דער רייזע פונעם אומשולדיגן וועיפער ראל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

דער רייזע פונעם אומשולדיגן וועיפער ראל

שליחה דורך שמן למאור »

אמאל כאפט זיך מיר א תאווה'לע צו שפירן ווי גאט, איך וויל וויסן וואס עס קומט פאר 'אונטער די קוליסן', פארהוילן פונעם מענטשליכן אויג. מיט די היינטיגע טעכנאלאגישע כלים איז שוין אסאך גרינגער צו קענען זען, הערן, און מיטהאלטן זאכן וואס מען וואלט אין דעם ווייטן אמאל זיך נאר געקענט חלומ'ען מיט א גוטן כח הדמיון. האבן מיר זיך איינגעהאנדלט אפאר גוטע מאשינקעלעך און זיך ארויסגעלאזט מיט א סייענטיפישער אויספארשונג.

א וואך פאר פורים האט שוין מיין ספרים שטוב אויסגעקוקט ווי א לאבאראטאריע, דראטן האבן זיך געצויגן פון אלע זייטן, מען האט זיך געגרייט צום גרויסן פראבע וואס גייט נארוואס אריינגיין אין שוואונג.

איך האב ארויסגענומען פון שאפע א פעקל טשאקלאד וואפלען ראל (wafer rolls), עס געעפנט ביי די עפענונג -געבנדיג אכטונג אז עס זאל זיך נישט צורייסן. איך האב אריינגעלייגט א קליינטשיגן אינטערהער אפאראט אינעם פעקל. דערנאך האב איך געמאכט א קליינטשיג לעכל נעבן א אות - אויף א פלאץ ווי עס זעהט זיך נישט אן פונדרויסן, און פון דארטן ארויסגעשטעקט א קליינטשיגן קעמארע. דערנאך האב איך אריינגעשטעקט א גאר קליינעם, אבער גאר פארגעשריטענעם GPS טרעקינג דעווייס. איך האב געעפנט מיין קאמפיוטער און זיכער געמאכט אז די קאנעקשן ארבעט. נאכן זיכער מאכן אז אלעס איז פיין, האב איך שיינערהייט צוריק באהאפטן די עפענונג אז עס זאל אויסקוקן פונקט ווי ניי.

דאן האב איך גענומען די וועיפער ראל און עס אריינגעלייגט אין א בעג מיט א וויין, און עס אנגעגרייט צו שיקן משלוח מנות פאר מיין זונ'ס מלמד. פארשטייט זיך אז כ'האב נישט פארגעסן אריינצושטעקן דארטן א שיינעם טיפ...

אין די חדר ווי מיין זון גייט, פירט מען זיך אז די קינדער ברענגען שוין די משלוח מנות פאר די מלמדים אום תענית אסתר, אזוי שפארט מען זיך די קאפ וויי פון ארומלויפן גאנץ בארא פארק אין די שווערע טרעפיק בעצם יום הפורים. כ'האב אנגעזאגט פאר מיין זון אז ער זאל אכטונג געבן אויף דעם פעקעלע, און עס שיינערהייט איבערגעבן פאר זיין מלמד. ער האט ניטאמאל געוויסט אז אויסער די גרויסע טיפ, ליגן נאך גאר וויכטיגע זאכן אינעם בעג...

נאכן דאווענען תענית אסתר בין איך אהיימגעגאנגען, געעפנט דעם קאמפיוטער און געכאפט א בליק צו זען וואו מיין וועיפער ראל געפינט זיך. איך האב געזען ווי די וואפלען געפינען זיך אין א קלאס צימער, זיי קוקן שיינערהייט אדורך דעם דורכזיכטיגן בעג וואס נעמט זיי ארום, און קוקן די מלמד גראד אריין אין די פנים.

נאך חדר, האט דער מלמד אהיימגעטראגן דעם פעקל צוזאמען מיט אסאך אנדערע פעקלעך. ווי נאר ער איז אהיימגעקומען, האט ער ארויפגעווארפן אלע משלוח מנות בעגס אויפ'ן דיינונג רום טיש. איך זע ווי ער גייט פון בעג צו בעג און רייסט ארויס די ענוועלאופס, און ס'איבריגע לאזט ער דארטן שימלען אויפן טיש. ער זעט עפעס נישט אויס צו זיין צו אינטערסירט אין די אלע שאקאלאדע בלעטער אדער ספארקלינג גרעיפדזשוס.

עס גייט אדורך אפאר שעה, און זיין ווייב כאפט זיך אז פאר איין טיטשער האט מען נאכנישט אנגעגרייט גארנישט, זי גייט פרעכערהייט צו צו מיין משלוח מנות, קראצט אראפ דעם לעיבל, און קלעבט זיך ארויף א פרישע... און היידא! ס'איז דא א פרישע משלוח מנות.

בערך 9:30 פורים ביינאכט, האט די משלוח מנות געמאכט זיין וועג אויף די גאסן פון בארא פארק. די טיטשער איז געווען אויסער זיך פאר שמחה צו טרעפן איר סטודענט ביי איר טיר, און האט שיינערהייט איבערגענומען דעם משלוח מנות און עס אראפגעלייגט אויפן קאונטער. איך זע ווי די טיטשער עסט די סעודה צוזאמען מיט איר טאטע מאמע, שוואגערס און שוועגערינס וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע סארט שטעט, זי האוסט די סעודה דאס יאר.

די שוואגער יענקל פון לעיקוואד האט געברענגט אן איבעראשונג, ער האט א ספעציעלן משלוח מנות פון אשר זעליג, אן אלטע חבר פון פיישי - דער בעל אכסניא. ער האט זיך דערמאנט אינמיטן די סעודה אז ער האט עס איבעגעלאזט אין קאר, איז ער עס דאן געגאנגען ברענגען. פיישי האט זיך געכאפט אז ער האט גארנישט וואס צוריקצושיקן פאר אשר זעליג'ן, ער האט זיך בכלל נישט געראכטן פאר א שלויעכמאנעס פון זיין אלטער ידיד. שנעל איז ער אריינגעלאפן אינעם קיטשן און אנגעהויבן עפעס צאמצושטעלן. ער האט געכאפט א וויין פון דא, און א קליק באר פון דארטן, און צו מיין מזל האט ער אויסגעקליבן אויך מיין וועיפער ראל! ער האט עס שיין ארומגענומען מיט א ריבאן און אפגעשריבן א שיינע שמחת פורים צעטעלע, און עס אפגעגעבן פארן שוואגער יענקל. "טראג דאס ביטע צוריק צו מיין גוטע חבר אשר זעליג'ן" האט ער געבעטן מיט א שמייכל.

שפעט פורים ביינאכט האבן מיינע וואפלען זיך געפינען אין די בעק פון א קאר אויפן וועג צו לעיקוואד. ר' אשר זעליג איז באוויסט צו פראווענען ביז גאר שפעט אין די נאכט אריין, האט דעריבער אונזער יענקל נאך אספיעט אפצוטראגן דעם פעקל צו אים אהיים, און אים איבערגעגעבן דעם שיינעם משלוח מנות אין זיין האנט אריין.

אשר זעליג האט געדאווענט וותיקין פורים צופרי, ער דארף נאך אריינפארן קיין מאנסי צו עסן די ערשטע סעודה ביי זיינע עלטערן. ער האט איינגעפאקט זיין באקס פון משלוח מנות'ן אין זיין סיענע, און אויך מיטגענומען אפאר איבריגע, דזשאסט אין קעיס. צווישן די איבריגע האט זיך געציילט די פעקל פון יענקל מיט מיין וועיפער ראל.

אנקומענדיג קיין מאנסי איז זעליג קודם ארומגעפארן טיילן די סחורה פאר חברים און גוטע פריינד, ער האט זיך נאר לעצטנס ארויסגעצויגן קיין לעיקוואד, רוב חברים זיינע וואוינען נאך אין מאנסי. דאן איז ער אריבער צו זיין טאטנס שטוב.

אשר זעליג'ס טאטע, ר' מאיר יהודה, איז א חשוב'ער איד א יודע ספר, און דער דיין האט אויפן וועג אהיים פון שול אריינגעסטאפט ביינעם אינדערהיים איבערצוגעבן זיינע שיינע געדאנקען וואס איז אים נארוואס איינגעפאלן אינמיטן מגילה ליינען. אשר זעליג האט מחליט געווען אז עס וואלט זיך געפאסט צו געבן א שיינעם משלוח מנות פארן דיין. האט ער אפירגענומען יענקל'ס פעקעלע און עס אהינגעטראגן מיט איין שמחה פארן דיין. "משה'לע! קענסט זיין מיין שליח איבערצוגעבן מיין שלוח מנות צום דיין"? האט ער זיך געאייסערט...

מיינע וואפלען האבן זיך אצינד געשלעפט אויף די גאסן פון מאנסי און אנגעקומען צו חשוב'ן דיין'ס שטוב.

דער דיין האט זיך שוין א וואך פאר פורים גע'ישוב'ט צו ער זאל אנגרייטן א משלוח מנות פאר נתי צו נישט. פון איין זייט האבן זיי זיך היבש צעריבן לעצטנס און זענען נישט אין די בעסטע טערמינען נאך וואס נתי האט געשריגן אז ער איז צו א מחמיר, אבער פון די צווייטע זייט איז דאך שלויכמאנעס געמאכט ספעשל פאר דעם, צו מרבה זיין שלום וריעות, איז אפשר זאל מען לייגן די קאמפלעקאציעס אין א זייט און יא אנגרייטן עפעס א שיין זאך פאר נתי.

למעשה איז ער געבליבן ביים זיך ישוב'ן, אבער ער איז געכאפט געווארן אין סורפרייז ווען נתי האט זיך באוויזן ביי זיין טיר שיכור ווי לוט. נתי האט הפנים יא געלייגט די קראצענישן אין א זייט און געברענגט א שיינע בעג פארן דיין. דער דיין איז שנעל אריינגעלאפן אין זיין קיטשען, ארויסגעשלעפט א שיינע בעג, אריינגעשליידערט א וויין מיט.. יא.. מיין וועיפער ראל, און מיט א געמאכטע שמייכל צוריקגעגעבן פאר נתי א שיינעם 'פנים חדשות'דיגן' מתנת יד.

נתי איז אהיימגעקומען און אריינגעפאלן אין בעט מיטן שלוח מנות אינאיינעם. ער האט מקיים געווען דעם עד דלא ידע כפשוטו ממש, און דערצו מהדר געווען צו שלאפן ווי די רמ"א. זיין רעבעצין האט אים דערוועקט נאך א לענגערע צייט שלאפן. "ס'שוין שפעט.. גיי דאווען מנחה ווייל מען דארף זיך שוין באלד ארויסלאזן קיין וויליאמסבורג צו די סעודה".

נתי האט א כאפ געטון אפאר משלוח מנות'ן און עס אריינגעשליידערט אין זיין קאר, ער האט דוקא געזוכט קלענערע בעגס וואס ער זאל קענען גרינג שלעפן, אזוי אז ער זאל זיין באוואפנט אין פאל עס קומט אים אנטקעגן אן אומערווארטעטע שלויעכמאנעס, זאל ער גלייך האבן וואפנס אין זיין זאפאס. יעצט פורים נאכמיטאג מאכט מיין וועיפער ראל זיין וועג פון מאנסי קיין ווילי...

אזוי פארנדיג אויפן גאס אין די וויליאמסבורגע טרעפיק, האט נתי באמערקט יואלי, זיין חבר נאך פון ישיבה. יואלי איז פון די גאר הייסע חסידים, ער איז אייביג פון די עשרה ראשונים ביים טיש. און הגם רוב עולם גרייט זיך ערשט זיך צו וואשן צו די צווייטע סעודה, מאכט שוין יואלי זיין וועג, מיט זיין זיבן אינגעלעך - אלע פארשטעלט ווי רבי'ס, צום שלחן הטהור, וואס הייבט זיך נישט אן פאר א שעה ארום.

נתי נעמט זיך פייפן, ער ראלט אראפ זיין פענצטער און שרייט יואלי! סע'נייעס! שמחת פורים! עס נעמט אפאר סקונדעס ביז יואלי כאפט אז אים מיינט מען. נתי שטעלט אפ זיין קאר אינמיטן די גאס לאזנדיג אלע קארס פייפן פון אינטער אים, ער כאפט ארויס פון טראנק א שלוח מנות און געבט עס אריין פאר יואל'ין אין האנט אריין, נישט איידער ער כאפט א לעבעדיגן 'ליהודים היתה אורה' טענצל מיט זיין אלטע ישיבה חבר. נתי זעצט זיך צוריק אין קאר מיט אן אנגעשטעלטע רואיגקייט, זיך מאכנדיג כאילו ער הערט ניטאמאל די בייזע פייפערייען וואס קען טויב מאכן א בלינדן, און יואלי מאכט זיין וועג ווייטער צום ביהמ"ד, ווען אין זיין האנט האלט ער זיין נארוואס באקומענע משלוח מנות.. מיט מיין וועיפער ראל דערינען...!

יואלי, אדער וויאזוי מען קען אים ביים טיש - ר' יואל, כאפט שוין גלייך זיין מקום קבוע, און שטייט שוין גרייט מיט אן אנגעשפיצטן ערנסקייט, גרייט צו שישקענען ווען די רבי וועט אריינקומען. פון בארא פארק האבן זיך א שיירה פון חסידים באוויזן, זיי זענען שוין אויך גרייט פאר טיש, זיי ווארטן שוין מיט עקסטאז אז די רבי זאל ערשיינען צום הייליגן מעמד. פון צווישן די קבוצה איז אויך כמובן אנגעקומען שלום, ער איז דאך דא ממש ביי יעדן טיש, אזא חאניאקישן יונגערמאן ווי שלום פארפאסט נישט קיין איין טיש וואס די רבי פירט, נישטא אזא זאך. שלום האט געברענגט פאר אונזער ר' יואל א שיינע משלח מנות, זיי זענען גאר נאנט, זיי האבן שוין א חברותא'שאפט פאר די לעצטע פופצן יאר, ווי זיי לערנען אור החיים הקדוש, מיט אגרא דכלה יעדע ליל שישי. נישט האבנדיג עפעס אנדערש וואס צוריקצוגעבן, האט ר' יואל בלית ברירה צוריקגעגעבן דעם בעג וואס ער האט נארוואס באקומען פון נתי.

נאכן דערהויבענע טיש, האט שלום געכאפט זיין קאר רייד צוריק קיין בארא פארק. אנקומענדיג אהיים זע איך ווי שלום פאטשקעט ארום מיט די שלוח מנות. עפעס גרייט ער צו א שיין שטיקל.. ער נעמט פון דא און פון דארט.. כ'בין נאר נישט זיכער פאר וועמען. איך וועל ענק אויסזאגן דעם סוד.. כ'בין גראדע א שטיקל ידיד מיט שלום, אונז וואוינען אויף די זעלבע גאס, און יעדעס מאל ער פארט צו די שבתים פון ר' צבי מאיר זילבערבערג, ר' יצחק משה ערלאנגער, אדער ר' שמעון שפיצער, נעם איך גערן אריין זיין ווייב מיט די קינדער פאר די שבת סעודות. אונזערע ווייבער זענען נאך פרענדס פון סקול...

איך הער א קלאפ אויף מיין טיר, איך עפן אויף אין איך זע ווי שלום שטייט ביים טיר, איך כאפ מיך אז כ'האב טאקע נאכנישט באקומען פון אים היי יאר קיין משלוח מנות, ווארשיינליך צוליב וואס זיין ווייב איז א קימפעטארן און זאכן זענען נישט אזוי מסודר ווי יעדעס יאר, זעט אויס אז מיין נאמען האט זיך אדורכגעגליטשט.. ער האט זיך הפנים יעצט דערמאנט שפעט פורים אויפדערנאכט.

שלום אנטשולדיגט זיך איידל... "איך האב שוין די משלוח מנות אנגעגרייט אויף מיין טישל א וואך פאר פורים, אבער זעט אויס אז כ'האב עס עפעס פארזען צו שיקן"... איך שמייכל געמיטליך און נעם אריין די משלוח מנות גראד אין מיין ספרים שטוב אריין, כ'עפן עס אויף.. און יא!!... מיין וועיפער ראל האט געמאכט א פולע צירקל.. ס'איז צוריק ביי מיר אין שטוב!!!... הוואפעל החזיר על האכסניא שלה...!!!

איך גיי אריין אין מיין קיך, און איך ברענג ארויס פאר שלום'ן אויך א נארוואס צוזאמגעשטעלטע שלויעכמאנעס... פארשטייט זיך אז די וועיפער ראל וואס כ'האב אים אריינגעלייגט איז געווען וואניל.. כ'וויל נישט ער זאל חושש זיין כ'האב אים פשוט צוריקגעגעבן דאס וואס ער האט מיר יעצט געגעבן א מינוט צוריק...

אבער כ'האב מיך אזוי געטראכט בשעת מעשה... "ווער ווייסט וואס איז אלץ אריבער אויף דעם נעבעכדיגן וואניל וועיפער ראל"? אפשר וואלגערט ער זיך שוין ארום אפאר יאר אן קיין רוה, ער ווערט מעגליך פארקויפט פסח, ווערט באזייטיגט ביזן פורים סעזאן, און דאן מוז ער ווידער נעבעך טאנצן קעדאטשקע צווישן איין אידישן הויז אינעם צווייטן... ביז איינער איז זיך ענדליך מרחם, עפנט אים אויף צו דערגיין אז ער איז שוין לאנג פארדארבן... און דאן הייבט זיך נעבעך אן זיין גארבידזש איבערלעבעניש...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

Re: דער רייזע פונעם אומשילדיגן וועיפער ראל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

אן ערנסטע איבערלעבעניש... מיין פעקל, גראדע א באקסל טשאקלעד, האט געהאט גאנץ אן אנדערע ערפארונג.

ווען דער מלמד איז אהיים פון חדר, האט ער געגעבן א ווארף אלע שלח מנות צו א ווינקעל אויפן קאונטער. תענית אסתר נאכמיטאג פאר איך בין ארויס פון אפיס, האב איך געכאפט א בליק דערויף. האב איך געזען די קאמערע איז אינגאנצן פארדעקט, און אויך איז עס צו שטארק צושטופט צו קענען הערן עפעס.

שפעטער האב איך אינגאנצן פארגעסן דערפון, און נישט מער נאכגעקוקט. יעצט ווען איך האב געזען דיין מעשה, האב איך געכאפט א בליק. והנה! עס איז געבליבן א גאנץ פורים צושטופט אויפן זעלבן פלאץ...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
Just be Happy
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 1:52 am
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך Just be Happy »

שמן למאור האט געשריבן:אמאל כאפט זיך מיר א תאווה'לע צו שפירן ווי גאט, איך וויל וויסן וואס עס קומט פאר 'אונטער די קוליסן', פארהוילן פונעם מענטשליכן אויג. מיט די היינטיגע טעכנעלאגישע כלים איז שוין אסאך גרינגער צו קענען זען, הערן, און מיטהאלטן זאכן וואס מען וואלט אין דעם ווייטן אמאל זיך נאר געקענט חלומ'ען מיט א גוטן כח הדמיון. האבן מיר זיך איינגעהאנדלט אפאר גוטע מאשינקעלעך און זיך ארויסגעלאזט מיט א סייענטיפישער אויספארשונג.
דו האסט געקאפיעט פון אייוועלט? אדער דו האסט עס געשריבן דארט אויך??

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=61084
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

Just be Happy האט געשריבן:
שמן למאור האט געשריבן:אמאל כאפט זיך מיר א תאווה'לע צו שפירן ווי גאט, איך וויל וויסן וואס עס קומט פאר 'אונטער די קוליסן', פארהוילן פונעם מענטשליכן אויג. מיט די היינטיגע טעכנעלאגישע כלים איז שוין אסאך גרינגער צו קענען זען, הערן, און מיטהאלטן זאכן וואס מען וואלט אין דעם ווייטן אמאל זיך נאר געקענט חלומ'ען מיט א גוטן כח הדמיון. האבן מיר זיך איינגעהאנדלט אפאר גוטע מאשינקעלעך און זיך ארויסגעלאזט מיט א סייענטיפישער אויספארשונג.
דו האסט געקאפיעט פון אייוועלט? אדער דו האסט עס געשריבן דארט אויך??

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=61084
איך פרעג סתם, פארוואס פאלט דיר נישט ביי די אפציע אז אייוועלט האט געקאפיעט פון דא?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

טייערע שמן למאור (אדער פעמון ורמון... ענליכע נעמען, וואס??)
7 מינוט דיפערענץ...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

והאיש משה האט געשריבן:טייערע שמן למאור (אדער פעמון ורמון... ענליכע נעמען, וואס??)
7 מינוט דיפערענץ...
טאקע אינטערסאנט..
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פאר ווער עס איז גאר נייגעריג.
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 94#p497794

כ'האב אראפגענומען דארטן די לשונות וואס וואלטן געקענט ברענגען א חשש מחיקה.. ווי למשל, 'שפירן ווי גאט' 'קימפעטארן' וכדומה...

למעשה באקומט מען דארטן אסאך מער לייקס.. אפשר גיי איך שוין אהין פערמענאנט? @תרמב וואס האלסטו?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

תרמב'ס אפיניאן איז אז דו זאלסט שרייבן דארט ענדערש, ווייל דארט וועסטו האבן א גרעסערע אוידיענס, און וואס ס'וואלט נישט איבערגעלעבט דארט אדער אפילו אויב ס'איז נאר א ספק שרייב דא, פרוביר נישט דארט ווייל דו שטעלסט איין א חסימה, איך וואלט דיר רעקאמענדירט נישט צו שרייבן די זעלבע ארטיקלען ביי ביידע פלעצער ווייל דו ריזיקירסט מיטן לעבן פון דיין ניק...

אז איך שרייב שוין וויל איך דיר טאקע קאמפלימענטירן אויף דעם שיינעם ארטיקל פון דעם וועיפער ראול, א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: דער רייזע פונעם אומשולדיגן וועיפער ראל

שליחה דורך כרם זית »

גיי אהין און מ'וועט דיך זען צוריק ווי רבינו הקדוש...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

ס'איז טאקע סעלפיש, און איך הייב אן קלערן אז ס'פאסט נישט עס צו שרייבן אויף א וועבזייטל וואס איך האב הנאה דערפון, אבער איך וועל דיר אביסל מסביר זיין וואס איך האב געמיינט, ווען א מענטש שטרענגט זיך אן צו שרייבן א גוטע ארטיקל, א גוטע געדאנק, אדער א גוטע אנאליז אויף א פארום וואס ער באקומט נישט באצאלט וויל ער עפעס אנדערש באקומען דערפאר, ער וויל באקומען אנערקענונג, ער וויל הערן פיעדבעק, ער וויל באקומען א קאמפלימענט, און מ'איז אסאך מאל גרייט צו כאפן קריטיק אבי אז איינער מאכט זיך וויסנדיג פון זיין ארבעט, קיינער וויל נישט ארבעטן פאר גארנישט.

איז דא מאכט זיך אסאך מאל אז איינער זאל אראפלייגן א הערליכע ארטיקל, א הערליכע פאעזיע צו עפעס אנדערש און ער זאל כמעט נישט באקומען קיין פיעדבעק, ס'קען זיך מאכן אז גוטע ארטיקלעך זאלן נישט באקומען קיין איין קאמענט, יא מ'גייט באקומען לייקס אבער דאס איז נישט גענוג, מ'וויל הערן אמאל וואס דער עולם זאגט צו דער געדאנק, וואס דאס באקומט מען נישט דא געהעריג, למשל דער מעכטיגער ארטיקל פון הבל וריק וואס איז גאר לאנג געווען און מוראדיג, האט נישט אנגעצויגן א גאנצע בלעטל פון קאמענטס, סאו פארדעם האב איך געזאגט אז אויב דו ווילסט האבן אנערקענונג פאר דיין ארטיקל, אויב איז עס גענוג גוט צו פעסן אייוועלטס צענזור לייג עס אהין, יעצט אז דו ווילסט צושטעלן סחורה פאר קאווע שטיבל לשם מצווה לייג עס דא.

פארשטייט זיך אז ארטיקלעך וואס קענען נישט ארויפגיין דארט זאל גיין דא, פאר דעם איז דאך קאווע שטיבל מיוסד געווארן אז מ'זאל האבן ווי צו מפרסם זיין אזעלכע מאמרים און ס'זאל זיין פריע ספיעטש, אבער איך טו מיך אנטשולדיגן פון טיעפן הארצן פארן שרייבן אזא סעלפישע סטעיטמענט, און ביי דע וועי האב איך שוין דא געשריבן עטליכע ארטיקלעך, ס'איז נישט כאילו איך נוץ נאר די פלאץ און איך געב גארנישט צו, אבער איים סארי עניוועי.

דאס יא, איך זע ווי סענסעטיוו מ'דארף זיין, אז דו קענסט געדענקען א תמימישע סטעיטמענט וואס איך האב געשריבן א האלבע יאר צוריק, דאס מיינט אז א געשריבן ווארט מאכט א שטארקע רושם, אזוי ווייט אז מ'געדענקט א טשעפע פאר א לאנגע צייט, מ'וועל מיר זיך דארפן איבערבעטן מיטן וועבזייטל נעקסטע יאר פורים 5:45 ביי די אינטערנעשענעל איבערבעטונגס צייט, איך האף אז איך וויל געדענקען ביז נעקסטע יאר, אז נישט וועסטו מיר דערמאנען...

דער אשכול האט זיך דערקייקלט צו אנדערע פלעצער אזוי ווי די וועיפער ראל, מ'געדענקט שוין נישט ווי ס'האט זיך אנגעהויבן...
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

עפעס א לץ אויף אייוועלט באדאנקט זעך דארט פאר.... @שמן למאור!!!
און האט נאך די חוצפה צו בעטן @שמן זאל מער שרייבן דארט...
___

די פידבעק אויף אייוועלט איז טאקע מער בכמות, אבער ס'איז נישט צום פארגלייכן 15 תגובות ווי "יויש איז דעיס גוט" אדער "פיינע נייעס! כ'האב אזוי געלאכט" וכדו' צו ווייניגער תגובות אבער באופן פון א דיסקוסיע.
ק"ש קוק איך אן ווי א גרופע חברים וואס זעצן זיך אוועק מיט ביר און פאפקארן צו שמועס'ן זיך טענה'ען פארציילן זיך אויסרעדן און זיך רעגן, ווי גוטע חברים צוזאמען, ווס. אייוועלט וואס קוקט אויס ווי א ריזיגע זאל אנגעפילט מיט מענטשן און יעדער שרייט אריין וואס ער האט צו זאגן... מ'קען זיך סאך ווייניגער און ס'איז (עכ"פ פאר מיר) ווייט פון א סובסיטוט פאר א געהעריגע שמועס צווישן חברים.

אה, און שכויעך @פעמון פאר די מעכטיגע ארטיקל! יויייש כקען נישט אויפהערן צו לאכן!!!
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

ער האט באקימען דארט דריי מאל אזוי פיל לייקס ווי דא
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

אביסל ווייניגער ווי דריי מאל. און דארט ליינען מן הסתם פופצן מאל מער מענטשן ווי דא.

און ביי די וועי, פארוואס האסטו נישט פארגינט קיין לייק????
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שפילער האט געשריבן:ער האט באקימען דארט דריי מאל אזוי פיל לייקס ווי דא
זיצט א איד און ציילט לייקס, אבער האט נישט גענומען די מיה אליינס צוצוווארפן א לייק...
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

ששון ושמחה האט געשריבן:
שפילער האט געשריבן:ער האט באקימען דארט דריי מאל אזוי פיל לייקס ווי דא
זיצט א איד און ציילט לייקס, אבער האט נישט גענומען די מיה אליינס צוצוווארפן א לייק...
איך האב געוויסט אז איינער וועט דאס קאמענטען...

ערשטענס איך האב עים שוין געלייקט מיט מיין צווייטע ניק...

און צווייטענס איך האב עס נאכנישט געליינט.

און דריטענס האב איך שוין פארגעסן.

און פערטענס איך האב נישט געמיינט צו קריטיקירען
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

נוח האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:למשל דער מעכטיגער ארטיקל פון הבל וריק וואס איז גאר לאנג געווען און מוראדיג, האט נישט אנגעצויגן א גאנצע בלעטל פון קאמענטס,
כ'בין געווען זיכער אז כאטש דו האסט יא עפעס קאמענטירט פאר הבל וריק, און דערווייל א מכה...

עניוועי, מיין נקודה איז פשוט, קענסט נישט קריטיקירן ק"ש אז מ'איז דא נאר צו קריטיקירן דעם סיסטעם, ווען דו אליין ביסט נאר דא צו קריטיקירן דעם סיסטעם, און אנדערע זאכן שרייבסטו דארטן. ולא די, נאר דו זאגסט פאר אנדערע צו טוהן די זעלבע...

און ס'איז א דבר פשוט ומובן מאיליו אז אייוועלט האט אסאך מער טרעפיק זייענדיג ממש די איינציגסטע סייט וואס איז געשטיצט דורכ'ן עסטעבלישמענט און די איינציגסטע סייט וואס רוב דארטיגע ליינערס האבן צוטריט דערצו. אבער אויב ביסטו א מענטש וואס זעהט די וועליו פון ק"ש, און פארשטייט די נחיצות, דארפסטו זיין גרייט נישט אזוי שנעל צו שפרינגען צו נהנה צו זיין פון דעם טרעפיק וואס ווערט דאך באשאפן טאקע א דאנק דעם רשעות'דיגן צענזור.

משל למה הדבר דומה, איינער וויל מנדב זיין אן ארון הקודש לע"נ זיין פאטער, און זיין שאלה איז צי ער זאל עס געבן פאר גער אדער פאר ר' שאול. איז הגם ער איז קעגן גער און זייער טעראר און האלט מיט ר' שאול, וועט ער עס מנדב זיין פאר גער ווייל דארטן וועלן מער מענטשן זען און נוצן דעם ארון הקודש. לדעתי פעלט פאר אזא מענטש אן אידעאלאגישן רוקנביין צו שטיין פאר דאס וואס ער שפירט איז ריכטיג, און ער איז אויך א היפאקריט צו גיין נהנה זיין פון דעם ציבור אין גער וואס איז פשוט א רעזולטאט פונעם טעראר אין גער קעגן וואס ער איז זיך מתנגד!
תרמב האט געשריבן:דער אשכול האט זיך דערקייקלט צו אנדערע פלעצער אזוי ווי די וועיפער ראל, מ'געדענקט שוין נישט ווי ס'האט זיך אנגעהויבן...
אוי, צוריק צום וועיפער ראל...
איך האב געטראכט ווי דיר ווען איך האב געשריבן וועגן הבל וריק'ס ארטיקל, אז איך בין א צולייגער, איך האב אליינס נישט קאמענטירט דערויף, איך האב אבער למעשה קאמענטירט אויף זיין ארטיקל, איך האב אים געגעבן א קאמפלימענט יעצט אין די פאריגע תגובה און איך האב מפרסם געווען צווישן מיינע ידידים אז ס'איז דא א גוטע ארטיקל אויף קאווע שטיבל ס'לוינט זיך צו כאפן א בליק, און אויף זיין לעצטיגן ארטיקל איינס פאר די, האב איך אים געגעבן א שטארקע קאמפלימענט, און דארט בין איך פון די איינציגסטע קאמענטירער, אזוי ליגט מיר אין קאפ, עניוועי איז נישט דאס די פוינט דא, ס'טוישט זיך נישט אויב איך האב יא געקאמענט אדער נישט.

לעניינו, וועל איך דיר זאגן אזוי, איך האלט בעצם ווי דיר, דו ביסט גערעכט אין רוב נקודות, נאר די חילוק צווישן מיר אין דיר איז די וועג וויאזוי אונז קוקן אן קאווע שטיבל, דו קוקסט עס אן ווי א פלאץ וואס איז דא צו פארעכטן די וועלט, אויפטוען פאר אידישקייט און פאר הומעניטי, דו ארבעסט פאר תיקון עולם, און איך גראטוליר דיר דערפאר, משא"כ איך קוק אן קאווע שטיבל און אייוועלט פאר א פלאץ פון אינטערטעימענט, א פלאץ זיך אויסצוטשוכענען, לייענען אינטערסאנטע ארטיקלען, קלוגער ווערן איבער פארשידענע נושאים, און איך פרוביר אויך צוצוגעבן, סיי ווייל איך וויל נישט נאר נעמען און נישט געבן, און סיי ווייל איך וויל זיין א חלק פון די שמועס און והעולה על כולם ווייל איך אינזשוי ווען מענטשן הערן מיך אויס, לייענען מיינע זאכן און קאמענטירן דערויף, איך וועל רעדן אביסל ברייטער, איך האב ליב אטענטשן ווי א יעדער איינער, און איך ארבעט לויט דעם, איך האב א גוטע ארטיקל וואס מער מענטשן גייען הנאה האבן און מער אינטערעקטן אויף אייוועלט ווי דא, גיי איך עס לייגן דארט און אז ס'קען נישט גיין דארט וועט עס גיין דא, קעגן דיין צוגאנג קוק איך אויס סעלפיש ווייל מ'איז דאך דא מיט א ענדציהל צו פארעכטן די וועלט און דאס גייט נישט אזוי אין שפאן מיט דעם גאול, אבער איך בין סעלפיש, און איך האלט אז אויב מ'קוקט נישט אויף זיך בכלל גייסטו נישט האבן קיין שרייבער'ס בכלל, ווייל יעדער האט זיך זיין אייגענע נגיעה וואס שטופט אים צו שרייבן.

מתבודד האט א שטארקע פינטל אז ווייניג תגובות אויף קאווע שטיבל איז סאך מער ווערט ווי אסאך גרינע הענטעלעך און סמיילי'ס אויף אייוועלט, דאס איז טאקע אמת, די תוכן פון א עווערעזש תגובה אויף קאווע שטיבל איז געווענטלעך עשרת מונים מער ווערט ווי א עווריזש תגובה אויף אייוועלט, און דאס געבט אסאך צו ווען מ'דארף רעכענען ווי צו לייגן אן ארטיקל, אבער פון די אנדערע זייט ווענדט זיך אויך איבער וועלכע נושא מ'רעדט, א קליינע ביישפיל איז א אנאליז איבער טראמפ אדער די אוקראינא מלחמה האט נישט עכט וואס צו זוכן דא, אויף אייוועלט קען מען זיך פיין אויסטענה'ן איבער די נושאים, וואס דא איז נישט אזוי די פלאץ פאר דעם, בכלל האלט איך אז אייוועלט און קאווע שטיבל זענען בכלל נישט קיין קאמפעטישאן, ס'איז זיך נאר משלים איינע דעם צווייטן, ווען די צוויי סייטס זאלן זיך ווען מערזשן וואלט נישט געווען קיין דאבל פון כמעט קיין איין אשכול.

יעצט נאך א קליינע נקודה צו דיר ר' נוח, למעשה אין איין נקודה בין איך מער אויסגעארבעט אין דיין תיקון עולם מיסיע, אז איך שעם זיך נישט אזוי מיט מיין ניק, אלע מיינע ארומיגע וואס לייענען אייוועלט אדער קאווע שטיבל ווייסן ווער תרמב איז, ס'איז כמעט אזוי ווי איך זאל שרייבן מיט מיין אייגענע עכטע נאמען, וואס דאס האסטו נאך נישט געהאט די ביצים צו טון, דו באהאלסט זיך אונטער א שלייער, אנלעס אז איך ווייס נישט דערפון און דו האלסט עס נישט פאר א סוד, אדער אז דיין עכטע נאמען איז נוח, עניוועי צוריק צו די וועיפער ראל...

איין פוינט האב איך כמעט פארגעסן, אז ס'געפעלט מיר זייער דיין משל צו די ארון קודש אין גור און ר' שאול, אזא משל פאסט פאר די דובנא מגיד...
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

נייס תרמב. סאיז טאקע אינטערסאנט איך מיין דו ביסט די אייינצוגסטע שרייבער וואס איז געהעריג אנגענימען סיי דא און סיי אייוועלט. געווענליך ווען דעי יעניגע חברה ווערן געוואר אז דער שרייבער קימט פון קאווע שטיבל טוט זיך אויף טישן און בענקלעך...

אונטערסאנט דיינע חברה ווייסן אז דו שרייבסט דא? וויזוי מאכסטו עס אזוי גיט?
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

תרמב האט געשריבן: יעצט נאך א קליינע נקודה צו דיר ר' נוח, למעשה אין איין נקודה בין איך מער אויסגעארבעט אין דיין תיקון עולם מיסיע, אז איך שעם זיך נישט אזוי מיט מיין ניק, אלע מיינע ארומיגע וואס לייענען אייוועלט אדער קאווע שטיבל ווייסן ווער תרמב איז, ס'איז כמעט אזוי ווי איך זאל שרייבן מיט מיין אייגענע עכטע נאמען, וואס דאס האסטו נאך נישט געהאט די ביצים צו טון, דו באהאלסט זיך אונטער א שלייער, אנלעס אז איך ווייס נישט דערפון און דו האלסט עס נישט פאר א סוד, אדער אז דיין עכטע נאמען איז נוח, עניוועי צוריק צו די וועיפער ראל...
מגיד...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p4130847

לול
די חברה דארט האבן עס נאכנישט פארמעקט...
חדשים
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 29, 2022 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 946 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך חדשים »

שמן, ווילסט נאך אלץ אז גאט זאל זיך אנטפלעקן צו דיר. זעסט נישט ווי אלעס איז אויסגערעכנט מיט א פונקטליכע סדר... קוק וויפעל פונקטס... עס איז דא אין איין מעשה אז דיין משלוח מנות זאל צוריק קומען צו דיר...

יעצט האלט שמן/פעמון אינמיטן די שפיאניר מיסיע וויפעל אייוועלט שרייבערס ליינען דא...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אויף אייוועלט האב איך שוין איבער 100 לייקס, די ארטיקל איז די מערסטע געלייקטע תגובה די וואך, מען קען עס זען פון די הויפט בלאט.

@נוח האט א פוינט, אבער די נסיון איז גרויס...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

שמן למאור האט געשריבן:אויף אייוועלט האב איך שוין איבער 100 לייקס, די ארטיקל איז די מערסטע געלייקטע תגובה די וואך, מען קען עס זען פון די הויפט בלאט.

@נוח האט א פוינט, אבער די נסיון איז גרויס...
אויף אייוועלט לייקט סתם אזוי א גרעסערע עולם מען קיקט עס בכלל נישט אן ווי עפעס , אדער עפעס אן איגא זאך. מען געט עס א קוועטש און געגאנגען ווייטער.

ועוד די פעידז לאוד נישט איבער. און אויך איז עס א נייע זאך פארזיי.

אויך איז עס א סיסטעם אז מען זעהט נישט אונטער יעדעמס נאמען וויפל לייקס ער האט באקימען און וויפל ער האט שוין געגעבן אזוי ווי ביי אונדז , דעס געט אויך צו אזא גרינגקייט צו געבן א לייק אז א מיניט שפעטער האט מען שוין לאנג פארגעסן דערפון
בעל אחריות
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 04, 2022 11:16 pm
האט שוין געלייקט: 437 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך בעל אחריות »

שמעון וואלף האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן: יעצט נאך א קליינע נקודה צו דיר ר' נוח, למעשה אין איין נקודה בין איך מער אויסגעארבעט אין דיין תיקון עולם מיסיע, אז איך שעם זיך נישט אזוי מיט מיין ניק, אלע מיינע ארומיגע וואס לייענען אייוועלט אדער קאווע שטיבל ווייסן ווער תרמב איז, ס'איז כמעט אזוי ווי איך זאל שרייבן מיט מיין אייגענע עכטע נאמען, וואס דאס האסטו נאך נישט געהאט די ביצים צו טון, דו באהאלסט זיך אונטער א שלייער, אנלעס אז איך ווייס נישט דערפון און דו האלסט עס נישט פאר א סוד, אדער אז דיין עכטע נאמען איז נוח, עניוועי צוריק צו די וועיפער ראל...
מגיד...
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 7#p4130847

לול
די חברה דארט האבן עס נאכנישט פארמעקט...
מען קען זעהן ביי יענע שמועס ווער עס דרייט זיך אויף קאווע שטיבל, למשל @דרייידל האב איך שוין לאנג באמערקט אז ער טראכט ווי א ק"ש מיטגליד...
ערנסטגערעדט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 257
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:23 am
האט שוין געלייקט: 287 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 708 מאל

שליחה דורך ערנסטגערעדט »

איך האב אזוי רחמנות באקומען אויפן וועיפער ראול אז ביי אונז עסט מען דאס שוין א גאנץ יאר
סשוין דא מילכיגע וואס זענען גאר גוט
פארשפארט