בלאט 1 פון 2
לא תהא תורה אחרת? נישט אין כדתיא! [פאלשע צעטל; אמת'ע פאקטן]
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 5:37 pm
דורך קהל'ס נער
לאור די באזיך פון האדמו"ר מבאבוב אין לונדון האט כדתיא מכשיר געוועהן די עירוב אין לונדון, בלויז פאר באבובער געסט און נישט פאר די לאקאלע איינוואוינער.
איז ממה נפשך אויב איז די עירוב פסול וויאזוי זענען זיי מתיר די באבובע געסט צי טראגן, און אויב איז עס כשר פארוואס טארן די לאקאלע איינוואוינער נישט טראגן?
#היפאקריסי_בעיצומו
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 6:36 pm
דורך Visionary
קהל'ס נער האט געשריבן:לאור די באזיך פון האדמו"ר מבאבוב אין לונדון האט כדתיא מכשיר געוועהן די עירוב אין לונדון, בלויז פאר באבובער געסט און נישט פאר די לאקאלע איינוואוינער.
איז ממה נפשך אויב איז די עירוב פסול וויאזוי זענען זיי מתיר די באבובע געסט צי טראגן, און אויב איז עס כשר פארוואס טארן די לאקאלע איינוואוינער נישט טראגן?
#היפאקריסי_בעיצומו
און אויב קענען זיי טראגן און לאנדאן קענען זיי אויך טראגן אין בארא פארק.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 6:53 pm
דורך מתבודד
"אישורים מיוחדים" ???
כ'קען נישט גלייבן די צעטל איז אמת. אויב יא זעמיר אין בעעעעד שעיפ.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 7:01 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס שעירסטו זאכן וואס זענען קלאר פאלטש ווי כאילו ס'איז עכט???
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 7:48 pm
דורך קהל'ס נער
ששון ושמחה האט געשריבן:פארוואס שעירסטו זאכן וואס זענען קלאר פאלטש ווי כאילו ס'איז עכט???
א צעטיל מיט א לעדערהעד איז בחזקת אמת עד שיודע אז ס'איז נישט, די ווייסט אז ס'איז נישט אמת? אדרבה, העט מען עס מעקן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 7:52 pm
דורך קהל'ס נער
די עולם טענה'ט אז ס'איז פאלש, זאל איך אויסמעקן די אשכול?
אויב איז עס פאלש וויל איך נישט פארשפרייטן פעיק ניוז, אבער ווער זאגט ס'טאקע פאלש?
און אויב איז עס אמת דארף מען טאקע זיי אויספראקן ברבים, וואס טיט מען אין אזא פאל?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 7:57 pm
דורך מתבודד
קהל'ס נער האט געשריבן:ששון ושמחה האט געשריבן:פארוואס שעירסטו זאכן וואס זענען קלאר פאלטש ווי כאילו ס'איז עכט???
א צעטיל מיט א לעדערהעד איז
בחזקת אמת עד שיודע אז ס'איז נישט, די ווייסט אז ס'איז נישט אמת? אדרבה, העט מען עס מעקן.
אין וועלכע וועלט לעבסטו????
אבער מעק נישט, בפרט נאך וואס ס'איז נתברר כשמלה...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 8:25 pm
דורך קהל'ס נער
מתבודד האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:ששון ושמחה האט געשריבן:פארוואס שעירסטו זאכן וואס זענען קלאר פאלטש ווי כאילו ס'איז עכט???
א צעטיל מיט א לעדערהעד איז
בחזקת אמת עד שיודע אז ס'איז נישט, די ווייסט אז ס'איז נישט אמת? אדרבה, העט מען עס מעקן.
אין וועלכע וועלט לעבסטו????
אבער מעק נישט, בפרט נאך וואס ס'איז נתברר כשמלה...
ברודער, די האסט טראסט אישוס, א נערמאלע מענטש איז בחזקת כשרות עד שיוחזק שקרן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 8:37 pm
דורך מתבודד
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 8:42 pm
דורך קהל'ס נער
מתבודד האט געשריבן:יא יא. עיין
כאן
.
גאו עהעד, נעם ארויס מיינע ווערטער פון קאנטעקסט, די ביסט שוין טאקע מוחזק שקרן.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 8:43 pm
דורך החוקר
קהל'ס נער האט געשריבן:ששון ושמחה האט געשריבן:פארוואס שעירסטו זאכן וואס זענען קלאר פאלטש ווי כאילו ס'איז עכט???
א צעטיל מיט א לעדערהעד איז בחזקת אמת עד שיודע אז ס'איז נישט, די ווייסט אז ס'איז נישט אמת? אדרבה, העט מען עס מעקן.
צדיק דיין בול*יט דעטעקטאר איז
צובראכן סארי, האט קיינמאל נישט געארבעט.
כאנישט קיין אהנוג וויאזוי מען קען אפילו קלערן אז דאס איז עכט.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 8:47 pm
דורך קהל'ס נער
החוקר האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:ששון ושמחה האט געשריבן:פארוואס שעירסטו זאכן וואס זענען קלאר פאלטש ווי כאילו ס'איז עכט???
א צעטיל מיט א לעדערהעד איז בחזקת אמת עד שיודע אז ס'איז נישט, די ווייסט אז ס'איז נישט אמת? אדרבה, העט מען עס מעקן.
צדיק דיין בול*יט דעטעקטאר איז
צובראכן סארי, האט קיינמאל נישט געארבעט.
כאנישט קיין אהנוג וויאזוי מען קען אפילו קלערן אז דאס איז עכט.
עגעין, איך האב נישט קיין פראבלעים צו עס מעקן אויב סע פאלטש.
דערווייל האט נאך קיינער נישט געברענגט פון א נערמאלע מקור אז סאיז פאלש, חוץ פון זאגן א ס'קלאר פאלש, און ווי קען מען אפילו קלערן אז סאיז עכט.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 9:01 pm
דורך הקטן
קהל'ס נער האט געשריבן:
עגעין, איך האב נישט קיין פראבלעים צו עס מעקן אויב סע פאלטש.
דערווייל האט נאך קיינער נישט געברענגט פון א נערמאלע מקור אז סאיז פאלש, חוץ פון זאגן א ס'קלאר פאלש, און ווי קען מען אפילו קלערן אז סאיז עכט.
די שאלה איז וואו איז דאס פאבליזייסט
פין וואו קימט דאס?
א נערמאלע מקור??
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 9:48 pm
דורך מתבודד
ס'איז שווער צו אנווייזן פונקט ווי די שקר שיינט ארויס ווען יעדע ווארט איז געשריבן מתוך ליצנות, אבער לאמיר פרובירן.
"אישורים מיוחדים" איז ענדערש עפעס וואס מ'גיט פאר רבנים צו אריינקומען דורך די מעין ענטרענס צום מעמד, אדער עפעס וואס באשטעטיגט אז דיין הויז האט נאר ערליכע 'כלים' און דיין קינד קען אנגענומען ווערן אינעם מוסד. א אישור צו טראגן מיטן עירוב איז.. הםםםם... WEIRD.
די חזרה אז תושבי עירנו מעגן נישט טראגן, איז ווייטער אזא גירא בעינא סטייל פליק און חוזק, און וואלט קיינמאל נישט געשטאנען אויף א אפציעלע צעטל.
די קורצע טריקענע ברכה ביים סוף איז אויך שלא כדרכי חותמי קול קורא'ס וואס זענען ביזי מיט לאנגע ברכות (וקללות...)
כ'האף ס'גענוג קלאר.
@קהל'ס, די חזקה אז א צעטל איז אמת איז גילטיג אויב די זעסט עס הענגן אויפן וואנט פון ביהמ"ד אדער אינעם 'איד'. א צעטל וואס פארט ארום אויף וואטסעפפ (אזויווי לכא' צעטיל דינן) איז מער מאל ליצנות ווי אמת.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 9:59 pm
דורך מתבודד
ס'געווען א טעות, נישט קיין עוולה.
imho
אבער עניוועי שכ'ח פארן פארעכטן דעם קעפל.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 16, 2023 11:57 pm
דורך ודברת בם
הלכה ואין מורין כן.
יעצט פרעגסטו פארוואס איז דא אז הלכה און צו איז די הלכה אויך אז די הלכה פון הלכה ואין מורין כן, אין מורין כן. גיי מיר הערן א שיעור זונטאג אויף די נושא.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 9:17 am
דורך [NAMELESS]
קונטרס מיט בירור פארוואס מ'מעג מאכן א עירוב די וואך
ליצי ליצנות
https://drive.google.com/drive/u/0/mobi ... sp=sharing
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 9:41 am
דורך איך אויך
אין פאקט האט מען היינט מתקן געווען א צייטווייליגע עירוב דארט אויף עגערטאן ראוד, איז די צעטל שוין גארנישט אזוי ראנג.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 9:49 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 11:05 am
דורך איך אויך
דער קונטרס שרייבער איז א פיינע לץ.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 3:15 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן:החוקר האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:ששון ושמחה האט געשריבן:פארוואס שעירסטו זאכן וואס זענען קלאר פאלטש ווי כאילו ס'איז עכט???
א צעטיל מיט א לעדערהעד איז בחזקת אמת עד שיודע אז ס'איז נישט, די ווייסט אז ס'איז נישט אמת? אדרבה, העט מען עס מעקן.
צדיק דיין בול*יט דעטעקטאר איז
צובראכן סארי, האט קיינמאל נישט געארבעט.
לאגיש וואלט געווען צו זאגן אז די צעטל איז פאלש. ס'איז א בחינה פון וואס די גמ' רופט אן..." (א"כ) נתת דבריך לשיעורין"... בערל מעג יא. פייוול, נישט. די תורה ארבעט נישט אזוי.
נאר כדתיא האט מיט לאגיק זייער ווייניג איינגעשטויסן. וויאזוי דער פאליטישער ווינט בלאזט אויף די מינוט.
כאנישט קיין אהנוג וויאזוי מען קען אפילו קלערן אז דאס איז עכט.
עגעין, איך האב נישט קיין פראבלעים צו עס מעקן אויב סע פאלטש.
דערווייל האט נאך קיינער נישט געברענגט פון א נערמאלע מקור אז סאיז פאלש, חוץ פון זאגן א ס'קלאר פאלש, און ווי קען מען אפילו קלערן אז סאיז עכט.
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 4:40 pm
דורך הקטן
איך אויך האט געשריבן:דער קונטרס שרייבער איז א פיינע לץ.
ואע"פ שמיגו להוציא לא אמרינן
נשלח: פרייטאג פעברואר 17, 2023 4:49 pm
דורך בן נון
וואס איז דאס אנדערש פון די סאטמארע שבת חול המועד עירוב
שבת חול המועד מעג מען אפעציעל מאכן א עירוב אין וויליאמסבורג