משפטים - אָן טוֹעֵם זיין וועסטו נישט פארשטיין
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 11:19 am
בס"ד
א גוטן טייערע חבירים וידידים..!
אצינד האלטן מיר שוין נאכן גרויסן מעמד הנבחר פון קבלת התורה וואו כלל ישראל האט זוכה געווען צו ווערן די עם סגולה פונעם אייבישטער, די ממלכת כהנים וגוי קדוש וואס השי"ת האט דערנענטערט צו זיך און זיי אריינגעברענגט תחת כנפי השכינה, און נאך אביסל גייען מיר שוין אריבער צו די דערהויבענע פרשיות וואס זענען עוסק אין בויען די משכן און כלים וואס וועט זיין א מקום פון השראת השכינה אין וועלכע השי"ת וועט כביכול קומען וואוינען און רוען צווישן כלל ישראל אין מדבר.
אבער אויב אזוי שטעלט זיך א שטיקל פראגע, דעמאלטס וואס טוט דא פרשת משפטים אינדערמיט? פארוואס איז דאס די ערשטע חלק התורה וואס דער אייבישטער האט אויסגעוועלט אנצוהייבן דערמיט נאך מתן תורה, און נאך דווקא דא צווישן קבלת התורה און הקמת המשכן. מיר זענען אלע צוגעוואוינט און געדענקן נאך גוט פון חדר אז פרשת משפטים איז א גרויסע און שווערע סדרה פיל מיט פרטי דינים און הלכות וואס זענען נוגע צו א עבד עברי, א אמה עבריה, א מזיק, א גנב, ד' שומרים, און נאך און נאך פילע הלכות אויף וואס עס איז געבויעט כמעט גאנץ סדר נזיקין אין ש"ס, וואלט געווען פאסיג זיך מתבונן צו זיין פארוואס עפעס קומט דאס אלעס אריין דווקא דא, און וואס איז די שייכות צווישן די אלע דיני ממונות ווי אויך די אנדערע מצוות פון אונזער פרשה מיט די מעמד הר סיני און בנין המשכן. און בפרט ווי מיר באמערקן אז די פרשה הייבט זיך אָן מיט א ו' המוסיף, "וְאֵלֶּה" הַמִּשְׁפָּטִים אֲשֶׁר תָּשִׂים, וואס דאס ווייזט אז ס'איז ממש א המשך און ס'איז ווי פארבינדן מיט די פריערדיגע פרשה פון מתן תורה.
נאך א אינטערסאנטע נקודה באמערקן מיר, ווי יעדער חדר יונגל ווייסט אז די אידן האבן געזאגט ביי מתן תורה כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה וְנִשְׁמָע, זיי האבן מקדים געווען נעשה פאר נשמע און זיי זענען געווען גרייט צו טוהן נאך אפילו איידער זיי האבן געהערט וואס השי"ת פארלאנגט פון זיי, אבער אז מיר וועלן מדייק זיין וועלן מיר זעהן אז דאס שטייט נישט אין פרשת יתרו דארט וואו די תורה שילדערט די מעמד הר סיני, נאר דאס שטייט גאר אין אונזער פרשה, טאקע צום סוף נאך די אלע דינים און הלכות וואס מיר לערנען אין אונזער סדרה, דארט ווערט דערמאנט דאס וואס די אידן האבן אויסגעשריגן ביי קבלת התורה "כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה וְנִשְׁמָע!". ביז אהין ווערט נאר דערמאנט צוויי מאל די ווארט "נעשה" אליינס אָן "נשמע", ווי מיר געפונען איין מאל אין פרשת יתרו וואו עס שטייט אין פסוק (י"ט ח') וַיַּעֲנוּ כָל הָעָם יַחְדָּו וַיֹּאמְרוּ כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה, און א צווייטע מאל אין אונזער פרשה (כ"ד ג') וַיַּעַן כָּל הָעָם קוֹל אֶחָד וַיֹּאמְרוּ כָּל הַדְּבָרִים אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה, און עטליכע פסוקים שפעטער, דארט שטייט כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה וְנִשְׁמָע, נו, וואס באדייט דאס טאקע אז ערשט נאך די אלע דינים דארט ווערט דערמאנט די נעשה ונשמע פון קבלת התורה, און וואס קענען מיר ארויסלערנען פון דעם?.
איז איידער מיר קומען צו צום ווארט, נאר א קליינע מעשה וואס וועט דינען אלס א אריינפיר צום נקודה פון די געדאנק וואס מיר ווילן אויסשמועסן בסייעתא דשמיא:
עס האט אמאל דערציילט א חשוב'ע יונגערמאן א תלמיד חכם, אז אין זיינע יונגע יארן האט זיין טאטע איהם געשיקט לערנען אין א אויסגערופענע ישיבה וואס איז געווען א אמת'ע מקום תורה, א פלאץ וואו די בחורים זענען געזעצן על התורה ועל העבודה מיט גרויס התמדה און ערנסטקייט, און ער איז אנגעקומען אלס א נייע בחור אין די ישיבה, אבער ער האט גאנץ שנעל מחליט געווען אז "דאס פלאץ איז נישט פאר איהם!", ער האט נישט מצליח געווען זיך איינצוגלידערן געהעריג, ער האט געשפירט אז ער געפונט זיך אינגאנצן נישט אויף די סטאנדארט וואס די ישיבה האט געפאדערט פון אירע תלמידים, ער האט געפילט אז ער איז באמת נישט געמאכט פאר דעם, ער פארמאגט נישט די נויטיגע כוחות און כשרונות און די התמדה וואס עס פעלט זיך אויס, און דעריבער האט ער זיך תיכף מייאש געווען, ער האט אנגעהויבן צו מאכן פלענער פארן קומענדיגן זמן ווען ער וועט גיין צו א צווייטע ישיבה וואס וועט זיין מער פאסיג פאר איהם, בקיצור, ער איז געווען אזוי 'האלב אינדרויסן' פון די גאנצע מצב און סדרי הישיבה.
געווען איז דארט איין בחור וואס האט געזען פון די נאנט וואס ער גייט אדורך, ער האט פארשטאנען זיין נסיון און זיין שוועריגקייט, און איין טאג זאגט איהם יענער בחור מיט אפנהארציגקייט, "הער מיך אויס, איך האב נישט קיין ציל דיר מְשַׁכְנֵעַ צו זיין און איבעררעדן אז דו זאלסט דא בלייבן, ווי אויך האב איך נישט די ריכטיגע ווערטער און טענות מיט וואס דיך איבערצוצייגן אז דו מאכסט א טעות מיט'ן אזוי שנעל אויפגעבן, אבער איין זאך וויל איך דיר יא זאגן, אז ווילאנג דו האסט עס נישט אויספראבירט למעשה, קענסטו בכלל נישט מאכן א ריכטיגע החלטה... דו ווייסט בכלל נישט די טעם דערפון, דו ווייסט נישט די הרגשה, און דו ביסט אינגאנצן נישט באהאווענט מיט די מציאות אויב די סדרי הישיבה זענען געמאכט פאר דיר אדער נישט, ווייל איידער דו האסט בכלל אריינגעטרויטן דערין און עס מיטגעלעבט בחוש, האסטו נישט קיין אהנונג איבער וואס דו ביסט מחליט און וואס דו ווארפסט דא אוועק... מיין עצה צו דיר איז, שטרענג זיך אָן בערך איין חודש און לייג זיך אריין מיט דיין גאנצע קראפט אין די לימודים, פראביר מיטצוהאלטן די סדרים, פראביר צו לעבן אין א דאווענען, שטרענג זיך אָן אויסצוהערן די שיעורים, און נאר נאכדעם וואס דו האסט 'מיטגעלעבט' און געשפירט במציאות אויף די אייגענע ביינער, דעמאלטס האסטו די מעגליכקייט צו טראכטן גראד און באשליסן אויב דו ווילסט גיין ווייטער דערמיט אדער נישט, אבער יעצט ווייסטו נאך אינגאנצן נישט פון וואס מ'רעדט"...
דערציילט דער יונגערמאן, די ווערטער פון יענעם בחור האבן מיר געכאפט, ער האט גערעדט דברים של טעם און קלאר מסביר געווען דעם געדאנק אז ווילאנג איך בין נישט טוֹעֵם די טעם פון זיין א ערנסטע ישיבה בחור וועל איך דאָך נישט וויסן אויף וואס איך בין מוותר, און איך האב באשלאסן עס צו געבן א פרואוו, במשך די קומענדיגע צוויי חדשים האב איך זיך אריינגעווארפן מיט מיין גאנצע ענערגיע צו זיין א חלק פון די לימודים און סדרים אין ישיבה, איך האב די גאנצע צייט געוואוסט אז איך מוז מאכן מיין 'פראָבע' זייער עכט, און איך מוז שפירן 'די גאנצע טעם' כדי צו וויסן וואס איך בין מחליט... הכלל, איך בין געקומען יעדן טאג באצייטענס צום דאווענען און געדאווענט מיט א ברען, איך האב זיך אנגעשטרענגט מיט אלע כוחות מיטצוהאלטן יעדן איינציגסטן שיעור, און אויסנוצן די גאנצע צייט און חזר'ען מיט התמדה וכדומה, אלעס כדי טוֹעֵם צו זיין דעם טעם, צו האבן בייגעוואוינט בפועל וויאזוי עס פילט צו זיין א בחור אין די ישיבה. און וואס זאל איך אייך זאגן, פירט ער אויס מיט א שמייכל, די איבריגע איז היסטאריע! פון דארט און ווייטער בין איך שוין געווארן 'אריינגעשלעפט' ווי פון זיך אליין, איך בין געקומען צום טעם און ס'איז שוין געווען זייער שווער איבערצולאזן! זאכן זענען שוין געפארן נאטורליך, איך האב נישט געוואלט פארפאסן קיין שיעור, איך האב נישט געוואלט פארפעלן קיין דאווענען אין ישיבה, ווייל עס האט געהאט גאר א גוטע טעם.
אוי ווי גערעכט איז יענער בחור געווען ווען ער האט געזאגט אז ער קען מיר נישט מסביר זיין מיט ווערטער, נאר איך מוז עס קודם אליינס מיטלעבן און שפירן אויף די אייגענע הויט, און נאר נאכדעם איז בכלל מעגליך צו קענען ריכטיג טראכטן און באשליסן אויב עס איז געאייגענט פאר מיר אדער נישט.
היוצא לנו, עס איז דא זייער אסאך זאכן וואס מ'קען נישט שילדערן מיט קיין ווערטער, דער 'שפראך' איז צו אָרים, און איז אינגאנצן נישט גענוג צו קענען ארויסברענגן די ריכטיגע געפיל און הרגשה פון די זאך, נאר מ'מוז עס אליינס מיטמאכן און און עס 'לעבן' כדי צו שפירן און ארויסהאבן די טעם און די געפיל דערפון. און בפרט אין אונזער היינטיגע דור ווען מיר לעבן אין א וועלט וואו יעדער איינער וויל אלעס 'פארשטיין' און ארויסהאבן איידער מ'איז מקבל, אנדערש ווי די אמאליגע דורות וואס האבן געלעבט מיט א תמימות און א פשטות אָן קיין חכמות און זיי האבן געטוהן יעדע זאך "ווייל דער טאטע האט אזוי געהייסן" אדער "ווייל דער רב האט אזוי געזאגט", און מ'האט נישט געפרעגט קיין איבריגע שאלות, דאגעגן היינט לעבן מיר אין א דור וואו יעדער איז געווארן א גאנצע מֵבִין און א פארשטייער, און ווילאנג ער איז נישט משיג א זאך מיט זיין שכל און 'ער האט דאס קלאר ארויס' פון אלע זייטן, איז ער נישט גרייט צו טוהן... איז דאָך גאר וויכטיג טוֹעֵם צו זיין די טעם פון א זאך כדי ריכטיג צו פארשטיין און וויסן פון וואס מ'רעדט.
און פשוט כדי צו געבן צו פארשטיין פון וואס מ'רעדט וועלן מיר ברענגן קודם א גשמיות'דיגע דוגמא וואס יעדער איינער פארשטייט גוט. פונקט ווי ווען א 'ביזנעס קאנסולטענט' וועט זיצן אין א פירמע און ער וועט פראבירן צו ערקלערן פארן אלטן בעל הבית אז ס'איז געקומען צייט צו טוישן פארשידענע מהלכים אין זיין ביזנעס, און ער וועט איהם מסביר זיין אז ס'איז היינט א פאָרגעשריטענע וועלט און מ'נוצט שוין פארשידענע סאפיסטיקירטע פראגראמען און מעטאדן צו האלטן חשבונות און צוזאמנעמען אינפארמאציע, אנשטאט צו נוצן פעדער מיט פאפיר... אבער ווי ערווארטעט וועט דער בעל הבית זיך נישט אזוי שנעל לאזן בייגן, ער וועט נישט וועלן טוישן זיינע געוואוינהייטן פון לאנגע יארן, ווייל ס'איז דאָך זייער שווער צו מאכן א דראסטישע טויש, און ער וועט קומען מיט כל מיני טענות און מענות זיך ארויסצודרייען פון ענדערן די מהלך אין זיין ביזנעס.
וואס איז די בעסטע עצה איבערצורעדן אזא מענטש און איהם באוועגן אז ער זאל וועלן טוישן מהלכים? אז דער יועץ וועט אדורכברעכן ביי איהם אז ער זאל לאזן טוישן קודם נאר ביי איין קליינע חלק פונעם ביזנעס, ער זאל מסכים זיין אז מ'זאל אריינברענגן א נייע פראגראם בלויז ביי איין אפטיילונג פונעם קאמפאני, ער זאל עס פשוט לאזן אויספראבירן און זעהן וויאזוי ס'וועט גיין... פארשטייט זיך אז איינמאל עס גייט אריין אין באנוץ און דער בעל הבית איבערצייגט זיך פאר זיינע אויגן ווי זאכן הייבן אָן צו פאָרן אסאך שנעלער ווי ביז היינט, ווי נאר ער לעבט עס מיט און ער פילט דעם טעם דערפון, וועט שוין זיין אסאך גרינגער איהם צו באוועגן אז ער זאל לאזן איינפירן די נויטיגע שינויים אין זיין קאמפעני, יעצט וועט מען זיך נישט דארפן בעטן ביי איהם, ווייל ער האט דאס נישט סתם געהערט אדער געזעהן, נאר ער האט עס געשפירט און געלעבט בפועל, און מער פון דעם דארף מען נישט, ווייל די אייגענע הרגשה פון א מענטש איז זיין בעסטע מחנך וואס קען איהם אויסלערנען און געבן צו פארשטיין זאכן וואס ער האט נישט ארויסגעהאט ביז אהער.
על אחת כמה וכמה ווען עס קומט צו רוחניות, אזויווי מיר האבן פריער דערציילט פונעם תלמיד הישיבה וואס האט אין אנהייב געהאלטן אז די ישיבה איז נישט געאייגענט פאר איהם ביז ער האט טועם געווען דעם טעם; עס איז זייער שווער אראפצוגעבן די נעימות און מתיקות פון עבודת השי"ת און לימוד התורה דורכ'ן מסביר זיין מיט טריקענע ווערטער, איינער וואס שטייט פון דרויסן און ער האט נאך קיינמאל נישט טועם געווען דעם טעם וועט דאס נישט קענען פארשטיין, אפילו נאך די געשמאקסטע הסברים און די שענסטע שילדערונג מיט לעבעדיגע פאַרבן, וועט ער נאך אלס נישט ארויסהאבן ריכטיג וואס דאס מיינט, ווילאנג ער פראבירט עס נישט אליינס אויס! ווי דוד המלך זאגט אונז אין תהלים "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'" דאס איז עפעס וואס מ'מוז טועם זיין כדי צו ווערן איבערצייגט אז ס'איז גוט און זיס, און אנדערש איז דאס נישט מעגליך צו וויסן.
עס קומען ארויף זכרונות פון די בחור'ישע יארן ווען מיר האבן געהאט די זכיה צו לערנען אין ישיבת לוצערן, וואו עס האט געדינט אלס א מגיד שיעור מו"ר הגה"צ רבי בנימין יחיאל פאזען זצ"ל, א איד וואס איז געווען א תלמיד חכם מופלג און איש מורם מעם, א דערהויבענע איד פשוטו כמשמעו, אפילו אונז יונגע בחורים האבן געשפירט אז עס רעדט זיך פון א אדם גדול, א מענטש וואס לעבט אין העכערקייט און דערהויבנקייט. אבער ועל כולם האט מען געקענט זעהן ווי דער איד לעבט מיט עפעס א מין שלוות הנפש, א זעלטענע רואיגקייט און צופרידנקייט וואס נאר אזא בעל מדריגה ווי איהם האט געקענט האבן, עס האט זיך אנגעזעהן אויף איהם א צופרידנקייט וואס דער גרעסטער עושר אין די וועלט פארמאגט נישט (פארשטייט זיך), ס'איז געווען א סיפוק וואס שטאמט פון רוחניות.
אמאל ביי א שיעור ווען ער האט פאָרגעלערנט די סוגיא פון בָּרִי וְשֶׁמָא, און ער האט גערעדט פון איינער וואס ווייסט זיכער אז ער איז שולדיג געלט, דאגעגן דער צווייטער ווייסט נישט זיכער אז יענער קומט איהם טאקע געלט, האט דער מגיד שיעור זצ"ל צוגעלייגט אלס משל א מעשה וואס ער האט געהאט: נישט לאנג צוריק איז צוגעקומען צו מיר א איד און געזאגט אז ער איז געווען שולדיג פאר מיין טאטן ע"ה וואס איך האב בכלל נישט געוואוסט דערפון, און דער איד האט מיר דעמאלטס געגעבן דאס געלט וואס איז געווען א קליינע סכום געלט... און דערביי האט ער געגעבן א לייג צו אזוי בדרך אגב, "אבער זארגט אייך נישט בחורים, איך האב נישט גענומען דאס געלט פאר זיך, איך האב עס אוועקגעלייגט אין א זייט, און אי"ה בין הזמנים ווען כ'וועל זיך טרעפן מיט מיינע ברידער וועט מען זיך צוטיילן דערמיט אזויווי עס איז די דין ירושה"... עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ווי די בחורים האבן זיך אלע צושמייכלט הערנדיג זיינע רייד, וויבאלד מ'האט גערעדט פון גאנץ א קליינע סכום געלט, וואס פאר אונז וואלט אפילו נישט בייגעפאלן אין ווילדסטן חלום אז מ'דארף זיך דאס צוטיילן מיט די ברידער ווייל ס'גייט אָן ביי דעם א א דין ירושה...
אדער א צווייטע מאל ווען יבלחט"א מיין טאטע זאל זיין געזונט איז געקומען קיין שווייץ מיר צו באזוכן אין ישיבה, און ווען ער האט באגעגנט הרב פאזען זצ"ל וועלכער איז אויך געווען א גבאי צדקה, און ער האט געוואלט אויפטוישן ביי איהם אמעריקאנע דאלארן אויף שווייצע פראנק, און דער מגיד שיעור האט אויסגערעכנט די גענויע סכום וויפיל די דאלאר איז ווערד, האט מיין טאטע איהם געוואלט געבן א גרעסערע סכום אין דאלארן און ער זאל האלטן די רעשט פאר צדקה, אבער הרב פאזען האט נישט מסכים געווען, זאגענדיג אז קודם וועט ער אויפטוישן מיט א פונקטליכע חשבון, און דערנאך אויב איר ווילט געבן צדקה קענט איר דאס געבן באזונדער.
אין די דעמאלטסדיגע יונגע אויגן פון מיר און מיינע חברים האט דאס אלעס אויסגעקוקט ווי 'תמימות' און א געוויסע סארט 'יעקישע פונקטליכקייט' וואס געהערט צו א מענטש וואס לעבט אין עפעס אן אינטרעסאנטע אטמאספערע וואו ער מאכט א עסק פון יעדע פרוטה... עס האט אונז געדויערט יארן צו פארשטיין אז ניין! דאס איז נישט געווען בלויז תמימות און פאנאטישקייט, דאס איז געווען א איד וואס האט געלעבט מיט די גרעסטע מאָס יושר און צדקות, א ריכטיגער נקי כפים ובר לבב, יענעמ'ס געלט איז געווען ביי איהם הייליג און טייער, און יעדעס ווארט וואס שטייט אין די תורה בנוגע די געלט פון א צווייטע איד האט געטראגן ביי איהם א גרויסע און א הייליגע געוויכט, ביי איהם איז געווען א "דין פרוטה כדין מאה" אזויווי חז"ל זאגן, ווייל ס'שטייט אזוי אין די תורה! ביי איהם איז די זהירות אין יעדע דקדוק הלכה און דין געווען צוליב דער דבר השם! א איד וואס האט געלעבט אין העכערס און אלעמאל געטוהן וואס איז ריכטיג און אויסגעהאלטן על פי תורה און על פי שולחן ערוך, און ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין חכמות אדער א יוצא מן הכלל.
היינט מיט א ניכטערן בליק אויף צוריק פארשטייען מיר אז אט דאס איז געווען יענע געוואלדיגע סיפוק און שלוות הנפש אין וואס דער איד האט געלעבט, ס'איז נישט בלויז א 'צופאַל' פון צוויי פרעמדע תכונות וואס האבן זיך 'געטראפן' אינעם זעלבן מענטש, ניין, נאר אט די אויסגערעכנטע הנהגה, אט דאס לעבן מיט די פילסטע ישרות און זהירות אין יעדן טריט פונעם לעבן, דאס ברענגט פארן מענטש א העכערקייט, א רוחניות'דיגע שמחה און קלארקייט. אזויווי חכמינו ז"ל זאגן אונז שוין אז "אֵין שמחה כהתרת הספיקות", דאס הייסט ווען א מענטש לעבט מיט ספיקות און ער טוט זאכן בלויז 'האלבוועגס' אדער 'בערך' ווייל ער ווייסט נישט פונקטליך וואס ער האט צו טוהן, ער איז אלעמאל מְשַׁעֵר און ער האָפט אז ער טוט ריכטיג, דער לעבט אין א נעפל און א צומישעניש, אבער ווען פארן מענטש איז אלעס קלאר און ליכטיג, ער ווייסט ביי יעדע זאך וויאזוי זיך צו פירן און ער ווייסט פונקטליך וואס ער האט צו טוהן, ביי אזא איינעם הערשט א שמחה און א רואיגקייט, ער איז רואיג און באזעצן און ס'פעלט איהם גארנישט.
און נאכמער, ווען מ'לעבט אזא סארט דערהויבענע לעבן, ווען אויף טריט און שריט פאלגט מען דעם שולחן ערוך און מ'ווייסט וואס א איד האט צו טוהן אין יעדע צייט, קומט אויס אז מ'לעבט א לעבן וואס איז איין שטיק דביקות און התקשרות צום בורא עולם, ווייל יעדע ריר איז פארבינדן מיט די תורה און מיט'ן ציווי השי"ת, און אז מ'איז דבוק און מקושר צום אייבישטער איז דאָך נישט קיין וואונדער פון וואו עס נעמט זיך שמחה און צופרידנקייט, ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים י"ט) תּוֹרַת ה' תְּמִימָה מְשִׁיבַת נָפֶשׁ... פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב מִצְוַת ה' בָּרָה מְאִירַת עֵינָיִם, די תורה און מצוות מאכן ליכטיג און פרייליך אויפן הארצן.
אבער ווי געזאגט, דאס קען מען נישט מסביר זיין מיט ווערטער!!! צומאל שטייען מיר און מיר קוקן צו פון די זייט ווי א איד לעבט א העכערע לעבן, מיר זענען מקנא זיין שמחת החיים און זיין שלות הנפש, מיר זעען ווי דער כולל יונגערמאן אדער דער ישיבה בחור לעבט אין עפעס א העכערע אטמאספערע, מען זעהט ווי ער שעפט ממש א תענוג ביים לערנען, ער לעבט אין א דאווענען, און ער דערקוויקט זיך מיט א שבת קודש... עס זעהט אויס אזוי זיס און ליכטיג ביי איהם, און מיר ווילן וויסן און ארויסהאבן וויאזוי שפירט אט די דערהויבענע טעם? וואס פילט ער דארט? וואס קענען מיר טוהן דאס אויך צו שפירן אליינס?. דער תירוץ איז "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'" דאס מוז מען אליינס טועם זיין און מיטלעבן, מ'מוז דאס מרגיש זיין כדי ארויסצוהאבן דעם טעם, ווייל אנדערש וועלן מיר דאס קיינמאל נישט קענען משיג זיין.
און וויאזוי איז מען משיג די רוחניות'דיגע מתיקות? דער תירוץ איז, וְאֵלֶּה הַמִּשְׁפָּטִים! טאקע דורך די פילע דינים און פרטים וואס באגלייטן דעם איד אינעם עולם המעשה והמסחר! ווייל נאר דאס איז די המשך און די 'כלי' צו קענען אנהאלטן ווייטער קבלת התורה און מעמד הר סיני. דאס הייסט ווען כלל ישראל גייט שוין אוועק פונעם בארג סיני, מיר קערן זיך צוריק צום טאג טעגליכע לעבן, דארט מוזן מיר נעמען אין די הענט אריין די הנהגות פון א איד, די דינים, הלכות, מנהגים, וואס באגלייטן אונז אויף טריט און שריט, און טאקע איבערהויפט ווען א איד זיצט נישט אין בית המדרש, ער איז פארנומען מיט האנדלען און וואנדלען, דארט איז זיין דביקות און התקשרות צו השי"ת און צו די תורה דורכ'ן היטן די אלע דקדוקי הלכות און דינים וואס זענען נוגע כמעט יעדע איינציגסטע מינוט אין טאג. דא היט ער זיך פון שעדיגן יענעם, דא האלט ער זיך צוריק פון אונאת דברים אדער אונאת ממון נישט וויי צו טוהן אדער אוסנארן א צווייטן, דא גיבט ער אכטונג פון א חשש רבית, דא גיבט ער אכטונג פון א דבר שקר, און אזוי ווייטער וואו מ'ברענגט אריין דביקות הבורא ברוך הוא ביי יעדן פְּרַט פונעם טאג, און דאס וועט אונז טאקע ברענגן אט צו לעבן און שפירן דעם "טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה'", ווייל דורך אזא סארט הנהגה קומט מען צו מרגיש צו זיין די מתיקות און טובת ה' ווי פריער געשמועסט.
און טאקע דערפאר רעכנט אויס די תורה הקדושה די אלע טאג טעגליכע דינים און הלכות וואס זענען נוגע בעיקר בין אדם לחבירו און דווקא אינעם פעלד פון געלט און גשמיות, ווייל דארט איז די אויפגאבע פון א איד צו לעבן מיט די פונקטליכקייט און קלארקייט וואס די תורה הקדושה גיבט אונז, און נישט בלויז ווען מ'זיצט אין בית המדרש אדער ווען מ'שטייט ביים בארג סיני אדער ביים משכן וואו די קדושה שיינט און לייכט אָפן. אדרבה דאס איז די קשר און פארבינדונג וואס וועט אונז טראגן ווייטער פון קבלת התורה און וועט אונז ברענגן נענטער צו די השראת השכינה פונעם משכן, ווען מיר וועלן זיך פירן מיט די תורה'דיגע וועג פון לעבן אויף יעדע טריט און שריט.
און צוליב דעם הייבט אָן די תורה הקדושה מיט אֲשֶׁר תָּשִׂים לִפְנֵיהֶם און ווי רש"י ברענגט פון חז"ל אז משה רבינו איז באפוילן געווארן אויסצולערנען די אלע דינים פאר כלל ישראל "כשלחן הערוך ומוכן לאכול לפני האדם" ווי א טיש וואס איז שיין געדעקט און אלעס ליגט געשמאק אנגעגרייט צום עסן, דאס הייסט, אז משה רבינו דארף אונז צופירן דערצו און ווייזן דעם טַעֲמוּ וּרְאוּ כִּי טוֹב ה', ער דארף אונז ברענגן צו הערליכן טיש מיט אלע גוטע זאכן, און זאגן, אדרבה, איבערצייגט אייך אליינס, זייט נאר טוֹעֵם דערפון, זעצט אייך צו צום טיש און פאנגט אָן געניסן פון דעם לעכטיגן זיסן לעבן וואס השי"ת האט אנגעגרייט פאר אייך אויב וועט איר נאר מקיים זיין די אלע דינים און הלכות וואס וועלן אייך ריכטיג פארבינדן און מקשר זיין צו איהם, און וועלן אייך ברענגן א שמחה און א שלוה אין אייער טאג טעגליכע לעבן על פי תורה.
און בדרך רמז קענען מיר גוט פארשטיין דערמיט, פארוואס טאקע שטייט וַיֹּאמְרוּ כֹּל אֲשֶׁר דִּבֶּר ה' נַעֲשֶׂה וְנִשְׁמָע דא צום סוף נאך די אלע הלכות און דינים פון אונזער פרשה, ווייל די תורה הקדושה וויל אונז לערנען אז קודם דארף מען טוהן, מען דארף אריינשפרינגען דערין און נעמען אויף זיך די אלע דינים און מצוות אינעם טאג טעגליכע לעבן, און נאכדעם איז מען זוכה צו "ונשמע" צו דערהערן און פארשטיין און משיג זיין די ריכטיגע טעם און מתיקות דערפון! דאס איז א זאך וואס מ'קען נישט מסביר זיין מיט קיין דיבורים, מ'דארף פשוט טוהן און טוהן און לעבן דערמיט. און ווי מיר האבן פריער דערמאנט אז עס שטייט א סך הכל פון דריי מאל "נעשה", און נאר נאכן טוהן למעשה איינמאל און נאכאמאל וועט מען זוכה זיין צוצוקמען צו די בעסטע 'ונשמע' און צו די בעסטע הבנה און הרגשה אינעם גוטן טעם וואס די תורה ומצוות ברענגן מיט זיך, צו לעבן א לעבן פון שלוה און העכערקייט און זיך מתענג זיין מיט די פִּקּוּדֵי ה' יְשָׁרִים מְשַׂמְּחֵי לֵב.
לסיכום געדענק:
• געוויסע זאכן קען מען בכלל נישט מסביר זיין מיט ווערטער, בפרט אין רוחניות, מ'מוז עס טוהן און מיטלעבן כדי צו פילן און פארשטיין די מתיקות דערפון.
• ווען א איד איז מקיים די פילע דינים און פרטים וואס זענען נוגע אינעם עולם המסחר און דיני ממונות, לעבט ער א העכערע סארט לעבן פיל מיט דביקות בה'.
• ווען מ'פירט זיך על פי תורה איז מען זוכה מרגיש צו זיין און שפירן באמת דעם פיקודי ה' ישרים משמחי לב.
א לעכטיגע שבת קודש!
זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה tiferenblik@gmail.com