בלאט 1 פון 4

פייער אין גלילות קרית יואל קאסט דאס לעבן פון דריי אידן ה''י

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:10 am
דורך דאס איז נישט מיך
עס האט ליידער פאסירט א שרעקליכע אומגליק אין די גלילות פון קרית יואל, ווי א פייער האט פארניכטעט א הויז און ליידער אומגעברענגט א טאטע און מאמע און זייער טאכטער רח''ל
שנשמע ונתבשר בשורות טובות

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:12 am
דורך דאס איז נישט מיך
אידיש 24 האט געשריבן:שוידערליכע טראגעדיע: א פארפאלק מיט א קינד זענען ליידער אומגעקומען ביי די שרעקליכע הויז פייער די נאכט נישט ווייט פון קרית יואל :
די פייער האט זיך אנגעפאנגן בערך איינס אזייגער ביינאכט אין א צוויי שטאקעדיגע הויז אויף 44 היילענד עוועניו אין ווילעדזש אוו מאנראו, און ווען פייערלעשער זענען אנגעקומען אין די גאנצע הויז שוין געווען איינגעהילט אין העלישע פלאמען. שכנים האבם תיקף געזאגט פאר די לעשערס אז עס איז שטארק מעגליך אז די איינוואוינער אין די הויז, א טאטע מאמע מיט א קינד, זענען פארכאפט אין די פלאמען, אבער די פייערלעשער האבן נישט געקענט צוגיין צום הויז צוליב די ווילדע פייער. נאכן פארלעשן די שריפה, ווי די הויז איז טאטאל פארניכטעט געווארן, האט זיך ארויסגעשטעלט די ביטערע נייעס, אז די טאטע מאמע מיטן קליין קינד זענען ליידער טראגיש אומגעקומען אין די פייער. בשורות טובות.
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/79291

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:15 am
דורך דאס איז נישט מיך
.

Re: פייער אין גלילות קרית יואל קאסט דאס לעבן פון דריי אידן ה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:47 am
דורך פרנס החודש
YWN
האט שוין נעמען און א בילד פון 4:30 פארטאגס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 8:52 am
דורך [NAMELESS]
האברך קלמן אליעזר גאלדשטיין ע"ה
אשתו שרה ע"ה
בתם מרים ע"ה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 9:06 am
דורך שמעקעדיג
רבונא דעלמא כולא!
:cry: :געוואלד: :לשוןהרע:
איך האלט עס נישט אויס.................

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 10:42 am
דורך מי ימצא
טשילס! צמרמורת!

ווער נאך קען נישט טראכטן יעצט גראד?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 11:31 am
דורך שבת אחים
די פייער דעפארטמענט ווייסט נאכנישט וויאזוי די פייער האט זיך אנגעהויבן… געווענטליך ווייסן זיי גלייך… נישט קיין גוטע נייעס… סאיז דא א יש אומרים אז ס׳איז א ענדליכע מעשה צו די פייער אין סקווירא ווי א קנאי האט אינטערגעצינדן די הויז ווייל יענער איז נישט געגעאנגען אין שפאן…

לאמיר האפן אז ס׳איז נישט אמת!

Re: פייער אין גלילות קרית יואל קאסט דאס לעבן פון דריי אידן ה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:10 pm
דורך פרנס החודש
איך האב געטראכט פון די גויאישע שכנים ( ספעציעל יענע גאס).

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:16 pm
דורך אלע צוזאמען
פרנס החודש האט געשריבן:איך האב געטראכט פון די גויאישע שכנים ( ספעציעל יענע גאס).
אלעס קען זיין, אבער ער וואוינט שוין דארט פאר מער פון 3 יאר, און ער איז זיך זייער גוט אויסגעקומען מיט די שכנים.

Re: פייער אין גלילות קרית יואל קאסט דאס לעבן פון דריי אידן ה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:29 pm
דורך פרנס החודש
נישט געווען קיין מזוזה דארט א יאר צוריק.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:39 pm
דורך אלע צוזאמען
פרנס החודש האט געשריבן:נישט געווען קיין מזוזה דארט א יאר צוריק.
פרעגט נישט אפ די מציאות אז ער האט דארט געוואוינט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 1:05 pm
דורך קאצקע ציקער
שבת אחים האט געשריבן:די פייער דעפארטמענט ווייסט נאכנישט וויאזוי די פייער האט זיך אנגעהויבן… געווענטליך ווייסן זיי גלייך… נישט קיין גוטע נייעס… סאיז דא א יש אומרים אז ס׳איז א ענדליכע מעשה צו די פייער אין סקווירא ווי א קנאי האט אינטערגעצינדן די הויז ווייל יענער איז נישט געגעאנגען אין שפאן…

לאמיר האפן אז ס׳איז נישט אמת!
וועלכע בעל דמיון האט דאס אויפגעטראכט? נ"ר? אדער עפעס א צווייטע נער?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:01 pm
דורך דאס איז נישט מיך
איך הער זאגען אז ער האט איבערגעלאזט א קינד בזו''ר, איינער ווייסט צי ס'איז אמת?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 2:25 pm
דורך שבת אחים
יעצט געהערט פון איינעם אז ס׳איז געקומען פון א בוילער אין בעיסמענט.


נישט קאנפארמירט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 3:35 pm
דורך ליימדארפער
שבת אחים האט געשריבן:יעצט געהערט פון איינעם אז ס׳איז געקומען פון א בוילער אין בעיסמענט.


נישט קאנפארמירט.
מ'האלט שוין ביי דריי גירסאות. אדער ווייל ער נישט געגאנגען אין שפאן, אדער פון נ''ר... אדער א בוילער.
ס'זייער מאדנע אז זיי זאלן נישט וויסן, והיא הנותנת אויב איינער האט עס געטון וואלטן זיי שנעלער געוואוסט ווי פון א בוילער. און זיווג שני, אן א מזוזה א יאר צוריק...

איז דאס געווען באישון ליל? אז ס'האט עקספלאדירט אזוי שנעל און שטיל אז מ'האט נישט געקענט קיינעם ראטעווען?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 4:28 pm
דורך היכי דמי
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:איך הער זאגען אז ער האט איבערגעלאזט א קינד בזו''ר, איינער ווייסט צי ס'איז אמת?
יא. קינד געווען ביים לויה און געריסן קריעה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 5:06 pm
דורך כפתור
ליימדארפער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:יעצט געהערט פון איינעם אז ס׳איז געקומען פון א בוילער אין בעיסמענט.


נישט קאנפארמירט.
מ'האלט שוין ביי דריי גירסאות. אדער ווייל ער נישט געגאנגען אין שפאן, אדער פון נ''ר... אדער א בוילער.
ס'זייער מאדנע אז זיי זאלן נישט וויסן, והיא הנותנת אויב איינער האט עס געטון וואלטן זיי שנעלער געוואוסט ווי פון א בוילער. און זיווג שני, אן א מזוזה א יאר צוריק...

איז דאס געווען באישון ליל? אז ס'האט עקספלאדירט אזוי שנעל און שטיל אז מ'האט נישט געקענט קיינעם ראטעווען?
אייגעס ס'דא מענטשן וואס ענזשויען קאנספירעסיס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 5:48 pm
דורך קהל'ס נער
א פחד פון א מעשה דאס, ס'טראגט מיך צוריק צו די ענקזייעטיס וואס איך האב געהאט פון די פייער חוה"מ פסח בערך יארע ס"ג אויף בעדפארד לעבן סאטמערע חדר, ווי צוויי קינדער זענען נעבעך פארברענט געווארן, ה' ישמרנו די בויך דרייט זיך...... ס'שווער צו פראסעסען.......


די קאנספיראציעס (לדעתי) איז א וועג צו פארטרייבן די ענקזייעטי, לאמור, "ער האט נישט קאנפארמירט מיטן סיסטעם" אדער "ער האט געהאט גוי'אישע שכנים" און וויבאלד איך בין נישט אין די קאטעגאריעס וועט עס צו מיר נישט געשעהן.....
והראיה, ווען מען הערט אז איינער האט זיך נעבעך אווערדאוזט, טאקע זייער טרויעריג, אבער די ענקזייעטי kick'ט נישט אריין, אמער איך בין דאך נישט אויף דראגס מילא צו מיר וועט דאס נישט געשעהן.
לאמיר צו ענדיגן מיט זלמן ווידער'ס ברכה, שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 6:15 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קהל'ס נער האט געשריבן:א פחד פון א מעשה דאס, ס'טראגט מיך צוריק צו די ענקזייעטיס וואס איך האב געהאט פון די פייער חוה"מ פסח בערך יארע ס"ג אויף בעדפארד לעבן סאטמערע חדר, ווי צוויי קינדער זענען נעבעך פארברענט געווארן, ה' ישמרנו די בויך דרייט זיך...... ס'שווער צו פראסעסען......
דו מיינסט שבועות ביינאכט אויף ווילסאן צווישן בעדפארד און ווייט נעבן די סאטמערע חדר.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 6:32 pm
דורך [NAMELESS]
שבועות ביינאכט איז געווען תש"ס א מאמע מיט א קליין בעבי רח"ל, אייניקל און אור אייניקל פונעם ברך משה,

שבת חוה"מ פסח איז געווען תשס"ה דאכטזיך, אין בעדפארד גארדענס נעבן ויואל משה חדר, צווי ברודער און א נעפיא רח"ל

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 7:01 pm
דורך מר. קלונימוס
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
דו מיינסט שבועות ביינאכט אויף ווילסאן צווישן בעדפארד און ווייט נעבן די סאטמערע חדר
איך האב פארשטאנען ער רעדט פון א צווייטע שריפה אין בעדפארד גארדענ'ס.

נשלח: פרייטאג פעברואר 24, 2023 5:10 pm
דורך אנטוישטער יונגערמאן
עד מתי ליד
וואס שפרה לאווען האט מיטגעטיילט, צו געדענקען די גוטהארציגע נפטרת און איר מאן און קליין עופה׳לע
https://www.instagram.com/reel/CpDvTzPj ... Y2Y1YTY%3D