חילוקי דעות צווישן ״אָפּטעמיסט״ און דער ״פּעסימיסט״

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

חילוקי דעות צווישן ״אָפּטעמיסט״ און דער ״פּעסימיסט״

שליחה דורך בונה של טוב »

איך וועל שטארק מכיר טובה זיין צו הערן אייער מיינונג - עספּעשעלי פון די יוצא דופן׳ס וואס וואַגן זיך צו קוקן פון גאר אן אנדערן קוק-ווינקל

דא קומט פאָר א געפעכט צווישן צוויי חברים. זיי וואַטשן דעם לינק וואס איך האב דאָ צוגעשטעלט, און האבן גאָר פארקערטע רעאקציעס, און אַמפּערן זיך ארום:

איינער טענה׳ט: ברוך השם מ׳זעהט פּראָגרעס, און איז איבערגליקליך אז זאכן צוביסלעך טוישן זיך פאר בעסער. אוודאי איז ער א האפענונג עדיקט (עקארדינג טאָ סאָם דעות…)

דער צווייטער טענה׳ט: האַק מיר נישט קאָפּ אין וואנט. איך קען זיך אפילו נישט ברענגען צו וואטשן דעם קליפ פּעסט די ערשטע צוויי דריי מינוט. א קולט בלייבט קולט.

דער ערשטער געבט נאָך: ס׳איז ווירקליך שוידערליך צו טראכטן פון די פּערענטיפיקעישן: ווי קינדער זענען ערווארטעט צו פירן זיך כאילו זיי זענען די עלטערן דא אין דעם מצב, בשעת די עלטערן ליידער פירן זיך אפשר ערגער פון קליינע קינדער (*נאך אן עמוידזי קען מען דא צולייגן: די צובראכענע הארץ)

סך הכל - זאגט דער צווייטער ווייטער- ס׳נישטא וואס צו טענה׳ן דא ווייל איך קען זיך אפילו נישט ברענגען צו וואַטשן די גאנצע קליפ. גלייך פון אנפאנג זעהט עס אויס פונקט ווי דאס קינד איז אן אייסיס קעפּטיוו (isis captive)

איך וואלט זייער געוואלט הערן אייער מיינונג. איך פארשטיי דעם צווייטן חבר׳ס טענה אבער איך האלט מיט מיט׳ן ערשטן אז עפעס פּראָגרעס איז אפשר דא, דא.

וואס האלט דער עולם?

https://youtu.be/5VqWP8FP58k
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

װאס מיינט 'פראגרעס'? וואו שטייט מען יעצט? וואו איז מען געשטאנען? און וואס איז די ציל?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

און אפשר זענען ביידע גערעכט? אוודאי איז די ענדגילטיגע ציעל זיך אליינס צו נעמען אין די הענט אריין, אפהאקן מיט די קולט מענטשן, און זיך גיין די אייגן וועגן, אבער דאס מיידל האט אבוויעסלי זיך נישט געקענט אליין אן עצה געבן אן די הילף פון די קולט מענטשן. און מיט אפהאקן מיין איך נישט ממש אפהאקן, מ'גייט זיך פשוט די אייגן וועג און פערטיג. זיי פרעגן מיך אלץ ווען איך קום זיי באזוכן, וואס איז דאס אפהאקן מיט די משפחה? פאלסט קיינמאל אריין אפילו בטעות?! און איך ענטפער זיי חס ושלום, כ'האב קיינמאל נישט אפגעהאקט מיט ענק, אדרבה, עטץ זענטס אלץ וועלקאם מיך צו קומען באזוכן... און זעלבסטפארשטענדליך אז זיי קומען קיינמאל נישט, אלץ מיט אן אנדערן תירוץ... פארשטייסטו? פארוואס זאל איך אריינגיין אין דיין באבל און זיך פילן אומבאקוועם? אז דו ווילסט מיר ממש אזוי שטארק זעהן און דו בענקסט זיך טאקע אזוי שטארק קום דו אריין אין מיין באבל און פיל זיך אומבאקוועם! און די פאר פאמיליע מיטגלידער וואס קומען מיך יא באזוכן ווייס איך אז זיי בענקען זיך טאקע און זיי האבן מיך טאקע ליעב און זיי זוכן נישט סתם משפיע צו זיין אויף מיר פון זייערע נערוון. און דו ווייסט וואס? ווען איך גיי שוין יא אמאל אריינפאלן אינעם געטאו וועל איך נאר זיי גיין באזוכן, די אנדערע קענען זיך האלטן מיט זייערע בויכווייטאג.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

בונה של טוב האט געשריבן:איך וועל שטארק מכיר טובה זיין צו הערן אייער מיינונג - עספּעשעלי פון די יוצא דופן׳ס וואס וואַגן זיך צו קוקן פון גאר אן אנדערן קוק-ווינקל

דא קומט פאָר א געפעכט צווישן צוויי חברים. זיי וואַטשן דעם לינק וואס איך האב דאָ צוגעשטעלט, און האבן גאָר פארקערטע רעאקציעס, און אַמפּערן זיך ארום:

איינער טענה׳ט: ברוך השם מ׳זעהט פּראָגרעס, און איז איבערגליקליך אז זאכן צוביסלעך טוישן זיך פאר בעסער. אוודאי איז ער א האפענונג עדיקט (עקארדינג טאָ סאָם דעות…)

דער צווייטער טענה׳ט: האַק מיר נישט קאָפּ אין וואנט. איך קען זיך אפילו נישט ברענגען צו וואטשן דעם קליפ פּעסט די ערשטע צוויי דריי מינוט. א קולט בלייבט קולט.

דער ערשטער געבט נאָך: ס׳איז ווירקליך שוידערליך צו טראכטן פון די פּערענטיפיקעישן: ווי קינדער זענען ערווארטעט צו פירן זיך כאילו זיי זענען די עלטערן דא אין דעם מצב, בשעת די עלטערן ליידער פירן זיך אפשר ערגער פון קליינע קינדער (*נאך אן עמוידזי קען מען דא צולייגן: די צובראכענע הארץ)

סך הכל - זאגט דער צווייטער ווייטער- ס׳נישטא וואס צו טענה׳ן דא ווייל איך קען זיך אפילו נישט ברענגען צו וואַטשן די גאנצע קליפ. גלייך פון אנפאנג זעהט עס אויס פונקט ווי דאס קינד איז אן אייסיס קעפּטיוו (isis captive)

איך וואלט זייער געוואלט הערן אייער מיינונג. איך פארשטיי דעם צווייטן חבר׳ס טענה אבער איך האלט מיט מיט׳ן ערשטן אז עפעס פּראָגרעס איז אפשר דא, דא.

וואס האלט דער עולם?

https://youtu.be/5VqWP8FP58k
שכח פארן שערן די קליפ, ס'איז זייער ווייטאגליך צו הערן וואס קינדער מאכן ליידער מיט, און עס געבט אנציווייזן וויאזוי עלטערן זאלן דילן מיט אזעלכע סיטואציעס.

איך פארשטיי אבער בכלל נישט וואו עס קומט דא אריין קולט, אייסיס, מיט די אנדערע משוגעסן וואס דו שרייבסט. סך הכל איז דאס א מעשה וואס געשעט ליידער איבעראל, גארנישט מער אין די היימישע וועלט ווי אינדרויסן. דאס אז קינדער ווערן געבוליט און דערנידערט איז ליידער א נחלת הכלל וואס געשעט איבעראל. זייער אסאל מאל גייען די סארט קינדער טאקע או טי די, נעמען זיך צו דראגס, זיכן אטענשאן איבעראל, און לויפן אוועק פון זייער עלטערנס שטוב, א.א.וו.

זייער אסאך עלטערן ווייסן נישט וויאזוי צו דילן מיט אזא זאך, זיי זעען ווי זייער קינד איז ריבעליעס, ער פאר אפ.. ער ווערט א שגץ.. ווערן זיי ברוגז אויף אים און רודפן דאס קינד, אנשטאט איינצוזען אז דאס קינד איז ליידער צעבראכן אויף שברי שברים פון אינעווייניג, און ער דארף נאכמער לאוו ווי אנדערע קינדער.

אין די גויאישע וועלט איז די פראבלעם ממש די זעלבע, נאר אויף א גויאישע נוסח. די טאטע/מאמע האבן האפענונג פאר זייער קינד, זיי ווילן ער זאל גיין שטודירן, זיך בילדן, נעמען א דזשאב, טון למעשה.. און דאס קינד גייט 'או טו די'..; מחמת זיין צעבראכנקייט גייט ער אין באר טשילן מיט דראגס און נקיבות א גאנצע נאכט. ער שימלט אפ זיין טאג אויף טיקטאק ליגנדיג אין בעט, און גאר אסאך עלטערן מאכן אויך די טעות פון דערווייטערן זייער קינד אנשטאט געבן די ריכטיגע לאוו. זיי קענען אויך ארויסווארפן דאס קינד פון שטוב צוליב וואס ער איז א פעליור, זיי וועלן אים מעגליך אויך רודפ'ן און נישט פארשטיין.

איך זע בכלל נישט פארוואס דו מאכסט דאס פאר א אידישע אישו.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

שמן למאור האט געשריבן:.אין די גויאישע וועלט איז די פראבלעם ממש די זעלבע, נאר אויף א גויאישע נוסח. די טאטע/מאמע האבן האפענונג פאר זייער קינד, זיי ווילן ער זאל גיין שטודירן, זיך בילדן, נעמען א דזשאב, טון למעשה.. און דאס קינד גייט 'או טו די'..; מחמת זיין צעבראכנקייט גייט ער אין באר טשילן מיט דראגס און נקיבות א גאנצע נאכט. ער שימלט אפ זיין טאג אויף טיקטאק ליגנדיג אין בעט, און גאר אסאך עלטערן מאכן אויך די טעות פון דערווייטערן זייער קינד אנשטאט געבן די ריכטיגע לאוו. זיי קענען אויך ארויסווארפן דאס קינד פון שטוב צוליב וואס ער איז א פעליור, זיי וועלן אים מעגליך אויך רודפ'ן און נישט פארשטיין.

איך זע בכלל נישט פארוואס דו מאכסט דאס פאר א אידישע אישו.
איך גלייב אז די מערב וועלט איז בעצם איין גרויסע קאפּיטאליסטישע קולט ווי מען באהאנדלט מענטשן כאילו זיי זענען א שטיקל מאראנץ, וואס איז דא פשוט אויסצוקוועטשן און טרינקען זיין זאפט און דערנאך אוועקצו-ווארפן ווען ס׳קומט מער נישט "צוניץ" דעם מעכטיגן מאשין פון קאַפּיטאליזם. אודאי מיין איך נישט צו זאגן אז יעדע מענטש פירט זיך אויף א קאפיטאליסטישע אופן, פארקערט: ס'דא גענוג גוטהארציגע מענטשן וואס האבן גאר אן אנדערע מטרה. נארוואס? די לופט איז פאר'סמ'ט דערמיט.

ווען ס'קומט צו אונזער חרד'ישע סיסטעם, איז די סם פשוט מער קאנצענטרירט, ווייל אונזער סיסטעם איז זייער פארמאכט און ס'קומט נישט אריין קיין פרישע לופט.

יעדע נארמאלע טאטע מאמע פארשטייט אז זייער קינד איז זיי נישט שולדיג קיין נחת נאר אפשר פארקערט. (דאס קינד האט נישט געבעטן געבוירן צו ווערן אבער אין די וועלט קענען עלטערן אויסוועהלן אויב זיי ווילן האבן קינדער אדער נישט. און אויב וועלסטו אויס אראפצוברענגען א קינד אויף דער וועלט דארפסטו גרייט זיין צו מאכן זיכער געבן דאס קינד זיינע באדערפענישן צו וואקסן געזונט און שטארק בגוף ובנפש.)

אין די וועלט איז דא אן אויסדרוק: נישטא אזא זאך ווי א שלעכטע קינד. נאר שלעכטע עלטערן.
ממילא אויף דיין שאלה: אזעלכע עלטערן וואס האבן באשלאסן צו ברענגען א קינד אויף אזא וועלט ווי ס'שווער פאר קינדער צו וואקסן געזונט פיזיש & גייסטיש, האבן זיי זיך אונטערגענומען א ריזן אחריות. אויב זיי ווארפן ארויס זייער אייגן קינד זענען זיי אכזרים אדער משוגעים אדער ביידע בענאזאם.
פארשפארט