בלאט 1 פון 3

שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר"ל

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 11:26 am
דורך כלבאשבוע
שאקירנדע נייעס אז א חסידישער יונגערמאן במקורו מקהילת גור אין ארץ ישראל האט פרובירט צו הארגענען זיין עקס דורך איר אנצינדן, דער אזויגערופענער חסיד איז דערנאך געפארן צו מאמע רחל און זיך דארט גענומען דאס לעבן, די פרוי א מאמע פון צוויי קינדער איז אין א שווערע קאנדישען לרפו״ש

דאס איז ליידער נישט די ערשטע אזא פאסירונג וואס קומט ארויס פון די קהילה און סווייזט אן די שרעקליכע תוצאות פון א פלאץ ווי מען בארעכטיגט שפיכת דמים אין נאמען פון רעליגיע, מפיטערט פילן פארן עולם רעכטס און לינקס און מפארגיסט בלוט פון די אייגענע מענטשן אן רחמנות

ערליכע אידן קוקן זיך צו מיט צער וויאזוי אין א קהילה שיסודתו בהררי קודש ווערן מעמבערס נעבעך פארוואנדלט צו חיות בדמות אנשים און סווערט מקוים במלוא מובן המילה דער פסוק: רק אין אלקים במקום הזה!

חשד: כפת והצית את גרושתו בירושלים, נמלט ונהרג בתאונה עצמית

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 11:41 am
דורך כלבאשבוע
י. רייז

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 1:44 pm
דורך פרייליכע יוד
כלבאשבוע האט געשריבן:שאקירנדע נייעס אז א חסידישער יונגערמאן במקורו מקהילת גור אין ארץ ישראל האט פרובירט צו הארגענען זיין עקס דורך איר אנצינדן, דער אזויגערופענער חסיד איז דערנאך געפארן צו מאמע רחל און זיך דארט גענומען דאס לעבן, די פרוי א מאמע פון צוויי קינדער איז אין א שווערע קאנדישען לרפו״ש

דאס איז ליידער נישט די ערשטע אזא פאסירונג וואס קומט ארויס פון די קהילה און סווייזט אן די שרעקליכע תוצאות פון א פלאץ ווי מען בארעכטיגט שפיכת דמים אין נאמען פון רעליגיע, מפיטערט פילן פארן עולם רעכטס און לינקס און מפארגיסט בלוט פון די אייגענע מענטשן אן רחמנות

ערליכע אידן קוקן זיך צו מיט צער וויאזוי אין א קהילה שיסודתו בהררי קודש ווערן מעמבערס נעבעך פארוואנדלט צו חיות בדמות אנשים און סווערט מקוים במלוא מובן המילה דער פסוק: רק אין אלקים במקום הזה!

חשד: כפת והצית את גרושתו בירושלים, נמלט ונהרג בתאונה עצמית
וואס האט עס מיט רעליגיע איז זי נישט פרום אדער אפשר נישט גענוג פרום פאר עם?

Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר״ל

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 1:55 pm
דורך פרנס החודש
זי האט עס נאר געוואלט טון אן א ליילעך.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 4:14 pm
דורך היסטאריע
עס איז מער מסתבר תולה צו זיין אז עס קומט פין מצדיק זיין דער טאטע וואס האט ל"ע געהרג'עט זיין זוהן. א צווייטע זעהט עס צו און טוט נאך.
שפיכת דמים בשם רעליגיע איז דא אין אלע קהילות.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 5:28 pm
דורך שמעקעדיג
טאקע א שוידערליכע מעשה דאס! און גארנישט בארעכטיגט אזא טאהט.

אבער צוויי נקודות וויל איך דא שרייבן.

איינס - עס מוז נישט זיין עס האט מיט גור איינגעשטויסן, מען האט שוין געהערט ענליכע מעשיות מיט מענטשן פון אנדערע מקומות (איין מעשה ליגט מיר יעצט אין קאפ פון עטליכע יאר צוריק ווי א מאן איז נאכגעלאפן זיין ווייב מיט א שארפע מעסער ה"י). נישט אז איך זוך צו פארענטפערן גור, אבער לאמיר נישט טייטלען פינגערס איידער מען ווייסט וואס-ווען-ווי, עס קען זיין גאר עפעס אנדערש.

צוויי - מען דארף הערן פון דעם יונגערמאן וואס האט אים געברענגט צו טון אזא מערדערליכע אקציע, עס זענען פאראן מענטשן (מענער און פרויען) וואס קענען איינעם אזוי פייניגן און ארויסנעמען פון די כלים אזש יענער פארלירט דעם גלייכגעוויכט... נאכאמאל - נישט ח"ו אז דאס בארעכטיגט די מעשה רציחה, אבער לאמיר מקיים זיין אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, לאמיר נישט שפרינגען צו קיין קאנקלוזשענס און ציען אייגענע מסקנות, נאר ווארטן צו הערן מער פרטים פון דעם אויסברוך.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 5:39 pm
דורך סמבטיון
הייסט עס, אז סעדא א פאל אין דיינע אויגן וואס קען דיר מאכן פארשטיין אז יליד אשה מזרע ישראל.. זאל באגיין אזא מערדעריי? שיין זעה מיר אויס..

Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר״ל

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 5:51 pm
דורך צוזאמגעדרייט
סמבטיון האט געשריבן:הייסט עס, אז סעדא א פאל אין דיינע אויגן וואס קען דיר מאכן פארשטיין אז יליד אשה מזרע ישראל.. זאל באגיין אזא מערדעריי? שיין זעה מיר אויס..
איך קען פארשטיין, ווענד זיך וואס זי האט געטון צו אים. אויב דו ווילסט אריינגיין אינעם עבירה\נקמה דיסקוסיע, דאס איז א צווייטע מעשה. אבער שכל'דיגע קען איך אזא זאך פארשטיין.

אסאמא בן לאדען וואלסטו פארברענט? אפשר איז זי א מיני אסאמא בן לאדען, אפשר נישט, "הו קנאוס".

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 6:49 pm
דורך חב''ד הויזן
סמבטיון האט געשריבן:הייסט עס, אז סעדא א פאל אין דיינע אויגן וואס קען דיר מאכן פארשטיין אז יליד אשה מזרע ישראל.. זאל באגיין אזא מערדעריי? שיין זעה מיר אויס..
פארגעס נישט, זי איז אויך א גורער...

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 7:16 pm
דורך וואלווי
סמבטיון האט געשריבן:הייסט עס, אז סעדא א פאל אין דיינע אויגן וואס קען דיר מאכן פארשטיין אז יליד אשה מזרע ישראל.. זאל באגיין אזא מערדעריי? שיין זעה מיר אויס..
יא. די תורה. די תורה פארלאנגט רציחה איבער אין איבער פאר רעליגיעזע סיבות וואס האט גארנישט מיט מענטשהייט צוטוהן. זיי נישט שאקט, אבער דאס איז מפורש.

אבער, א גרויסע אבער, דער האט דאס נישט געטוהן אלס רעליגיע אדער פארטיי, ווייל אפי' אין גור איז דאס נישט די פאליסי אז מהארגעט מענטשען פאר די רעליגיע מיט פיזישע רציחה. אזוי אויך געשעהן די קראנקע מעשיות ליידער אין אנדערע פלעצער אויך.

דער מענטש איז אוודאי געווען זייער א קראנקע מענטש, ס'האט גארנישט מיט עם. ער האט געדארפט אן עמוירדזשענסי דאקטאר, און אסאך מעדעצין.

אז ס'איז א פראבלעם מיט רציחה זאל מען ריפן גאט אין קארט פאר aiding and abetting און manslaughter. אזוי אויך גור קען זיין אז מסוכנ'דיגע קולט ווי גאנץ חסידות, אבער דא זענען זיי נישט שילדיג, און נישט א יעדע פראבלעם איז גור שולדיג.

ס'איז א געפערליכע מעשה, א ביטערע רחמנות אויף אלע ארום, נישטא ווי צו פאונטען קיין פינגערס חוץ פון וויינען.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 7:25 pm
דורך berlbalaguleh
סמבטיון האט געשריבן:הייסט עס, אז סעדא א פאל אין דיינע אויגן וואס קען דיר מאכן פארשטיין אז יליד אשה מזרע ישראל.. זאל באגיין אזא מערדעריי? שיין זעה מיר אויס..
סמבטיון: פארשטיין מיינט נישט בארעכטיגן...!

אין א סאך פרויען איז נאך געבליבן די גיפט (זוהמא) פונ'ם נחש הקדמוני. און זיי קענען אויספייניגן א מענטש (מאן אדער פרוי) ביז מ'פארלירט דאס גלייכגעוויכט. דאס איז אלעס וואס שמעקעדיג זאגט...!

Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר״ל

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 7:27 pm
דורך צוזאמגעדרייט
וואלווי האט געשריבן:אבער, א גרויסע אבער, דער האט דאס נישט געטוהן אלס רעליגיע אדער פארטיי
טעקע דערפאר איז דא פלאץ צו זאגן אז ער האט דאס געטון מיט רעכט.
וואלווי האט געשריבן:דער מענטש איז אוודאי געווען זייער א קראנקע מענטש, ס'האט גארנישט מיט עם. ער האט געדארפט אן עמוירדזשענסי דאקטאר, און אסאך מעדעצין.
פארוואס?

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 7:28 pm
דורך וואלווי
א מענטש וואס טוט אזא זאך איז קלאר גייסטיש נישט מסודר. ואס האט עס מיט גור

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 7:30 pm
דורך וואלווי
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:אבער, א גרויסע אבער, דער האט דאס נישט געטוהן אלס רעליגיע אדער פארטיי
טעקע דערפאר איז דא פלאץ צו זאגן אז ער האט דאס געטון מיט רעכט.
וואס מיינסטו מיט "רעכט" ?

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 7:40 pm
דורך [NAMELESS]
איך געדענק נישט ווען עס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס א סאטמארער זאל רצח׳ענען זיין זון צוויי יאר נאכן אים אפברענען די הענט אויפן גאז אינדערהיים.

איך געדענק נישט ווען עס געווען דאס לעצטע מאל וואס איבער פופציג סאטמארע חסידים זאלן אראפגיין אין קאורט און זיך אננעמען פאר א רעיפיסט וואס האט פאראומגליקליכט זיין ווייב און טעכטער.

איך געדענק נישט ווען עס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס א סאטמארער זאל צובינדן זיין ווייב און איר אונטערצינדן מיט גאזאלין און דערנאך לויפן זיך נעמען דאס לעבן מיט איר קאר.

די אלע מעשיות האבן פאסירט די לעצטע צוויי יאר אין גור.

גור איז א קולט, און אין א קולט וואקסן חיות.

Re: שוידער! יונגערמאן פרובירט פארברענען געוועזענע ווייב ר״ל

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 7:44 pm
דורך צוזאמגעדרייט
וואלווי האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט "רעכט" ?
רעכט מיינט אויב עס איז א נקמה וואס עס קומט זיך איר. נישט לעגאלע אדער תורה'דיגע רעכטן.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 7:53 pm
דורך וואלווי
יהורם האט געשריבן:איך געדענק נישט ווען עס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס א סאטמארער זאל רצח׳ענען זיין זון צוויי יאר נאכן אים אפברענען די הענט אויפן גאז אינדערהיים.

איך געדענק נישט ווען עס געווען דאס לעצטע מאל וואס איבער פופציג סאטמארע חסידים זאלן אראפגיין אין קאורט און זיך אננעמען פאר א רעיפיסט וואס האט פאראומגליקליכט זיין ווייב און טעכטער.

איך געדענק נישט ווען עס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס א סאטמארער זאל צובינדן זיין ווייב און איר אונטערצינדן מיט גאזאלין און דערנאך לויפן זיך נעמען דאס לעבן מיט איר קאר.

די אלע מעשיות האבן פאסירט די לעצטע צוויי יאר אין גור.

גור איז א קולט, און אין א קולט וואקסן חיות.
אן נעמען פאר רעיפיסטס און אינטערצינדן געשעהן אין סאטמאר און סקווירא אויך

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 8:33 pm
דורך מרדכי מרדכי
יהורם האט געשריבן: איך געדענק נישט ווען עס געווען דאס לעצטע מאל וואס איבער פופציג סאטמארע חסידים זאלן אראפגיין אין קאורט און זיך אננעמען פאר א רעיפיסט וואס האט פאראומגליקליכט זיין ווייב און טעכטער.
דאס געשעט אין אסאך פלעצער

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 8:43 pm
דורך פרנס החודש
שמעקעדיג האט געשריבן:טאקע א שוידערליכע מעשה דאס! און גארנישט בארעכטיגט אזא טאהט.

אבער צוויי נקודות וויל איך דא שרייבן.

איינס - עס מוז נישט זיין עס האט מיט גור איינגעשטויסן, מען האט שוין געהערט ענליכע מעשיות מיט מענטשן פון אנדערע מקומות (איין מעשה ליגט מיר יעצט אין קאפ פון עטליכע יאר צוריק ווי א מאן איז נאכגעלאפן זיין ווייב מיט א שארפע מעסער ה"י). נישט אז איך זוך צו פארענטפערן גור, אבער לאמיר נישט טייטלען פינגערס איידער מען ווייסט וואס-ווען-ווי, עס קען זיין גאר עפעס אנדערש.

צוויי - מען דארף הערן פון דעם יונגערמאן וואס האט אים געברענגט צו טון אזא מערדערליכע אקציע, עס זענען פאראן מענטשן (מענער און פרויען) וואס קענען איינעם אזוי פייניגן און ארויסנעמען פון די כלים אזש יענער פארלירט דעם גלייכגעוויכט... נאכאמאל - נישט ח"ו אז דאס בארעכטיגט די מעשה רציחה, אבער לאמיר מקיים זיין אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו, לאמיר נישט שפרינגען צו קיין קאנקלוזשענס און ציען אייגענע מסקנות, נאר ווארטן צו הערן מער פרטים פון דעם אויסברוך.
האסט פארגעסן פון א זאך וואס הייסט נאמבערס. ווי גרויס איז גור כלפי אנדערער חסידות׳ן? ווי אפט הערט מען אין אנדערע חסידות׳ער אזויכע מעשיות? און ווי אפט הערט מען אין גור האר אויפשטעלנדע מעשיות?

ביי די דעבאטע איבער די פאטאלע עקסידענט אין קרית יואל דורך א חדר באס האט איינער געזאגט אז מען זאל נישט שפרינגען צו קיין מסקנות פאר די פאליציי קומען נישט ארויס מיט וואס האט פאסירט.
האב איך געשריבן אז עס מאכט נישט אויס די ספעסיפישע אומשטענדן ווייל סטאטיסטיקס זאגן נישט קיין ליגענט.
(הגם עס קען נאכאלטס זיין די שולד פון די עלטערן וואס לאזן קינדער לויפן אין די גאסן, און נישט די באס דרייווערס, זאגט עס נאך אלץ עפעס איבער אונזער ציבור).

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 8:41 am
דורך סמבטיון
די רשעות פון אוועק מאכן די רציחה וואס דא איז אפגעטוהן געווארן שטייט נישט קיין סאך אינטערשטעליג פונעם אקט אליינס, עפעס א נייע תירץ אויף יעדע רציחה, ער איז נישט געזינט ער דארף א דאקטער ער איז גייסטיש צירידערט וכדו' אינטרעסאנט אז די דייעגנאז ווערט נאר געמאכט נאך וואס ער הארגעט איינעם, נישט קיין חילוק וואס די מעשה איז געוועהן דארט נישט קיין חילוק ווי שטארק זי האט אים געפייניגט אויב סעדא בכלל אזא צד, אזא שטיקל אפצוטהן דארף מען זיין א קאלטבליטגע שלאנג מיט א הארץ פון קופער, קענען פאברענען א מאמע פון דיינע קינדער , מיי גאש.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 9:01 am
דורך שמעקעדיג
סמבטיון, דו ביסט 100% גערעכט, אבער איך מיין אז קיינער מאכט נישט אוועק די רציחה. מען שמועסט נאר אויס די כוונה דערונטער און וואס האט אים געברענגט דערצו.

צו מסביר זיין א טראפעלע, ווען א מערדער האט גע'הרג'עט איינעם און מען קומט צום שופט, וועט מען דן זיין אין געריכט פארוואס ער האט דאס געטון, אויב איז ער סתם א בייזוויליגער רשע וועט ער באקומען א גרעסערע שטראף ווי אויב וועט מען אויסגעפינען אז דער קרבן האט אים געפייניגט און טעראריזירט, כאטש ער וועט דאן אויך באקומען זיין עונש, ווייל רציחה אין קיינמאל נישט קיין אפציע.

סאמהאו זענען מענטשן נישט גענוג באוואוסטזיניג צו די אפעקטן פון עמאציאנאלע אביוז. עס איז געהעריג מעביר את האדם מדעת קונו.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 10:48 am
דורך שושן פורים
יהורם האט געשריבן:איך געדענק נישט ווען עס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס א סאטמארער זאל רצח׳ענען זיין זון צוויי יאר נאכן אים אפברענען די הענט אויפן גאז אינדערהיים.

איך געדענק נישט ווען עס געווען דאס לעצטע מאל וואס איבער פופציג סאטמארע חסידים זאלן אראפגיין אין קאורט און זיך אננעמען פאר א רעיפיסט וואס האט פאראומגליקליכט זיין ווייב און טעכטער.

איך געדענק נישט ווען עס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס א סאטמארער זאל צובינדן זיין ווייב און איר אונטערצינדן מיט גאזאלין און דערנאך לויפן זיך נעמען דאס לעבן מיט איר קאר.

די אלע מעשיות האבן פאסירט די לעצטע צוויי יאר אין גור.

גור איז א קולט, און אין א קולט וואקסן חיות.
געדענקסט פון די אלטע צייטן עפעס א מענטש מיטן נאמען נ. וועבערמאן? ערגעץ צווישן קאנטינענטאל און קרויס.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 02, 2023 10:55 am
דורך סיסטעם
דארט איז עס געווען וויבאלד זיי האבן געהאלטן אז די מעשה איז נישט אמת.
משא"כ ווען עס קלאר פאר יעדער אז די מעשה האט פאסירט האבן זיי זיך קיינמאל נישט אנגענומען.