בלאט 1 פון 1

חינוך, מיט גראדקייט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 10:39 am
דורך אלע צוזאמען
לערענדיג יעדן טאג א פרישע בלאט גפ''ת, טרעפט מען יעדע שטיק צייט נאך אן אינטערסאנטע, אדער נישט באקאנטע גמרא וואס בעהט זיך 'זיי מיר מפרש, קוק אביסל טיפער' היינט איז געווען אזא טאג.

מסכת נזיר כט. די גמרא רעדט ארום אז א טאטע זאל מאכן זיין זון פאר א נזיר, דווקא די אב און נישט די אם ווייל מצוות חינוך ליגט אויפן טאטן, איז דא א מחלוקה צווישן די צוויי שוואגער'ס ר' יוחנן און ריש לקיש', די גמרא פרעגט עטליכע קשיות אויף 'ריש לקיש', אמאי, 'לא תקיפו פאת ראשכם', ענטפערט ער אפשערן די גאנצע קאפ איז נאר א דרבנן, חינוך איז דוחה, פרעגט מען ווייטער, דאס קינד עט ברענגן חולין לעזרה, די תירוץ, ס'נאר א דרבנן וואס חינוך איז דוחה.

'ריש לקיש' זעהט מען האלט שטארק פון חינוך, אזש ס'קען אפילו אוועקשטופן מצוות, נישט סתם חומרות אדער שיינע מנהגים, אבער פלוצלינג ווערט ער קאלט צו די געוואלדיגע זכיה און חוב וואס ליגט אויף א טאטע, די משנה זאגט, אז די קרובים פונעם קינד, קענען מבטל זיין די נזירות, די טעם, 'לא ניחא ליה', וואס איז 'לא ניחא ליה', ווייל א נזיר, ווען ער ענדיגט דארף זיך פולשטענדיג שערן, און דאס קען זיין א בושה פארן קינד, ארומגיין אפגע'גאלט אויפן גאס משום הכי יכולה למחות, פארשעמען א קינד, מבייש זיין א משפחה, פאר דיינע פרומקייטן, אפילו מ'רעדט דא פון חינוך, עפעס וואס איז אויפן גאנצן לעבן, דאס האט נישט קיין פשט, דאס האט מען נישט מתיר געווען, ווילאנג דיינע צוגעלייגטע שטיקלעך צו אידישקייט עפעקט נאר דיך, ביסטו קדוש, אויפן גוטן און ריכטיגע וועג, ס'שטערט דיינע ארומיגע, ס'קריכט זיי אויף די נערווען, סליחה אבער איר זענט פארקראכן.
נאך צוויי נקודות, נאר די טאטע קען מנזיר זיין א קינד, די מאמע נישט, פארוואס, ווייל א פרוי ווערט זייער שנעל איבערגענומען, די כלה טיטשער האט געזאגט, סוף פסוק, רעבעצין..... האט נעכטן קלאר געזאגט אז ביים נעמען חלה זאל מען דאס און דאס זאגן, און אזוי צו אזוי טראכטן, די מגידות'טע אויפן האטליין האט גע'דרשנט אז א נזיר איז א געווינטשענע זאך, לאמיר מאכן דאס קינד א נזיר, אנטשולדיגט, רואיג, זיך אליינס קען זי מאכן פאר א נזיר, און אפילו דאן קען עס די מאן צושטערן, אבער דאס קינד, זי דארף זיך דורך רעדן מיט'ן מאן, מיט'ן שכל, און נישט לאזן דאס געפיל ראנען און רואינירן די לעבן.

און צום לעצט, דארף מען כאפן א בליק, ווער איז די בעל הממרא, 'ריש לקיש' ער וואס ער האט נישט באקומען קיין צו גוטע חינוך אינדערהיים, נאר אזא איינער האט פארשטאנען די וויכטיגקייט פון געבן א גוטן חינוך 100% אויפן אויסגעהאלטענעם וועג.

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:47 pm
דורך חדשים

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 4:54 pm
דורך אלע צוזאמען
חדשים האט געשריבן:פון אייוועלט
ברוך שכוונתי

נשלח: דינסטאג פעברואר 21, 2023 6:39 pm
דורך הקטן
אלע צוזאמען האט געשריבן: 'ריש לקיש' זעהט מען האלט שטארק פון חינוך, אזש ס'קען אפילו אוועקשטופן מצוות, נישט סתם חומרות אדער שיינע מנהגים, אבער פלוצלינג ווערט ער קאלט צו די געוואלדיגע זכיה און חוב וואס ליגט אויף א טאטע, די משנה זאגט, אז די קרובים פונעם קינד, קענען מבטל זיין די נזירות, די טעם, 'לא ניחא ליה', וואס איז 'לא ניחא ליה', ווייל א נזיר, ווען ער ענדיגט דארף זיך פולשטענדיג שערן, און דאס קען זיין א בושה פארן קינד, ארומגיין אפגע'גאלט אויפן גאס משום הכי יכולה למחות, פארשעמען א קינד, מבייש זיין א משפחה, פאר דיינע פרומקייטן, אפילו מ'רעדט דא פון חינוך, עפעס וואס איז אויפן גאנצן לעבן, דאס האט נישט קיין פשט, דאס האט מען נישט מתיר געווען...
ריש לקיש' האלט שטארק פון חינוך און אויב פארשעמסטו דעם קינד וועט ער נישט נעמען פין דיר קיין חינוך
מעגליך אויב לטובת די לאנג טערם חינוך פינעם קינד וואלט ווען פארשעמען געווען א תועלת וואלט דאס ריש לקיש הייליג אינדארסד

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:12 am
דורך אלע צוזאמען
הקטן האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן: 'ריש לקיש' זעהט מען האלט שטארק פון חינוך, אזש ס'קען אפילו אוועקשטופן מצוות, נישט סתם חומרות אדער שיינע מנהגים, אבער פלוצלינג ווערט ער קאלט צו די געוואלדיגע זכיה און חוב וואס ליגט אויף א טאטע, די משנה זאגט, אז די קרובים פונעם קינד, קענען מבטל זיין די נזירות, די טעם, 'לא ניחא ליה', וואס איז 'לא ניחא ליה', ווייל א נזיר, ווען ער ענדיגט דארף זיך פולשטענדיג שערן, און דאס קען זיין א בושה פארן קינד, ארומגיין אפגע'גאלט אויפן גאס משום הכי יכולה למחות, פארשעמען א קינד, מבייש זיין א משפחה, פאר דיינע פרומקייטן, אפילו מ'רעדט דא פון חינוך, עפעס וואס איז אויפן גאנצן לעבן, דאס האט נישט קיין פשט, דאס האט מען נישט מתיר געווען...
ריש לקיש' זעהט מען האלט שטארק פון חינוך און אויב פארשעמסטו דעם קינד וועט ער נישט נעמען פין דיר קיין חינוך
מעגליך אויב לטובת די לאנג טערם חינוך פינעם קינד וואלט ווען פארשעמען געווען א תועלת וואלט דאס ריש לקיש הייליג אינדארסד
פאר מיר איז שווער צו זעהן ווען פארשעמען א קינד זאל ברענגען לאנג טערמיניגע תועלת.

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:25 pm
דורך ווייסע טויבן
אלע צוזאמען האט געשריבן: נאר די טאטע קען מנזיר זיין א קינד, די מאמע נישט, פארוואס, ווייל א פרוי ווערט זייער שנעל איבערגענומען, די כלה טיטשער האט געזאגט, סוף פסוק, רעבעצין..... האט נעכטן קלאר געזאגט אז ביים נעמען חלה זאל מען דאס און דאס זאגן, און אזוי צו אזוי טראכטן, די מגידות'טע אויפן האטליין האט גע'דרשנט אז א נזיר איז א געווינטשענע .
די קעפל מיטן ארטיקל שטימט עפעס נישט.
ריכטיג אז פרויען ווערן שנעלער איבערגענומען, פון געפילן, צו פון די רעבעציןס דרשה געפילן. זענען די מענער יא מחנך מיט א גראדקייט?


די אשכול פאר זיך, איז זייער שיין, און ריכטיג ארויסגעברענגט.
אבער חינוך פאר זיך, צו מחנך זיין מיט א גראדקייט, איז עקסטערע חכמה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2023 9:35 pm
דורך הקטן
אלע צוזאמען האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן: 'ריש לקיש' זעהט מען האלט שטארק פון חינוך, אזש ס'קען אפילו אוועקשטופן מצוות, נישט סתם חומרות אדער שיינע מנהגים, אבער פלוצלינג ווערט ער קאלט צו די געוואלדיגע זכיה און חוב וואס ליגט אויף א טאטע, די משנה זאגט, אז די קרובים פונעם קינד, קענען מבטל זיין די נזירות, די טעם, 'לא ניחא ליה', וואס איז 'לא ניחא ליה', ווייל א נזיר, ווען ער ענדיגט דארף זיך פולשטענדיג שערן, און דאס קען זיין א בושה פארן קינד, ארומגיין אפגע'גאלט אויפן גאס משום הכי יכולה למחות, פארשעמען א קינד, מבייש זיין א משפחה, פאר דיינע פרומקייטן, אפילו מ'רעדט דא פון חינוך, עפעס וואס איז אויפן גאנצן לעבן, דאס האט נישט קיין פשט, דאס האט מען נישט מתיר געווען...
ריש לקיש' זעהט מען האלט שטארק פון חינוך און אויב פארשעמסטו דעם קינד וועט ער נישט נעמען פין דיר קיין חינוך
מעגליך אויב לטובת די לאנג טערם חינוך פינעם קינד וואלט ווען פארשעמען געווען א תועלת וואלט דאס ריש לקיש הייליג אינדארסד
פאר מיר איז שווער צו זעהן ווען פארשעמען א קינד זאל ברענגען לאנג טערמיניגע תועלת.
ריש לקיש קען דאס אויך נישט זעהן, דערפאר שטימט נישט דיין פעשעטל ודו"ק

Re: חינוך, מיט גראדקייט.

נשלח: מוצ"ש מערץ 11, 2023 8:31 pm
דורך כרם זית
די ארטיקל איז געווען די וואך אין מאמענט מאגאזין.

Re: חינוך, מיט גראדקייט.

נשלח: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:13 pm
דורך כרם זית
.
IMG_20230311_203414.jpg

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 12:38 am
דורך מתבודד
@אלע צוזאמען, די האסט עס אריינגעשיקט??

נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 12:41 am
דורך אלע צוזאמען
מתבודד האט געשריבן:@אלע צוזאמען, די האסט עס אריינגעשיקט??
יא, כ'בין גראדע געווען מסופק צו זיי ע'לן עס אריינלייגן.

Re: חינוך, מיט גראדקייט.

נשלח: מוצ"ש מערץ 25, 2023 11:00 pm
דורך כרם זית
א ליינער מיט א גיטע חרדישע שמעק...בילד

Re: חינוך, מיט גראדקייט.

נשלח: זונטאג מערץ 26, 2023 6:24 am
דורך טאמבל סאס
נאך א מזל ער זאגט נישט מ'זאלט געשריבן: רבי ריש לקיש און רבי ר' יוחנן..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk