א נייע רעליגיע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3334 מאל

א נייע רעליגיע

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין כמעט יעדע רעלייגע איבער די וועלט זענען פארהאנען אזאנע באגריפן ווי גן עדן, דאס ערשע זינד, שלעכטע ציוויליזאציע, נבואה, תשובה, אַפּאָקאַליפּסע, תיקון השלם, אד''ג.

זינט מיר זענען נאך געלעגן אין די ווינדלן, האט שוין דער רבי מיטן גראבן שטעקן געלערענט מיט אונז די געשיכטע געשילדערט אין ספר בראשית. אדם און חוה האבן שפאצירט נאקעט אן קליידער אין א פרעכטיגן גארטן - ערגצוואו מזרח פון אן ארט מיטן נאמען עדן. זיי האבן דארט פארמאגט אלעס וואס דאס הארץ גלוסט, זיי האבן גענאסן פון אלערליי פארגעניגנס וואס א מענטש קען זיך נאר ווינטשן. זיי האבן נישט געוויסט פון קיין שום שלעכטס צו זאגן, זיי האבן אומאויפהערליך געקוואלן פון דאס העלישע ליכטיגקייט פונעם איין איינציגן גאט און פון זיין אנוועזנהייט. א ריכטיגע הימלישע עטיאפיע אין יעדן הינזיכט. א ארט פון וועלכע מיר קענען זיך ערלויבן בלויז צו טרוימען. דאס בעסטע ארט אונטערן מילכ-וועג גאלעקסיע... אבער דאס אלעס האט אנגעהאלטן בלויז איין איינציגער טאג...

נעמליך, שוין אינעם סאמען ערשטן טאג פון זיין באשאף, נאך אין יעדעם פרייטאג מיטאג, האט שוין אדם איינגעמאכט. ער האט זיך געלאזט איבעררעדן פונעם פארצייטישער-שלאנג, וואס האט אים בייזוויליג באוואויגן מיט פארקרומטע לומדישע סברות, אז ער זאל פארזוכן א ביס פונעם ביטערן עפל וועלכע איז געוואקסן אויפן פארבאטענעם וויסנשאפט-בוים. און שוין... ער האט זיך געלאזט איבעררעדן און ער האט געגעסן וואס מ'טאר נישט..... וואו ביזטו אדם? הערט ער מיטאמאל א באסאווע שטימע... דער אלמעכטיגער זעלבסט האלט אפיר דעם 'פייג בוים בלעטל באגארטלטן' אדם. פון דעם בוים וואס כ'האב דיר באפוילן נישט צו עסן האסטו ווירקליך געגעסן? יא, ענטפערט אדם! און איך וועל נאך עסן נאך... אזוי? זאגט אים דער באשעפער, וויסן זאלסטו אז פון אצינד אן אנגעהויבן געהערט דיין עטיאפיע צו די פארגאנגנהייט. די אנגענעמענע עפאכע אין וועלכע דו האסט אזוי ארום שפאצירט מיט דיין ווייב נאקעט אינעם פרעכטיגן גארטן, און די הימלישע אנגלן האבן דיך סערווירט האק פלייש אויף א גאלדענעם טעלער, און רייך באשוימטע שאַמפּאַניע אין ווייס קריסטאלע גלעזער איז שוין אלט-היסטאריע. מיט די שוויץ פון דיין נאז וועסטו עסן ברויט, ביז דו וועסט דיך אומקערן צו די זאמדן פון וואנעט דו ביזט צום ערשט געקומען, און דיינע יארן וועלן זיין געציילטע. און דיין פרוי וועט שוואנגערן און געבארן מיט שווערע קרעמפן... און זי וועט צו דיר גליסטן און זיין אנגעוויזן און דו וועסט האבן די מאכט איר אפצוזאגן. זייער נישט אנגענעם... א יא? אין קורצן, דאס וועלט איז פארוואנדלט געווארן צו אן אומאנגענער ארט פאר מענטשן צו לעבן דערינען...

עטוואס שפעטער ווען די אידן זענען שוין געווען באזעצט אין הייליג לאנד, און די שכינה הק' האט גערוהט צווישן די אידן, זענען אויפגעשטאנען נביאים וועלכע האבן מיט אלע זייער קרעפטן פראבירט צו מאכן די וועלט פאר א בעסערע ארט. זיי האבן נאכאנאנד מוסר געזאגט פאר די אידן זיך צו פירן ארענטליך און מיט גערעכטיקייט איינעם מיטן צווייטן. זיי האבן געפאדערט און געמאנט אז דאס פאלק זאל זיך צו האלטן צו די מאראלן און פארשריפטן פון די תורה הק'. זייער הויפט מיסיע איז ווארשיינליך געווען, פארצוברייטן די וועלט צו די הימלישע עטיאפיע וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען, ווען דאס ערשטע זינד וועט פארגעבן ווערן אויף שטענדיג און דאס שלעכטס וועט זיך ענדגילטיג אפטאן פון די וועלט, און דער גרויזאמער שטן וועט האבן זיין ערליך פארדינטע ענדע אין בצרה, און דאס גאנצע וועלט וועט פארוואנדלט ווערן צו אן ארט גענוי ווי דאס גארטן אין מזרח עדן איז געווען איידער אדם האט איינגעמאכט. יא! זיי האבן אויך פארגעזאגט חבלי משיח, אז איידער דאס הימלישע עטיאפיע וועט זיין אן אַפּאָקאַליפּסע... אבער זיי האבן אונז גלייכצייטיג געטרייסט, אז באלד דעראויף וועט אנקומען דאס לאנג דערווארטעטער עטיאפיע... זיי האבן אונז אפילו געגעבן אזא ברייטער אריינקוק און א אילוסטראציע וויאזוי דאס בעפארשטייענדער עטיאפיע גייט ווירקליך אויסקוקן.

דאס קריסטליכע גלויבן איז אויך באזירט אויף עפעס אזא סארט טעאריע, אבער ביי איז אלעס אונטערגעשלאגן מיט יעזוס און זיין מוטער דאס שיין מיידל. און די גוים האבן אלע יארן געגלייבט אין דעם, אין רעזולטאט איז ציוויליזאציע מער ווייניגער אנגעגאנגען...

אין די זעכציגער יארן האבן זיך זאכן אין די פאראייניגטע שטאטן דראסטיש גענדערט. די סטודענטן אין די לינקע אוניווערסיטעטן האבן באשלאסן איבערצולאזן די רעליגיעזע ווירדן פון זייערע עלטערן. און אין באצוג האבן זיי אנגעהויבן צו אדאפטירן א פרישע רעליגיע, געבויעט אויף די אנגעבליכע ווירדן פון סאציאלע יוסטיץ, באזירט אויף לערע פון דעם גראנדיעזער אַטעיסט מארקס לענין... די רעליגיע ווערט גערופן " קלימאט בייט עבודה זרה". אט איז ווי אזוי דאס פונקציאנירט, לייענט און שטוינט:

די וועלט איז פון אלעמאל אן געווען אן עטיאפיע. דאן זענען געקומען די ראסיסטישע ערשטע אמעריקאנע טאטעס, און אנגעברענגט אויף אונז א פארדארבענעם וועלט. זיי האבן אונז פארשוואנגערט מיט נידערטרעכטיגע אנשויאונגען, א שטייגער ווי פרייהייט, צופרידהייט, און גלייכבארעטיגקייט – אנשויאונגען וועלכע פארדארבן דאס מענטש פון די נעגל ביז צום מוח. עטוואס שפעטער האט זיך דאס דראסטיש פארערגערט. דאס איז געווען דאס אויפקום פון קאפיטאליזם און אינדוסטריע. דאס האט פארטונקלט די וועלט ממש ווי אין די דריי טעג פון ווען יעזוס איז געקרייצט געווארן ביז ער איז צוריק לעבעדיג געווארן, פאר ווער ס'גלייבט... עטוואס שפעטער ווען ס'איז אויפקומען דאס פאסיל ברענשטאף האט זיך די וועלט נאכמער פארערגערט, אזש היינטצוטאגס הערשט ממש אויף די וועלט אזא שטאק פינסטערניש ווי אין דריי טעג וואס פארצייטישע עגיפטער זענען געבליבן צוגענאגלט צו די בתי כסאות אן זיך קענען אונטערהייבן, נישט מער געדאכט... און מיר לעבן אצינד אין די צענטער פון די אַפּאָקאַליפּסע, די גאנצע וועלט גייט אט אונטער הארט פאר אונזער אייגענע אויגן.

אבער נישט געזארגט... די קלימאט בייט עבודה זרה, פארמאט זיך אירע אייגענע נביאים. דער לעגענדארער היפאקריט ביל געיטס, און קעטשאפ-קאפ דזשאן קערי, און די צוקאשקעטע לאפע טאנצירין אלאכסאנריע אקרעזיאו קארטעז, און איבער זייער הערשאפטן - דער קאמיסאר יאשע ביידן זז''ג. זיי האלטן אונז אין איין מוסר זאגן און פאדערן פון אונז, אז מיר זאלן זיך ווירקליך מוסר נפש זיין אויף די שלוש החמורות פון די קלימאט פעור, ראסע, קלימאט, און זשענדער. אויב קוקן מיר נישט אן יעדע זאך און יעדע געשעניש אין אונזער לעבן, מיט ראסע, קלימאט, און זשענדער ברילן, איז דאס באשיינפערליך א באווייז אז מיר זענען שלעכטע לייט און זיי די קלימאט בייט גלויביגע זענען די גוטע לויטע. און בלויז ווען מיר וועלן זיך אונטערווארפן אונטער די גוטע לייט, און נאכאנאנד זיך שווערן און ווייגערן אין ראסע, קלימאט, און זשענדער, נישט בלויז מיט אונזער קערפער און אונזער מוח, נאר אויך מיט אונזער גאנצער פארמעגן, וועלן מיר דערלעבן די ריכטיגע ישועה השלימה ואמיתית, די לאנג-ערווארטעטע מארקסיסטישע עטיאפיע, וואו יעדער וועט דערלעבן צו זיצן אונטער זיין פייגן בוים און אונטער זיין וויינגארטן. און די פעך, פוי טמא'נע ראסיזם וועט אויסגעריסן ווערן אויף שטענדיג, יעדער וועט דערלעבן זיך זעלבסט צו אידענטיפיצירן מיט מיט סיי וועלכע פון די אכט הונדרעט און זעקס סארטן זשענדערן ער וויל, און די וועלט וועט זיין אויסגערייניגט פון די אומריינע פאָסיל ברענשטאף און די לופט וועט אויסגערייניגט ווערן פון די טמא'נע אמנישענס... יראו עינינו וישמח לבנו ותגל נפשנו בישועתך, ומחה השם דמעה מעל כל פנים...

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר