א-ו-מ-פ-א-ר-ג-י-נ-ע-ר
נשלח: פרייטאג מערץ 03, 2023 5:11 am
אסאך מאל איז דא אסאך מיני פראבלעמען וואס קומען פון איין שורש, איין אזא דוגמה איז נישט פארגינען א צווייטען, איך האב שוין לאנג געווילט שרייבן איבער דעם, אבער צוליב 'סיבות' האב איך מיר צוריק געהאלטן, אבער יעצט האב איך באשלאסן אז עס לוינט זיך יא צו שרייבן דערוועגן וויבאלד עס איז שטארק נוגע פאר געוויסע דא אין שטיב'ל, איז אויב פילסטו דיר פערזענליך באטראפן פון דעם ארטיק'ל דריק שנעל די עקזיט קנעפ'ל פאר עס וועט דיר באויפריכטזינע"ן.
נישט פארגינען איז א זאך וואס עקזיסטירט ביי א יעדע יאר גאנג, פון ווען מאיז געבוירן ביז די 90-100 יאר. פארשטייט זיך, אין יעדע יאר גאנג אויף זיין לעב'ל, ביי א קליין קינד וועט עס צוגיין פשוט און פראסט ער וועט געבן א כאפ צו פון זיין וויקטעם דאס צו וואס ער גלוסט און שלום על ישראל, ביי אביס'ל עלטערע קינדער, וואס פארשטייען שוין אביס'ל אז די חפץ נישט קיין חילוק ווי שטארק איך ברויך עס " איז עס נישט מיינס" וועט די קינאה ארויסגעברענגט ווערן אויף אן אנדערע אופן, צומאל מיט א באקס א שטויס וכד', ביי נאך עלטערע קינדער וועט עס צוגיין מער אויף אן אופן פון באלי'ינג (אויף קיין שום יודיש קינד געזאגט) שפעטער טוישט זיך עס צו לשון הרע\בארעדן\ארפרייסן\חוזק מאכן\מסביר זיין פארוואס יענער טוט נישט גוט און נאך…
ווען עס גייט עפעס נישט גוט פאר א מענטש, דעמאלט'ס איז קיינער נישט מקנא, פארקערט יעדר האט 'מיטלייד' יעדער פילט מיט מיט יענעם'ס פראבלעם, דאס איז אויך אין יעדע עלטער, ווען א קינד זעט ווי א צווייטע קינד וויינט וועט ער ווערן פיל מיט רחמנות אויף יענע קינד און אים פרובירן צו העלפן מיט וואס ער קען, אריינגערעכנט אוועקגעבן א זאך וואס ער האלט זיך אונמיטן שפילן, און אזוי גייט דאס ארויף און יעדע עלטער.
וואס איז פשט אין דעם? זייער פשוט ווען א מענטש דארף עפעס, און ער זעט אז יענער האט עס, באקומט ער אזא געוויסע פילינג אז יענער נעמט צו פון אים עפעס, יענער איז גרעסער פון אים, יענער איז אנגעקומען צו עפעס וואס ער האט נישט געקענט אנקומען, במילא קען ער זיך נישט מיטפרייען מיט יענעם, משא"כ ביי א שלעכטע זאך.
א גוטע דוגמה וואלט געווען, מזעט ווען צוויי מענטשן ארבעטן אין די זעלבע פלאץ, און איינער איז מצליח מער ווי דעם צווייטן וועט די אנדערער נישט אויסהאלטן די ערשטער, ער וועט אים ארינטער רייסן ווי ער קען נאר, ער וועט אים בארעדן פון קאפ ביז פיס א.א.וו. משא"כ די מענעדשער פון די ביזנעס וועט ארויסהייבן די גיטע ארבעט, ער וועט אים פארגינען מיטן גאנצן הארץ (אכ"פ ווילאנג ער קאנקערירט נישט מיט אים) פארוואס? ווייל זיי זענען בכלל נישט אין די זעלבע דרגה
מ'קען זען אסאך מאל רבנים [נישט אלע] מאכן אוועק אנדערע רבנים וועגן דעם וועגן יענץ, עטס וועטס זען א אינטערעסאנטע זאך, ווען א רב מאכט אוועק א אנדערע רב איז עס איגאנצען אנדערשט ווי ווען ער שטעלט זיך אויף רעדן קעגן זינגער'ס צייטונגען טעכנלאגיע, מקען זען גלייך ווען ער רעדט פון קינאה און ווען ער רעדט [מכלומפרשט] אויף אידישקייט. משא"כ די עכטע גרויסע רבנים וועלן נישט רעדן קעגן אנדערע רבנים בכלל.
די זעלבע זאך קען מען זען דא אויף קאווע שטיב'ל. עס זענען דא ניק'ס וואס זענען שוין גענוג גרויס, גענוג באיינפלוס'רייך, זיי פארגינען יעדעם איינעם מיט'ן גאנצן הארץ, און במילא ארום זיי איז אייביג א געשמאקע אטמאספער, פון די אנדערע זייט זענען דא ניק'ס וואס יעדע מאל זיי זעען איינער הייבט אן צו מצליח זיין, הייבן זיי גלייך אן צו זוכן אויף יענעם חסרונות טעותים און זוכן זיי אינטערצוברענגען פאר יעדע פרייז, ער וועט זיך ארום טענע'ן פאר צוויי וואכן ארויסצוברענגען פארוואס יענער איז נישט גערעכט, נישט ווייל עס מאכט אויס אויף למעשה נאר סתם ארויסצוברענגען אז יענער ווייסט נישט וואס ער שרייבט, אנשטאט האבן אין די צייט א געשמאקע שמועס
(פארגינען מיינט נישט דוקא געבן א לייק, דאס אויך, גיב קאמלימענטס, שמועס אויס וואס דו האסט הנאה געהאט און פארוואס, פרעג פארענטפער, לייג צו, א.א.וו.)
מענטשן וואס פארגינען א צווייטן מיטן גאנצען הארץ, דער האבן אזא געשמאקע לעבן, ארום זיי וועט אייביג זיין א געשמאקע אטמאספער, יעדער זיכט צו זיין גיט מיט זיי, וכן להיפך. אדרבה שטעלט אייך פון ליינען א מינוט און טראכט פון איינעם וואס איר קענט וואס איז א פארגינער און לאזט מיר וויסן אויב עס שטימט
יעצט אויב זענט איר פון די ליידענדע אויף דעם פראבלעם (אזוי ווי רוב מענטשן אויף די וועלט) האב איך אייך גאנץ א גרינגע עצה וויאזוי דאס אויסצורייסן, די אמת איז אז א מענטש וויל זיין גוט, ער וויל פארגינען יעדעם איינעם אפילו ער פארגינט נישט, און די סיבה פארוואס עס ארבעטן זיך נישט אויס זיינע רצונות, די סיבה פארוואס ער בלייבט א אופארגינער איז ווייל ער פאפט זיך אליין, ווען ער בארעדט איינעם איז עס נישט ווייל ער פארגינט נישט יענעם נאר ווייל יענער איז באמת א צודרייטער, "וואס דו האלטס באמת אז איך וויל זיין א שפילער? אפילו מ'וועט מיר צאלן גרויס געלט וועל איך עס נישט טון!" און אזוי לאזט ער זיך אליין פארפירן, קען זיין אז ער וויל באמת נישט זיין קיין שפילער אזוי ווי זיין חבר, אבער די 'סוקסעס' וואס זיין חבר האט 'דאס' וואלט ער זייער געווילט האבן, אויב א מענטש וועט זיין מיט זיך 'אוועהר' ער וועט זיין אפן מיט זיך און פארשטיין און וויסן אז דאס וואס איך רייס יענעם אראפ איז ווייל איך בין א אומפארגינער וועט ער צוביסלעך פון זיך אליינס ווערן א פארגינער,
איך האב דווקא אריינגעלייגט אפאר ספעלינג מיסטעיקס צו זען ווער זענען די אומפארגינערס