אסון

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 143
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 576 מאל

אסון

שליחה דורך עדיאל »

שש.. מ'האט מיך געבעטן רעדן. באמת, כ'האב מיך גראדע יא אנגעגרייט, נאר כ'פארלוירן דאס צעטל. עכ"פ אז דער מחותן הייסט, שטייט דאך כל מה שאומר לך בעה"ב, נישט ס'שטייט מ'זאגט, מ'זאגט נאך. אז וואס? עטץ זיצט, איך שטיי, יא.

עההם, שטייט די וואכעדיגע סדרה, יא דאס שטייט אויך, איז רבותי, נו. ס'גייט שוין משפטים. שטייט כי ינצו אנשים ונגפו אשה הרה ויצאו ילדיה, אז אידן וועלן זיך ארום בויקערן און איינער העט א קאפע טון א טראגעדיגע פרוי, און די קינדער, דאס הייסט דער עובר, וועלן אויסטאנצן, גאט באהיט, איז שטייט ווייטער, איז אזוי. טאמער ולא יהיה אסון, איז ענוש יענש, כאפט ער מכות. ואם אסון יהיה, אז ס'וועט יא געשען אן אסון רח"ל, איז נפש תחת נפש. ס'איז מארד.

וואס טייטש דאס אסון? אן אומגליק. מיט וועמען? ווייסן דאך אלע, באשה, אינעם פרוי. נישט חלילה אז מיסקעריזש איז נישט קיין אומגליק. א גרויסע גליק זיכער נישט. ס'נאר א טייטש אזא. ס'אן אלט אידיש ווארט. אומגליק מיינט מען צו זאגן טויט. דאס הייסט, הלכה'דיג קוקט מען בלויז וואס האט פאסירט מיט די מאמע'ן, צו זי איז טויט אדער וואס, און דאס באשטימט אויב דא איז מען באגאנגען א מארד.

שוין, וכאן הבן שואל, פארוואס קען נישט שטיין ארויס קליפ און קלאר. ולא תמת האשה, ואם מתה האשה. אז דו רעדסט, רעד ווי א מענטש. נו, חכמינו ז"ל באהאנדלען דעם לשון דא. ס'א משנה אין כתובות, מ'לערנט ארויס פון דעם די הלכה אז אינו מת ומשלם. געוויסע חכמים לערנען זיך מיט א גזירה שוה אסון אסון פון די מעשה מיט בנימין, צו פארשטיין וואספארא סארט מיתות זענען אלס פטור צו באצאלן.

איז דאך אלס פיין און וואויל און מ'קען זיך שוין רוקן ווייטער צו די שטויסעדיגע אקסן. נאר דא קומט אריין דער תרגום שבעים און ווארפט אריין א פלאקן. דער תרגום שבעים, ווי מיר ווייסן, איז דער עלטסטער פירוש התורה. ס'איז געשריבן געווארן נאך אין די צייטן פון תלמי המלך. אסאך אסאך יארן פאר די משנה און אנדערע מדרשים. און דער שבעים טייטש אסון עקס-אייקאנ-איזמענאן. דאס הייסט אין פארעם, ווי מיר זאגן אין די שבע ברכות דא, אשר ברא את האדם בצלם. אין אנדערע ווערטער, ס'תלוי ווי מ'האלט מיטן שוואנגער. איז דער עובר געווען שוין פארמירט אדער נישט. ולא יהיה אסון, נישט געווען פארמירט. ואם אסון יהיה, שוין יא געוועזן. איז דאן הייסט דאס שוין מארד.

איז צוויי זאכן. איינס, די הלכה'דיגע סטאטוס פון אן עובר ווערט לגמרי געטוישט. לויט די שבעים איז יא פארהאן א געוויסע פונקט ווען אן עובר ווערט שוין פאררעכנט אלס מענטש. אט די טייטש האט ווייט-גרייכענדע תוצאות וויאזוי דער קריסטליכער בליק אויף אבארשן וועט זיך אנטוויקלען.

צווייטנס, עקסקיוז מי, וואס האט הוידל מיט לאקשן? ס'שטייט דאך אסון, אן אומגליק, איז ווי קומט דא עקס-אייק-ווייסעך-וואס? ס'ווערט טאקע ברייט באצייכנט אלס א מיסטרענסלעשן. שלעכט אפגעטייטש, און מ'פרובירט צו דערגיין היתכן, ווי פאסט עס.

דארף מען נעמען א טריט צוויי אויף צוריק, און נאכאמאל איבערקלערן דעם ווארט אסון. וואו נאך שטייט אסון, טאקע דא און ביי בנימין'ען, און דאס, ששש. רבותי, נאך א מינוט, נאך איין מינוט כ'על נישט אויפהאלטן. מ'סערווירט שוין די טשיקען. וויאזוי? יא, מ'קען זיך וועלן צווישן גרילד און פרענטש אניאן. ווער ס'ווייסט נישט וואס דאס איז פרענטש אניאן זאל נעמען גרילד.

עכ"פ, וואו האמיר געהאלטן. יא, ביי אסון. נאר אויף די צוויי פלעצער שטייט עס. אבער ס'דא א קוזין ווארט שאון. שאון טייטשט א גערויש און א געפילדער. ושאון לאומים כשאון מים כבירים ישאון. איז דער אסון איז אויכעט עפעס מיט טרייסלען.

יעצט פארשטיי, פון וואס האט יעקב זיך געשראקן? פון לייבן און רויבער? ממה נפשך. טאמער איז יהודה א בחור וועט ער דאך בנימינ'ען אויך באשיצן. און טאמער נישט, פארוואס זיך נישט זארגן אויף יהודה'ס וואוילזיין? נאר וואס דען, מ'זארגט זיך אויף טלטול הדרך, א צעטרייסלונג און אויסמוטשונג פון די וועגן. יעקב אבינו זאגט, קוק אהער יהודה מיינער. דו ביסט קניינעהארע א יונגערמאן א קאזאק. דו קומסט און דו גייסט אויף שטרעקעס ווי ביי א שפאציר. בנימין איז דאך א פארצערטלט קינד אבער. זיין קערפער קען דאס נישט דערהויבן. ס'עט חלילה געשען מיט אים אן אסון, א צעטרייסלונג.

קען טאקע אסון ווייטער מיינען א טויטנספאל. אבער נישט אבי א טויט. נאר אזא וואס קומט פון ריסוק אברים. און דאס זעלביגע דא ביים געשלעג. מ'רעדט פון א שטויס וואס קען צעטראסקענען א פרוי רח"ל.

איז דא, ווער ס'באקאנט, מ'רעדט דאך צו יונגעלייט דא, איז דא אזא מין זאך וואס רופט זיך קוויקענינג אויף ענגליש. דאס הייסט ווען אן עובר הייבט אן ארומצובונטעווען אין די געדערים. ווי דער פסוק זאגט, ויתרוצצו הבנים בקרבה. אט דער קוויקענינג הייבט זיך אן ביי א געוויסע שטאפל אינעם שוואנגער. אריסטו האט געהאלטן ביי פערציג טעג צו א זכר און אכציג צו א נקבה. היינטיגע דאקטורים האלטן אנדערש.

וועל מיר נישט אריינגיין אין דעם נושא, נאר אויף אזויפיל אז לויט די חכמי יון איז דא א באשטימטע צייט ווען דער טרייסלונג געשעט, און אויף פערציג טעג צו א זכר איז דאס אייניגע צייט פון צורת הולד. קומט דאך אויס אז זמן פון טרייסלען און פון זיין אין פארעם איז איינס און די זעלבע. ס'איז ווייטער א מחלוקת צווישן שבעים און חז"ל וואס אסון מיינט, אבער ביידע קענען מסכים זיין אז דער שורש פון אסון איז א טרייסלונג.

זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן, ס'זאל מקויים ווערן, דער חתן הייסט דאך טאקע שלמה זלמן, און די כלה יטי. זאל מען טאקע אפגעהיטן ווערן פון א טרייסלונג וואס שעדיגט אן עובר, און זוכה זיין צו א טרייסלונג וואס איז גורם אן עובר, במהרה בימינו אמן. שכוח, שכוח.

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר