בלאט 1 פון 2

וואו אין ניו יארק איז באמת די ביליגסטע צו וואוינען?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:59 pm
דורך זר זהב
מ'דארף צוזאמנעמען אלע גרויסע און קליינע דעטאלן וואס ס'קומט אלץ אריין אינעם בילד, יעדע שטאט
האט זיך זיינע מעלות ווי למשל די רענט איז ביליג אבער לעומת זה איז שכר לימוד אדער עסן סך
טייערער. און אויב איינער ארבעט אין די סיטי און ער קומט מיט א וויהיקעל, דארף מען צולייגן די
ליעס/גאז/טאל און נאך.

נאכער דארף מען מאכן א סך הכל און זעהן וואו איז באמת די ביליגסטע צו וואוינען?

נו וואו?

מיי געסס: קרית יואל

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:09 pm
דורך גאלד
פאר רוב אידן, איז קרית יואל נישט קיין אפציע, עס איז דא דארט נאר איין סארט מוסד, איין סארט קהלה, איין סארט געזעלשאפט, גאר פרום סאטמאריש אונגעריש קנאיש,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:10 pm
דורך זר זהב
דאס נעמט נאך נישט אוועק פונעם פאקט אז דארט איז לכאורה די ביליגסטע צו וואוינען. ניין?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:13 pm
דורך גאלד
יא אמת, אבער נאקסוויל טענעסי איז נאך ביליגער, אבער ס'נישט קיין אפשען, די זעלביגע קרית יואל (טאקע נישט אזוי ווייט)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:14 pm
דורך זר זהב
נאקסוויל און קר"י איז דאך נישט אייניג.
אפילו א וויזניצער חסיד וועט ענדערש גיין קיין קר"י ווי קיין נאקסוויל...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:15 pm
דורך שמואל הלוי
חוץ מזה די קעפל לויטעט "אין ניו יארק" מ'רעדט נישט פון אנדערע סטעיטס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:17 pm
דורך זר זהב
נו, וועט "גאלד" זאגן 'ראטשעסטער' אדער 'סיריקיוז'....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:25 pm
דורך גאלד
האלטסט ס'העט נאך קומען א צייט וואס נישט אזעלכע קנאישע חסידים וועלן זיך באזעצן אין קרית יואל ווי למשל באבוב , וויזניץ, בעלז וכדומה, און עפענען אייגענע קהלות ומוסדות? אזוי ווי אין מאנסי?

איך זעה עס נישט אין די נעקסטע 50 יאר,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 2:56 pm
דורך שמואל הלוי
וויפיל רענט קאסט א דורכשניטליכע 6 רומיגע דירה (4 בעדרומס) אין וומ"ס - בארא פארק?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:01 pm
דורך זר זהב
2700

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:03 pm
דורך lulev
מיינסט דוקא נוי יארק?
אדער נוי דזשערסי איז אויך גוט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:05 pm
דורך זר זהב
לעיקוואוד איז נישט קיין אפציע פאר רוב חסידים
אחוץ אויב מ'קען ברעכן דער דארטיגן רעזשים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:19 pm
דורך chasid
זר זהב האט געשריבן:לעיקוואוד איז נישט קיין אפציע פאר רוב חסידים
אחוץ אויב מ'קען ברעכן דער דארטיגן רעזשים.

מאנרא איז פונקט די זעלבע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:31 pm
דורך זר זהב
לגמרי נישט. מאנראו איז א חסידישע מקום

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:35 pm
דורך chasid
זר זהב האט געשריבן:לגמרי נישט. מאנראו איז א חסידישע מקום


גיי פרעג די "רוב חסידים" ווי זיי ווילן ענדערש גיין מאנרא אדער לעקוואוד...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 3:35 pm
דורך זר זהב
איך זעה וואו זיי גייען למעשה!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:02 pm
דורך chasid
זר זהב האט געשריבן:איך זעה וואו זיי גייען למעשה!


זיי דיר מסביר ביטע, וויפיל אידן נישט-סאטמארע קענסטו אין מאנרא?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:09 pm
דורך גאלד
א גרויסע משפחה, וואס האט נישט סעקשן 8 און איז נישט קיין גביר קען לכאורה נישט וואוינען אין וומ"ב,

בין איך גערעכט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:12 pm
דורך שמואל הלוי
לויט ווי זר זהב שרייבט אז א זעקס רומיגע קאסט 2700 א מאנאט, וואס דאס מיינט 675 א וואך, קומט אויס אז די גאנצע פארדינסט גייט פאר רענט, און ביי אסאך אידן איז עס מער ווי זייער וועכענטליכע וועידזש, אלזא איז אוממעגליך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:14 pm
דורך גאלד
וויפיל ס"פ זענען די 6 רומיגע דירות וואס קאסטן בערך 2700

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 4:15 pm
דורך שמואל הלוי
איך שטעל זיך פאר אז ס'איז בערך האלב די גרויס ווי די קרית יואל'ע 6 רומיגע.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:11 pm
דורך שמעקעדיג
שמואל הלוי האט געשריבן:אז א זעקס רומיגע קאסט 2700 א מאנאט, וואס דאס מיינט 675 א וואך, קומט אויס אז די גאנצע פארדינסט גייט פאר רענט, און ביי אסאך אידן איז עס מער ווי זייער וועכענטליכע וועידזש


הערה בעלמא:
ס'איז נאר $623 א וואך.

מ'רעכנט 12 מאל 1,200, אזויפיל איז דער סך הכל א יאר (32,400=)
דערנאך צוטיילט מען דעם סכום אויף 52 וואכן.
ווייל א חודש איז נישט פונקט 4 וואכן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 5:46 pm
דורך משה רוקח
איך וואלט ענדערש געגאנגען קיין סיראקיוז אדער ערגעץ אין אפסטעיט ניו יארק ווי איידער מאנראוי.