בלאט 1 פון 2

מ'דארף זיין איינגעשריבן צו זעהן די פארומס

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:36 am
דורך מנהל
צוליב טעכנישע סיבות וועט מען די נעקסטע שטיק צייט דארפן זיין רעגיסטרירט און איינגעשריבן צו קענען זעהן די קאווע שטיבל פארומס.

מיט אנטשולדיגונג.

זיך צו איינשרייבן אדער רעגיסטרירן, קליק דא:
http://www.kaveshtiebel.com/ucp.php?mode=login

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:38 am
דורך תרמב
איך האף אז דאס מיינט אז קאווע שטיבל גייט אין די פוסטריט פון אייוועלט און מאכט א פרישע אפדעיט אויף די סייט...

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 3:46 am
דורך מתבודד
אייוועלט גייט אין די פיסטריט פון ק"ש מיטן צולייגן די 'לייק' אפציע וואס ק"ש האט שוין ווייסעכוויפיל יאר.

נשלח: זונטאג פעברואר 19, 2023 10:06 pm
דורך קרן זוית
.

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 9:27 am
דורך מנהל
היות עס זענען פאראן אסאך רעגיסטראציעס, ווילן מיר דערמאנען אז אויב מ'פילט נישט אויס דעם פארום ווי עס דארף צו זיין קענען מיר נישט אקטיוויזירן. שרייבן א מינימום פון ארום פערציג ווערטער כהוגן דארף יעדער קענען באווייזן.

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 1:19 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
דאס גייט שטענדיג אזוי בלייבן? אז מ'מוז זיין איינגעשריבן צו קענען ליינען? אדער איז עס נאר פראפעזאריש??

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 1:55 pm
דורך מנהל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דאס גייט שטענדיג אזוי בלייבן? אז מ'מוז זיין איינגעשריבן צו קענען ליינען? אדער איז עס נאר פראפעזאריש?
דערווייל זעהט עס מיר אויס גאנץ גוט אזוי. אדרבה, וואס זאגט דער עולם?

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 2:08 pm
דורך תרמב
מיין אפיניאן איז אז קאווע שטיבל גייט צוביסלעך פארגעסן ווערן פונעם עולם'ס געוויסן, ווייל נאר די איינגעשריבענע וועלן וויסן דערפון צו זאגן, די אלע וואס פאלן אמאל אריין דא דארטן און האבן נישט געמאכט קיין ניק'ס גייען אנעמען די סייט אלס א זאך וואס עקזיסטירט שוין נישט, און ס'איז דא גאר אסאך אזעלכע אידן, מיט די צייט וועט ווערן די טרעפיק ווייניגער און ווייניגער.

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 3:07 pm
דורך קהל'ס נער
תרמב האט געשריבן:מיין אפיניאן איז אז קאווע שטיבל גייט צוביסלעך פארגעסן ווערן פונעם עולם'ס געוויסן, ווייל נאר די איינגעשריבענע וועלן וויסן דערפון צו זאגן, די אלע וואס פאלן אמאל אריין דא דארטן און האבן נישט געמאכט קיין ניק'ס גייען אנעמען די סייט אלס א זאך וואס עקזיסטירט שוין נישט, און ס'איז דא גאר אסאך אזעלכע אידן, מיט די צייט וועט ווערן די טרעפיק ווייניגער און ווייניגער.
וועט מען עס דעמאלט צורוק עפענען פארן פובליק פאר אפאר חדשים צו טועם זיין

נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 5:25 pm
דורך ששון ושמחה
תרמב האט געשריבן:מיין אפיניאן איז אז קאווע שטיבל גייט צוביסלעך פארגעסן ווערן פונעם עולם'ס געוויסן, ווייל נאר די איינגעשריבענע וועלן וויסן דערפון צו זאגן, די אלע וואס פאלן אמאל אריין דא דארטן און האבן נישט געמאכט קיין ניק'ס גייען אנעמען די סייט אלס א זאך וואס עקזיסטירט שוין נישט, און ס'איז דא גאר אסאך אזעלכע אידן, מיט די צייט וועט ווערן די טרעפיק ווייניגער און ווייניגער.
גוטע פוינט אבער למעשה זעה איך א מעלה אז מ'דארף זיין אריענגעסיינט. כ'מייו אז די וואך איז געוועהן היבש מער לייקס ווי געווענטליך.

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 9:49 pm
דורך וויליאמסבורגער
כ'קען זאגן פון מיין אייגענע עקספיריענס אז כאטש איך באזוך כמעט יעדן טאג דא, סיין איך מיך כמעט נישט אריין. אבער די וואך בין איך געווען געצווינגען אריינצוסיינען האב איך שוין געשריבן א תגובה'לע און געווארפן אפאר לייקס....

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 10:00 pm
דורך קאצקע ציקער
תרמב האט געשריבן:מיין אפיניאן איז אז קאווע שטיבל גייט צוביסלעך פארגעסן ווערן פונעם עולם'ס געוויסן, ווייל נאר די איינגעשריבענע וועלן וויסן דערפון צו זאגן, די אלע וואס פאלן אמאל אריין דא דארטן און האבן נישט געמאכט קיין ניק'ס גייען אנעמען די סייט אלס א זאך וואס עקזיסטירט שוין נישט, און ס'איז דא גאר אסאך אזעלכע אידן, מיט די צייט וועט ווערן די טרעפיק ווייניגער און ווייניגער.
און אפשר די מענטשן וואס קימען ליינען נאר דא און דארט און געבן גארנישט צו אפשר דארפן אונדז נישט זיי?

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 11:02 pm
דורך וואלווי
קאצקע ציקער האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:מיין אפיניאן איז אז קאווע שטיבל גייט צוביסלעך פארגעסן ווערן פונעם עולם'ס געוויסן, ווייל נאר די איינגעשריבענע וועלן וויסן דערפון צו זאגן, די אלע וואס פאלן אמאל אריין דא דארטן און האבן נישט געמאכט קיין ניק'ס גייען אנעמען די סייט אלס א זאך וואס עקזיסטירט שוין נישט, און ס'איז דא גאר אסאך אזעלכע אידן, מיט די צייט וועט ווערן די טרעפיק ווייניגער און ווייניגער.
און אפשר די מענטשן וואס קימען ליינען נאר דא און דארט און געבן גארנישט צו אפשר דארפן אונדז נישט זיי?
איינער וואס איז נישט מגיב ווייל ער איז נישט אריין געסיינט, דארפן אונז נישט יענעם? ער מוז עפעס צו געבן כדי צו הנאה האבן?

זיי ווען איז א פובליק פארום א חשבון פון הוצאה והכנסה...?

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 11:14 pm
דורך קאצקע ציקער
וואלווי האט געשריבן:זייט ווען איז א פובליק פארום א חשבון פון הוצאה והכנסה...?
חס ושלום, אבער אונז גיימיר נישט מאכן חשבונות לכבוד יענעם וואס גייט גארנישט צוגעבן בעת ווען מען דארף זיך יא איינשרייבן וועט ברענגען מער מענטשן. ופשוט הוא.

נשלח: מוצ"ש מערץ 04, 2023 11:22 pm
דורך וואלווי
כ'בין מסופק צו איינגעשריבענע וועט ברענגן מער מענטשן צום טיש. דא שרייבן זיך איין טויזענטע נפשות און קיין תגובה הערט מען נישט פון זיי. אונזער טרעפיק באשטייט פון די זעלבע הונדערט(ע) וואס זענען אקטיוו און האלטן דאס פלאץ לעבעדיג. אז מ'וועט פארלאנגן רעדזשיסטראציע וועט עס קיין סך נישט צו געבען ווייל ווער ס'וויל באמת זיך משתתף זיין וועט זיך סיי ווי איינשרייבן.

בקיצור, איינשרייבן איז נישט קיין קוואל פאר טרעפיק.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 12:06 am
דורך מנהל
די עולם זאגט גוטע סברות לכאן ולכאן. כ'טראכט אז מ'דארף ווען טרעפן א מיטל וועג: אז ק"ש זאל מער ווייניגער זיין אפן אפילו ווען מ'איז נישט איינגעשריבן, אבער ס'וועט זיין בענעפיטן צו זיין איינגעשריבן. אפשר געוויסע פארומס זאל מען נאר קענען זעהן ווען מ'איז איינגעשריבן, צב"ש העמק דבר. וואס נאך?

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 2:35 am
דורך תרמב
העמק דבר קענסטו לאזן אפן, ווער ס’האט וואס צוצוגעבן דארט וועט שוין אנקומען אהין, פרוביר נאר צו פארשפארן די צימעס סארט אשכולות, ארונים זאלונים, קרישעסבסקי וכדומה, דעמאלטס...

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 2:50 am
דורך מתבודד
אראפנעמען די אפציע פון זען נייע און אקטיווע אשכולות קען אויך שטיפן איינעם זיך איינשרייבן.

כשלעצמי פארשטיי איך זייער שטארק די פוינט פון נישט לאזן זען אן זיין אריינגעשריבן. אלס די פלאטפארמע וואס גיט אן ארט צו דיסקוסירן און דערציילן איבער וויכטיגע נושאים וואס זענען אפט אינטערן קארפעט, איז וויכטיג אז ווי מער מענטשן זאלן קענען צולייגן זייערע ידיעות אויף זאכן ווייל די ידיעות און פאקטן זענען געווענליך נישט אזוי פארשפרייט ווי די פראפאגאנדירטע נסיעה וואס אדמו"ר פלוני נעמט אינטער צו מקומות הק'... איז אפי' איינער שרייבט גאר וויייניג, אויב האט ער וויכטיגע אינפא וואס ער קען מיטטיילן און וועט עס שוין טון ווייל ער איז במילא אריינגעסיינט האט זיך שוין געלוינט. ודוק.
און ווי ס'איז רגיל בפי ה@מנהל אז צו שרייבן 40 ווערטער דארף מען נישט מער ווי א קיבאורד און א פיצי שכל...
___
ועכ"ז בטלה דעתי בפני דעת רוב החברים.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 8:00 am
דורך היסטאריע
.

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 8:11 am
דורך טאמבל סאס
כ'האב מורא אז דאס האט צוטוהן מיט וויאזוי די סוירטש ענזשינס וועלן ליעבלען דעם פלאץ. מסתמא א ניט-פיקינג מסירה פון אפאר פרומאקעס וואס זוכן צו איבערצייגן די ענדזשינס צו קאטעגאריזירן דעם פלאץ אלס שמוציג..

נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 6:24 pm
דורך רימון
תרמב האט געשריבן:מיין אפיניאן איז אז קאווע שטיבל גייט צוביסלעך פארגעסן ווערן פונעם עולם'ס געוויסן, ווייל נאר די איינגעשריבענע וועלן וויסן דערפון צו זאגן, די אלע וואס פאלן אמאל אריין דא דארטן און האבן נישט געמאכט קיין ניק'ס גייען אנעמען די סייט אלס א זאך וואס עקזיסטירט שוין נישט, און ס'איז דא גאר אסאך אזעלכע אידן, מיט די צייט וועט ווערן די טרעפיק ווייניגער און ווייניגער.
דערווייל איז דער מציאות פארקערט, ק"ש האט אויפגעלעבט.

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2023 11:20 pm
דורך שמעקעדיג
מתבודד האט געשריבן:אייוועלט גייט אין די פיסטריט פון ק"ש מיטן צולייגן די 'לייק' אפציע וואס ק"ש האט שוין ווייסעכוויפיל יאר.
אגב, אייוועלטס לייק סיסטעם איז אביסל בעסער ווי ק"ש, בעיקר מיט דעם חלק אז די פעידזש דארף זיך נישט ריפרעשן ביי א לייק.

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2023 12:35 am
דורך שמן למאור
מתבודד האט געשריבן:אראפנעמען די אפציע פון זען נייע און אקטיווע אשכולות קען אויך שטיפן איינעם זיך איינשרייבן.

כשלעצמי פארשטיי איך זייער שטארק די פוינט פון נישט לאזן זען אן זיין אריינגעשריבן. אלס די פלאטפארמע וואס גיט אן ארט צו דיסקוסירן און דערציילן איבער וויכטיגע נושאים וואס זענען אפט אינטערן קארפעט, איז וויכטיג אז ווי מער מענטשן זאלן קענען צולייגן זייערע ידיעות אויף זאכן ווייל די ידיעות און פאקטן זענען געווענליך נישט אזוי פארשפרייט ווי די פראפאגאנדירטע נסיעה וואס אדמו"ר פלוני נעמט אינטער צו מקומות הק'... איז אפי' איינער שרייבט גאר וויייניג, אויב האט ער וויכטיגע אינפא וואס ער קען מיטטיילן און וועט עס שוין טון ווייל ער איז במילא אריינגעסיינט האט זיך שוין געלוינט. ודוק.
און ווי ס'איז רגיל בפי ה@מנהל אז צו שרייבן 40 ווערטער דארף מען נישט מער ווי א קיבאורד און א פיצי שכל...
___
ועכ"ז בטלה דעתי בפני דעת רוב החברים.
טאקע צוליב דיין סברה איז בעסער אז ווי מער מענטשן זאלן קענען זען און ליינען די וויכטיגע נושאים וואס ווערן דא אויסגעשמועסט, לאו דוקה אויב מ'איז אריינגעסיינט.