בלאט 1 פון 1

בחורי חמד - עשירים ליסט

נשלח: מאנטאג מערץ 06, 2023 11:09 am
דורך [NAMELESS]
נאכ'ן דורכגיין א ווינטער זמן וואס מען האט אסאך ארומגערעדט אין די ישיבות פון דער גרויסקייט פון תורה און עבודת השם, מ'לערענט אויס פאר די תלמידי הישיבה אז א חסידישע בחור זאל אוועקשטיין פון די אמעריקאנער עבודה זרה וואס הייסט געלט, און נישט ארויפקוקען דעם עושר און זיינע הייזער. מ'דארף מחשיב זיין און ארויפקוקען בלויז א בן תורה אזא איינער וואס שטייט ווייט פון הבלי עולם הזה, דאס שטרעבונגען פון א בחור ברויך זיין אוועקצוגעבן די לעבן צו זיין א בן תורה, אויסוואקסן א תלמוד חכם.

אבער ס'קומט אן א פורים, מען שפאנט אן טויזענטער בחורי חמד מיט אזויגערופענע "עשירים ליסט" מיט אן התחייבות און א ציל אריינצוברענגן כך וכך געלט פאר די ישיבות. מען שיקט ארום די טייערע וואוילע בחורים מיט א רייץ מ'זאל אפשטאטען באזוכען ביי די אנגעזעהנע גליקלכע גביר'ישע הייזער, מען זאל שפרינגען און טאנצען לפני שלחנם ומשפחתם און אפגעגעבן די ריכטיגע כבוד פאר די מענטשן וואס זענען אנגעקומען צו דערגרייכן דער אמעריקאנער עשירות.

בחורים וואס זענען אנגעזאפט געווארן במשך די זמן צו האבן א שאיפה קונה זיין בלויז תורה און נאכאמאל תורה, און נאר דאס ארויפקוקען און מחשיב זיין, ווערען אומשילדיגערהייט עקספערטן וועם מ'איז מכבד און וועמען אפצוגעבן די ריכטיגע כבוד. אונזער בחורים ווערען פרישע עקספערטן, וועלעכע עושר איז א עכטע עושר - ווער ס'איז די גרעסטע עושר - ווייסען צו זאגן וועלעכע עושר האט ליב צו הערן א דבר תורה... ווי אזוי מען איז מכבד דעם עושר. מען כאפט התפעלות פון זיי און זייערע גרויסע שיינע הייזער און געלט. און ווערן אריינגעדרייט בעקיפין ווער עס זענען אנגעזעהנע מענטשן צווישען אונזער חסידישער געזעלשאפט...

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2023 1:42 am
דורך שמעון וואלף
און פאר א נויט ווייסט מען נאך נאכצוזאגן די גמרא אז רבי מכבד עשירים. נו, וואס דען?

Re: בחורי חמד - עשירים ליסט

נשלח: דינסטאג מערץ 07, 2023 3:09 am
דורך טאמבל סאס
נישט אז איך פארגין נישט די עשירים נאר אויב דאס איז דער עיקר דעמאלס זאג עס גלייך פון אנהויב, נאך ביים לעקן די האניג. וואס דרייסטע א קאפ מיט תורה לערנען מתוך הדחק..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2023 1:28 pm
דורך צקון לחש
טאמבל סאס האט געשריבן:נישט אז איך פארגין נישט די עשירים נאר אויב דאס איז דער עיקר דעמאלס זאג עס גלייך פון אנהויב, נאך ביים לעקן די האניג. וואס דרייסטע א קאפ מיט תורה לערנען מתוך הדחק..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
ווייל נאר דורך דרייען א קאפ קומט מען אהן צו דעם ענד פראדוקט