אלי שפיטצער: עלטערן זענען בוחר חרדישע מוסדות פאר א גוטע סיבה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
שופטת
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 25, 2022 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

אלי שפיטצער: עלטערן זענען בוחר חרדישע מוסדות פאר א גוטע סיבה

שליחה דורך שופטת »

די פאלגענדע איז א סטעיטמענט געגיבן דורך אלי שפיטצער מנהל פון א חדר אין לאנדאן, צו די לאנדענע טיימס - פובליצירט לעצטע פרייטאג. פאר די טובה פון די לייענער האב איך עס איבערגעטייטשט צו אידיש.


עלטערן קריגן עטוואס מער ווערט פון חסידישע חדרים און ישיבות


פאר איבער צען יאר אצינד האבן הונדערטער אפסטעד באריכטן אויפגעדעקט די פירהאנג איבער וואס טוט זיך אפ אין דאזעס פון חסידישע אינגל שולעס וואו קינדער קענען נישט נאכקומען די מינימאלסטע סטאנדארטן פון ענגליש און רעכענען. איך וועל נישט פרובירן דא צו פארלייקענען די רעאליטעט אדער זיך אמפערן איבער די דעטאלן. אין פאקט, האב איך קובע געווען מיין קאריערע צו הייבן די סטאנדארטן פון לימודי חול אין חסידישע מוסדות.

איך ווייס צו גוט, פון מיין אייגענע חינוך, די מציאות פון פראקטיש-גערעדט, אן אומעקזעסטירנדע סעקולאר עדיוקעישן ביי אונז, אבער איך ווייס אויך ווי פארפירענד עס זענען די שילדערונגען וועלכע מאלן אפ מיין קהילה ווי א דעסטאפישע (פארקערט פון קאך לעפל'ס יוטאפיע) דריטע וועלט איבערבלייבעניש וועמענ'ס פארחושכטע און הילפלאזע מיטגלידער לעכצען פאר א גאולה געברענגט דורך די דרויסענדיגע וועלט. סיי וועלכע ערנסטע פארזוך צו פארבעסערן די דאזיגע מוסדות ברויך זיך אנפאנגען ביים פרעגן די פראגע, פארוואס עלטערן זענען בוחר צו שיקן זייערע קינדער דארטן? אין אנדערע ווערטער: עס איז קלאר וואס חסידישע מוסדות פעהלן צוצושטעלן אבער וואס איז עס וואס זיי טועהן גענוג סוקסעספול זיי צו מאכן יעדן חסידישע טאטע און מאמע'ס ערשטע טשויס?

חסידישע עלטערן זעהן די ראלע פון דעם מוסד אזאנס וואס פארזיכערט אז זייערע קינדער זענען אויסגעשטאטעט מיט די וויסענשאפט, כלים און ווערדן וואס זיי וועלן דארפן כדי צו ווערן איבערגעגעבענע און צופרידענע מיטגלידער פון די רב דורי (אוואו עלטער זיידע, זיידע און טאטע לעבן ביינאזאם) חסידישע קהילה, ווען זיי וואקסן אויף. אין א וועלט ווען גרויסע רעליגעיזע געמיינדעס זענען אין גאלאפישע דעמאגראפישע צעזאמענפאל, זענען חסידישע מוסדות א שליסל אין די קהילה'ס הויכע החזקה ראטע (פארקערטע פון נשירה – ווייניג אוועקגעפאלענע), טרייבענדיג די שפרונגנדע דעמאגראפישע וואקס פון א רעליגעיזע קהילה וואס נאך בזכרון חי (אין ליווינג מעמארי - די שואה) האט כמעט געהאלטן ביי פארלענדונג.

חסידישע מוסדות דערגרייכן אט דעם תפקיד דורכ'ן גענצליך אריינטוהן זייערע קינדער אין א וועלט פון סימבאלן און מעשה'לעך, צערעמאניעס און ריטואלן, געזעצן און לעגענדעס וועלכע צעזאמען פארמירן א שטארק און טיף איינגעווארצלטע, עטנישע און קולטלערע-אייגענארטיגע אידענטיטעט. די דאזיגע גענצליכ'ן זיך אריינטאהן אין אן אינטעגרירטע קולטלערע וועלט טוט בעל כרחו ארייננעמען דאס אויסשליסן פון דרויסענדיגע קולטלערע השפעות וואס וואלטן דאס אונטערגעמינעוועט. אין צוגאב צו די פאזעטיווע תוכן פון א חסידישע חינוך, טוען עלטערן אויך באאויפטראגן די מוסדות מיט די מלאכה פון מאכן זיכער אז די אינגע באאיינדרוקענדע קינדער זאלן נישט ווערן אנטבלויזט (חשוף/אויסגעשטעלט) צו די איינפלוסן וואס וועלן צעשטערן זייערע אקולטוראציע (אסימיליזאציע - שלעכט געשריבן היות דאס ווארט ווערט נארמאל באנוצט צו באצייכענען דאס זיך איינגלידערן אין די דאמינאנט קולטור, דהיינו די נישט-אידישע) אין די חסידישע קהילה.

אין די תקופה פון סאציאלע מידיא, קאנטראלירן וועלכע מאטעריאל קינדער האבן צוטריט צו, און זענען באאיינפלוסט דורך, איז אן אלץ-אדער-גארנישט הצעה (פארשלאג), און עפעס וואס משפחות קענען נישט, סיידן אויב לעבן זיי אין די וואלד, באהאנדלען און קעיר נעמען דערפון אליינס. חסידישע עלטערן וועלן, אויב גלייבן זיי אז דער באשיצנדע בּובּל איז אין א געפאר, זיך סומך זיין און זוכן שוץ אפילו אין די מערסט-שוואך געפירט'סטע חסידישע מוסד.

טראץ וואס מערסטנס לייענער וועלן מיט רעכט שאקירט זיין פון די שוואכע סטאנדארטן אין לימודי חול אין חסידישע מוסדות, זענען אבער די אויטאריטעטן גוט באוואוסט דערפון. די דעפארטמענט אף עדיוקעישן און אפסטעד זענען שוין סטאָק אין אן אומ-פראדאקטיווע מבוי סתום מיט חסידישע מוסדות פאר איבער א יארצענדלינג. צו ברעכן דער בּלאקער פעהלט זיך אויס די אנערקענונג [מצד די אויטאריטעטן] אז די חסידישע מוסדות, כאטשיק טאקע שוואך געפירט צומאל, שטעלן זיי אבער צו אזא סערוויס וואס חסידישע עלטערן באטראכטן מער וויכטיג פון כמעט סיי וואס אַלעם און עפעס וואס זיי זענען נישט מסכים אויפצוגעבן אונטער סיי וועלכע מצבים.

איך גלייב אז עס איז מעגליך פאר חסידישע מוסדות צו באדייטנדפול פארבעסערן זייערע פארזארגונג פון עיקרי לימודי חול. אבער כדי דאס זאל פאסירן פאדערט זיך דאס [די אויטאריטעטן זאלן] אויפגעבן אומרעאליסטישע האפענונגען פון ארויפצווינגען א וויזיע פון די אלגעמיינע געזעלשאפט איבער וויאזוי חסידישע חינוך אין די קהילה דארף אויסצוקוקן. וואס פאדערט זיך ענדישער איז צו [ווידעראמאל] דעפינירן וועלכע בעסיק כלים און וויסענשאפט די בריטישע סטעיט קען געזעצליך ערווארטן פון יעדעס קינד צו ערווערבן און דאן דעפינירן א מהימנ'דיגע (גלויבנסווערדיגע) און רעאליסטישע פלאן פאר'ן דערגרייכן די ציהל. מערסט וויכטיג איז אז סיי וועלכער אגענדע פאר טויש ברויך ציהלן איבערצוצייגן חסידישע עלטערן אז דער אגענדע טוט נישט אונטערמינעווען זייערע באמיהאונגען אויפ-צוציען קינדער וואס וואקסן אויף צו זיין לאיאלע מיטגלידער פון די חסידישע קהילה, זייערע רעבעס און רעבעס' קינדער און רעביצינס (עה.. די לעצטיגע איז א דזשאוק)

פאר די לעצטע צען יאר האבן די דעפארטמענט אף עדיוקעישן און אפסטעד כמעט ווי בכוונה אויסגערעכנט זייערע מעשים אז זיי זאלן נישט הויבן די סטאנדארטן אין חסידישע מוסדות. זיי האבן פארפעהלט צו אנערקענען אז די אינסטורמענטן וואס זיי נוצן צו פארבעסערן אלגעמיינע סקולס ארבעטן איינפאך נישט אין דער קאנטעקסט און נאכמער, אין זייערע פאר'עקשנטע אנווענדונגען, האבן זיי מצליח געווען אראפצוברענגען דעם מאראל פון מענטשן מיט גוטע כוונות און אזוי ארום געהאלפן צוצוגעבן צו א באלאגערענדע מענטאליטעט אין די חסידישע קהילה. די וואס ווילן אז חסידישע מוסדות זאלן זיך פארבעסערן דארפן נישט צושטימען מיט די חסידישע לעבנסשטייגער אבער אויב ווילן זיי מצליח זיין דארפן זיי עס פארשטיין.

אלי שפיטצער איז די מנהל פון א חסידישע, רעגיסטרירטע חדר אין סטעמפארד היל.
שלום אהן אמת איז קיין שלום נישט. פעלשן ליבע איז ערגער ווי כפירה בה'. עדיף להיות לבד מלהיות עם אנשים כאלה.
פארשפארט