בלאט 1 פון 1
מזל טוב שמעקעדיג צו 20,000 לייקס!
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 10:13 am
דורך [NAMELESS]
א היסטארישע מאמענט האט היינט פאסירט ווען אונזער אלעמען באליבטע חבר הר"ר
@שמעקעדיג שליט"א האט באקומען זיין 20,000'סטע לייק בשעה טובה ומוצלחת. שמעקעדיג האט א לאנג יעריגע היסטאריע אויף קאווע שטיבל מיט זיין גוט הארץ און שכל הישר, און אוודאי זיינע אמאליגע הערליכע באשרייבונגען. זאל השי"ת אים ווייטער באגליקן מיט אלעם גוטן אייביג.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 4:49 pm
דורך תרמב
איך באגריס אונזער באליבטער שמעקעדיג, איך האלט אז זיין סוד איז זיין פאזיטיוויטי, ער פארגינט לייקס און א גוט ווארט ווען ס'קומט זיך, מ'קען זיך פון אים אפלערנען, ער ווייסט וויאזוי אונטערצורייסן אויך ווען ס'פעלט זיך אויס מיט א איידלקייט און דיגניטי, ער איז מיר א ראול מאדעל דא אין שטיבל.
נשלח: זונטאג מערץ 05, 2023 11:56 pm
דורך שמעון וואלף
תרמב האט געשריבן:איך באגריס אונזער באליבטער שמעקעדיג, איך האלט אז זיין סוד איז זיין פאזיטיוויטי, ער פארגינט לייקס און א גוט ווארט ווען ס'קומט זיך, מ'קען זיך פון אים אפלערנען, ער ווייסט וויאזוי אונטערצורייסן אויך ווען ס'פעלט זיך אויס מיט א איידלקייט און דיגניטי, ער איז מיר א ראול מאדעל דא אין שטיבל.
נאה דורש ונאה מקיים. @תרמ"ב טיילט אויך מיט א ברייטקייט
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2023 12:40 am
דורך מתבודד
זיבן יאר צוריק... @שמעקעדיג איט איז!
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2023 1:54 am
דורך שמעקעדיג
איך קום זיך אריין דא באישון לילה, אין די שטילקייט פון די נאכט, האלב שלאפענדיג, און פלוצלינג פארגעס איך פון די מידקייט... איך רייב מיר די אויגן.. באמת? איך האלט שוין ביי 20 אלפים?...
טייערע חברים, ייש"כ פאר די גוטע ווערטער, איך בלאש... איך האף אז די אלע מעלות און ברכות זאלן טאקע מקויים ווערן, און מיר זאלן אלע צוזאמען זיך קענען העלפן איינער דעם צווייטן, מיט פאזעטיוועטי און שמחה, מעתה ועד עולם...
א גוטע נאכט...
נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2023 8:35 am
דורך חדשים
די חידוש איז אז די געטיילטע און די וואס ער האט באקומען זענען כמעט שוה בשוה, וטוב עין הוא יבורך.