען פון קלאזעט און זיך עפענטליך דערקלערט די דריטער פון רובאשקין’ס טרעידמארק.
שרקי, איז אן אקטיווער דזשורנאליסט פאר ערוץ 12, מקור ראשון און בשבע. פאר ערוץ 12 איז ער די אפיציעלע כתב לענייני דתות און איז באקאנט פאר עטליכע ברעיקינגס אין די חרדי’שע וועלט. די באקאנטע
רעקארדינג וואס ער האט פובליצירט פון הג”ר עובדיה יוסף זצ”ל, מייסד תנועת ש”ס קעגן אריה דרעי, די יו”ר פון ש”ס איז פון די מערסט באקאנטע.
וויאזוי אויך קען ער אינסייד אוט די חרד’ישע/חסידי’שע קולטור און ער האט פובליצירט די באקאנטע
ברוקלין של קודש וויאזוי אויך
חוקי המשחק החרדי.
מיט עטליכע חדשים צוריק, האט ער
אראפגענומען זיין אייקאנישע קראזעלדיגע פיאות, א שריט וואס האט עטוואס געהויבן ברעמען.
היינט האט ער
אין א פאוסט זיך אפיציעל דערקלערט גע’גימל’ט און פאראורזאכט א רוזן שטורעם.
Re: כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2023 7:26 pm
דורך צוזאמגעדרייט
דאס מיינט א ריכטיגע חסיד...
Re: כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2023 9:06 pm
דורך כרם זית
איש וביתו - א מאן וואס איז האמ''י.
באו - איז ארויסגעקומען.
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2023 9:12 pm
דורך צקון לחש
מהיכי תיתי האט געשריבן:היינט האט ער
אין א פאוסט זיך אפיציעל דערקלערט גע’גימל’ט און פאראורזאכט א רוזן שטורעם.
ברשותך, מהיכי תיתי.
נשלח: דינסטאג פעברואר 14, 2023 11:25 pm
דורך איך אויך
.
Re: כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 7:04 am
דורך אמת וצדק
זיין פאטער איז א גרויסער רב, הרב אורי שרקי.
Re: כי אלך בגיא: יאיר שרקי קומט ארויס פון קלאזעט
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:14 am
דורך בר גיורא
אן אינטרעסאנטע ווידאו פון הרב שרקי
https://youtu.be/JpARW2gZ7hg
Sent from my Pixel using Tapatalk
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 2:39 pm
דורך שאלתיאל
איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.
חנן בן ארי
שרייבט
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 3:16 pm
דורך שמן למאור
שאלתיאל האט געשריבן:איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.
חנן בן ארי
שרייבט
איך מיין אז ס'איז טאקע די אנהויב פון א נייע עפאכע. קודם הייבט זיך עס אן ביי די דתי לייט, און עווענטועל וועט זיך עס אריבערכאפן צו אונז חרדים. עס וועט זיין אינטערסאנט מיטצוהאלטן ווי חסידישע סעלעבריטיס וועלן ארויסקומען פונעם קלאזעט...
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 5:39 pm
דורך מהיכי תיתי
שמן למאור האט געשריבן:איך מיין אז ס'איז טאקע די אנהויב פון א נייע עפאכע. קודם הייבט זיך עס אן ביי די דתי לייט, און עווענטועל וועט זיך עס אריבערכאפן צו אונז חרדים. עס וועט זיין אינטערסאנט מיטצוהאלטן ווי חסידישע סעלעבריטיס וועלן ארויסקומען פונעם קלאזעט...
אין די חרדי'שע וועלט, בפרט אין די ליטווישע עולם הישיבות, איז שרקי א גרויסע סעלעבריטי.
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 6:33 pm
דורך מר. קלונימוס
ווען איז די חתונה
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 7:24 pm
דורך הקטן
שאלתיאל האט געשריבן:איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דא די סתירה?
אוהב לדבר לשה"ר ואוהב את הקב"ה!!
מיט וואס איז דאס אנדערש ווען איינער איז געבוירן מיט א מחלה אדער ווערט קראנק און ער איז דאך מצדיק את הדין?
לך ואמור לאומן שעשאני "כמה מכוער כלי זה שעשית"
אדער אן אלטע בחור וואס האט א שטארקע תאות נשים
וואו איז די "סתירה"???
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 9:23 pm
דורך berlbalaguleh
מיט בערך אכט יאר צוריק איז דער זשורנאליסט יאיר שרקי, זון פון הרב שרקי, ארומגעפארן אין א סאך חרד'ישע שטעט איבער די וועלט ווי לאנדאן, וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל אלס פרילענס'ער. ער האט געארבעט אויף א טעאריע אויפצווייזן אז כאטש די חרדים אין ארץ ישראל ארבעטן נישט ביי קיין דזשאבס, ארבעטן די חרדי'שע באפעלקערונג יא ביי פארשידענע ארבעט און ביזנעס אין אלע לענדער פון די וועלט.
מ'האט איהם זייער שיין אויפגענומען, אפילו אין מאנרא און וויליאמסבורג. מענטשן האבן גערעדט צו אים און איהם געגעבן אינטערוויוס. ווי ס'זעהט אויס האבן זיי געהאט רעספעקט פאר זיינע געקרייזלטע פיאות.
בכל אופן, ס'איז א גרויסער שאק פאר א יעדן אין די חרד'ישע וועלט אז ער (יאיר) איז יעצט ארויסגעקומען פון קלאזעט, אזוי צו זאגן...!
איך מעג דא צולייגן א נופך משלי: די זאגערס וועלן שוין זאגן (אונז ווייס מיר ווער זיי זענען) אז דאס איז אלעס פון די סטרא אחרא, און אזא פנים האבן די ציונים מיט זייערע דתים לאומיים...! ווי גלייך די זעלבע קען (ח"ו) נישט פאסירן ביים היימישן עולם...!.
נשלח: מיטוואך פעברואר 15, 2023 11:30 pm
דורך מהיכי תיתי
הקטן האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דא די סתירה?
אוהב לדבר לשה"ר ואוהב את הקב"ה!!
מיט וואס איז דאס אנדערש ווען איינער איז געבוירן מיט א מחלה אדער ווערט קראנק און ער איז דאך מצדיק את הדין?
לך ואמור לאומן שעשאני "כמה מכוער כלי זה שעשית"
אדער אן אלטע בחור וואס האט א שטארקע תאות נשים
וואו איז די "סתירה"???
הקטן, איר זענט הייליג גערעכט און וואויל איז פאר איינער וועלכע איז געבוירן געווארן מיט די סארט נייגונגען און איז גרייט צו לעבן זיין גאנצע לעבן בצער, נישט האבן קיין פאמיליע אדער לעבנס באגלייטער.
ביני ובינך, בין איך נישט זיכער צו איך אדער דו וואלטן געצויגען צופיל יאר אין אזא מצב.
די אנדערע אפציע וואס אזעלכע אידן האבן איז: זיך דערקלערן אויס איד.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 8:50 am
דורך ליימדארפער
איך פרעג פארקערט.
אויב איך זאג הויעך אז איך האב ליב פרויען, קוקט מען מיר אויך אן מאדנע 'ביי חרדים'. פארוואס? ווייל כ'זאג עס הויעך...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 10:46 am
דורך מרדכי מרדכי
זיין טאטע הרב אורי שרקי וואס איז אקטיוו אז גוים זאלן היטן די שבע מצוות בני נח, האט א פאדקעסט מיטן נאמען "כאן ועכשיו" ווי ער ווערט געפרעגט שאלות אויף פארשידענע נושאים, האב איך געהערט 1 עפיזאוד ווי ער רעדט וועגן די להט'ב נושא.
https://on.soundcloud.com/Ti9Zd
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 7:02 am
דורך נחום הסופר
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 4:44 pm
דורך ליימדארפער
געוואלדיג!
מיט אנדערע ווערטער, ער קען נישט זאגן אז ער איז א פרומער און ער איז נישט קעגן די תורה, ווייל דאס אויספויקען ברבים, איז שוין א סימבאל פון פריקת עול מלכות שמים ר''ל.
און אויך שאולזון האט צו זינגען דערויף לויט זיין דעת תורא
נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2023 8:11 pm
דורך berlbalaguleh
שאלתיאל האט געשריבן:איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.
חנן בן ארי
שרייבט
חנן בן ארי פארגעסט אבער אז פון אט די סארט אהבה קענמען נישט זיין קיין אבא מהמם. די זאכן ארבעטן נישט אזוי...!
נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2023 9:56 pm
דורך הקטן
berlbalaguleh האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.
חנן בן ארי
שרייבט
חנן בן ארי פארגעסט אבער אז פון אט די סארט אהבה קענמען נישט זיין קיין אבא מהמם. די זאכן ארבעטן נישט אזוי...!
די טעות האט שוין שרקי אליין געמאכט זעה וואו ער שרייבט
נשלח: מוצ"ש פעברואר 18, 2023 10:27 pm
דורך שמן למאור
הקטן האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.
חנן בן ארי
שרייבט
חנן בן ארי פארגעסט אבער אז פון אט די סארט אהבה קענמען נישט זיין קיין אבא מהמם. די זאכן ארבעטן נישט אזוי...!
די טעות האט שוין שרקי אליין געמאכט זעה וואו ער שרייבט
ס'איז דא מהלכים...
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 1:30 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז די גרויסע חכמה אדער משוגאס צו אויסרופן אז יעדער זאל דאס וויסן? פארוואס זאל דאס איינעם אנגיין אדער אינטרעסירן?
נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 8:19 am
דורך הקטן
שמן למאור האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:איך בין זייער אימפרעסט פון שרקי. פון דער וועג ווי ער לייגט אראפ קונצליך און איידל דער קאנפליקט צווישן זיין סאקסואלע נייגונג און צווישן זיין רעליגיע און קהילה און בעיקר ווי ער האט דער שטארקייט צו אנערקענען אין ביידע און פארקערפערן אין זיך דעם סתירה, אָן לייקענען אדער אנטלויפן פון איינער פון זיי. אני אוהב בנים ואוהב את הקב"ה. כל הכבוד.
חנן בן ארי
שרייבט
חנן בן ארי פארגעסט אבער אז פון אט די סארט אהבה קענמען נישט זיין קיין אבא מהמם. די זאכן ארבעטן נישט אזוי...!
די טעות האט שוין שרקי אליין געמאכט זעה וואו ער שרייבט
ס'איז דא מהלכים...
יאפ! דאס האט ער מן הסתם געמיינט...