בלאט 1 פון 1

בחצרות הק' סקאליע

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2023 12:53 pm
דורך דאס איז נישט מיך
געזעהן היינט א מעסעדש ארום פארן אזוי
הרה"ג ר' אהרן נפתלי פאללמאן שליט"א איז אריבער ביטערע רדיפות דורך אנשי בליעל פון 'סקאליע-48' פארן איינציגסטן חטא פון אויפטרעטן ביים יארצייט סעודה בחצר הקודש סקאליע
אויב איינער ווייסט צי ס'איז אמת, און מער פרטים...

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2023 2:40 pm
דורך nespresso
וואס מיינט רדיפות? אפגעשניטען זיין בארד? אדער עפעס אריינגעזאגט?
עניוועי, איך בין פאר סקאליע-48

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 6:35 pm
דורך קלוגע יודל
זעהט אויס דו האסט נאך קיינמאל געכאפט פון זיי

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2023 10:23 am
דורך טינט פען
וועם רופסטו סקאליע?

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2023 12:21 am
דורך אינטערסאנטער
לויט ווי איך הער איז קלאדני וואס פירט אן קול בחצרות שטארק אקטיוו בחצרות סקאליע 18 וואס לעצטנס הערט מען אסאך פון אים (ער איז גראדע א תלמיד חכם און ידען נפלא פלאס א שיינע רעדנער)

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2023 7:57 am
דורך טינט פען
אינטערסאנטער האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז קלאדני וואס פירט אן קול בחצרות שטארק אקטיוו בחצרות סקאליע 18 וואס לעצטנס הערט מען אסאך פון אים (ער איז גראדע א תלמיד חכם און ידען נפלא פלאס א שיינע רעדנער)
זיכער אזוי, ער ווארפט אריין די סקאליע 18 ווען אימער

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2023 8:08 am
דורך נחום הסופר
בו בזמן וואס סקאליע איז א געהעריגע חסידות לכל דבר, און סקאליע-18 האט יא אדער נישט מנין

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:38 pm
דורך אינטערסאנטער
נחום הסופר האט געשריבן:בו בזמן וואס סקאליע איז א געהעריגע חסידות לכל דבר, און סקאליע-18 האט יא אדער נישט מנין
וואס הייסט א חסידות לכל דבר? אז מען האט מער מענטשן? ווי עס זעט אויס איז סקאליע 18 אויך א חסידות לכל דבר, נאר קען זיין מיט ווייניגער מענטשן.

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2023 11:59 pm
דורך [NAMELESS]
און אויב האט ער נישט קיין מנין, איז ער חייב מיתה? סקילה? חנק?

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:04 am
דורך מתבודד
היסטאריקער ווייסן טאקע צו פארציילן אז די בעש"ט האט אין געוויסע תקופות נישט געליטן פון די רדיפות קעגן 'חסידות' צוליב דעם וואס ער האט זיך דאן געמיטשעט מיט מנין.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 7:01 am
דורך נחום הסופר
פורים קטן האט געשריבן:און אויב האט ער נישט קיין מנין, איז ער חייב מיתה? סקילה? חנק?
ניין, איינשלינגען הייסע בליי...

איך האב עפעס געשריבן אז ער איז חייב מיתה? ער איז גראדע זייער א וואוילער איד

כ'האב געמיינט ארויסצוברענגען אז ס'איז מאדנע די מאסיווע פראפאגאנדע וואס סקאליע-18 מאכט, ווי כאילו מ'רעדט פון עפעס א מעכטיגע חצר, ווען לאמיתו של דבר כנ"ל

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 7:45 pm
דורך פאלאצ'ינטא
אינטערסאנטער האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז קלאדני וואס פירט אן קול בחצרות שטארק אקטיוו בחצרות סקאליע 18 וואס לעצטנס הערט מען אסאך פון אים (ער איז גראדע א תלמיד חכם און ידען נפלא פלאס א שיינע רעדנער)
ער איז דאך געוועהן זיין הויז בחור

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 8:01 pm
דורך berlbalaguleh
אינטערסאנטער האט געשריבן:
נחום הסופר האט געשריבן:בו בזמן וואס סקאליע איז א געהעריגע חסידות לכל דבר, און סקאליע-18 האט יא אדער נישט מנין
וואס הייסט א חסידות לכל דבר? אז מען האט מער מענטשן? ווי עס זעט אויס איז סקאליע 18 אויך א חסידות לכל דבר, נאר קען זיין מיט ווייניגער מענטשן.
ער האט (אפשר) נישט אזעלכע גוטע פראפאגאנדע פארשפרייטער ווי סקאליע 48...!

אין סקאליע 48 (זאלן זיי זיין געזונט) מאכט מען א מצב פון א יעדע זאך. איין יאר האט די רבי געמאכט אן אפשערן (אין די דריי וואכן). די חסידים האבן געדינגען טראקס, געברענגט פארענטשעס, (פון פאטאגראפיסטן איז שוין אפגערעדט), און געהאט א ספעציעלן עי.טי.ווי. מיט וואס די רבי שליט"א איז געפארן (אין די קאנטרי) פון ביתו נאוה קודש צו דעם ביהמ"ד.

איך קען רעפארטן אז די פארענטשעס זענען געווען אנגעפולט מיט בחורים און בעלי בתים. ווייל ס'איז אויסגעפאלן אין א זונטאג. און אלע טאטעס זענען (נאך) געווען אין קאנטרי...!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:05 am
דורך פרעזידענט עלעקט
ביידע צוזאמען האבן נישט קיין 50 מענטשן מאכן מצב ווי צענדליגע טויזענטער

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 12:06 pm
דורך נחום הסופר
פרעזידענט עלעקט האט געשריבן:ביידע צוזאמען האבן נישט קיין 50 מענטשן מאכן מצב ווי צענדליגע טויזענטער
סקאליע 48 האט לכאורה ארום 200 מענטשן, סתם למען האקוראטקייט

נשלח: דינסטאג מערץ 28, 2023 12:44 pm
דורך מחונך
נחום הסופר האט געשריבן:
פרעזידענט עלעקט האט געשריבן:ביידע צוזאמען האבן נישט קיין 50 מענטשן מאכן מצב ווי צענדליגע טויזענטער
סקאליע 48 האט לכאורה ארום 200 מענטשן, סתם למען האקוראטקייט
למען האקוראטקייט, אויב וואלט ער געהאט 200, וואלטן זיינע חסידים געזאגט אז ער האט בערך 800...

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 12:24 am
דורך מחצה''ק
קלוגע יודל האט געשריבן:זעהט אויס דו האסט נאך קיינמאל געכאפט פון זיי
פארצייל וואס מען כאפט פון זיי

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 11:11 pm
דורך א נייגעריגע קאטשקע
בעיני ראיתי ביי איינע פון זייערע חתונות האבן זיי איינעם אנגעמקל'ט די ביינער פאר א נארישקייט