בלאט 1 פון 1

Our Unique Family - חרדי'שער טיקטאק משפחה אנטדעקט אלץ גוים

נשלח: מיטוואך מערץ 08, 2023 10:02 pm
דורך Samkoton
עס איז דא א טיקטאק עקאונט פון אן איטערעסאנטע 'אידישע' משפחה מיט א באנטש יונגלעך. זיי גייען אנגעטון חסידי'ש מיט לאנגע פיאות און גרויסע קאפלעך.
איז יעצט אנטדעקט געווארן אז זיי זענען פאלנע גוים. די טאטע זייערע האט זיי אדאפטעד פון גוי'אישע משפחות.
יעצט האט מען אים ארעסטירט פארן חוטא זיין מיט די קינדער.

נאך א קאן ארטיסט וואס האט זיך פארקישט צו זיין א איד.


זייער משפחה וועבסייט:
https://www.ouruniquefamily.org/

נייעס:
https://nypost.com/2023/03/07/phony-has ... pted-sons/

https://www.timesofisrael.com/texan-who ... sing-kids/

Re: Our Unique Family - חרדי'שער טיקטאק משפחה אנטדעקט אלץ גו

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 6:11 pm
דורך שערי יושר
וואס אוז פשט אז די אדאפטינג אגענטורן געבן קינדער פאר א סינגל מענטש?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

Re: Our Unique Family - חרדי'שער טיקטאק משפחה אנטדעקט אלץ גו

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 6:39 pm
דורך פרנס החודש
שערי יושר האט געשריבן:וואס אוז פשט אז די אדאפטינג אגענטורן געבן קינדער פאר א סינגל מענטש?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
גוט מארגן, איך בין יעצט אין עוסק אין סאושעל ווארק, דו ווילסט נישט וויסן ווי אזוי די סיסטעם גייט צו.

Re: Our Unique Family - חרדי'שער טיקטאק משפחה אנטדעקט אלץ גו

נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 9:59 pm
דורך שערי יושר
פרנס החודש האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:וואס אוז פשט אז די אדאפטינג אגענטורן געבן קינדער פאר א סינגל מענטש?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
גוט מארגן, איך בין יעצט אין עוסק אין סאושעל ווארק, דו ווילסט נישט וויסן ווי אזוי די סיסטעם גייט צו.
דערצייל אביסל

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 1:10 pm
דורך Visionary
די ACS איז איינע פון די מערסטע צוריק געשטאנענע עשזענסי'ס וואס איז שייך.

Re: Our Unique Family - חרדי'שער טיקטאק משפחה אנטדעקט אלץ גו

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 4:29 pm
דורך פרנס החודש
שערי יושר האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:
שערי יושר האט געשריבן:וואס אוז פשט אז די אדאפטינג אגענטורן געבן קינדער פאר א סינגל מענטש?

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
גוט מארגן, איך בין יעצט אין עוסק אין סאושעל ווארק, דו ווילסט נישט וויסן ווי אזוי די סיסטעם גייט צו.
דערצייל אביסל

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
די פאסטער קעיר היי מען ווי מען לייגט אריין קינדער, האבן נישט קיין שום השגחה עס איז מער ווייניגער א מארקעט פאר אומלעגאלע געואורצן אויסגעהאלטן דורך די גאווערמענט. לעגאל מעגן זיי נאר לאזן א קינד דארט פאר 6 חדשים , פארן אריינלייגן
אין א נייע פאמיליע. אבער די פאסטער קעיר היימען האבן געמאכט א יד אחת מיט די גאווערמענט און זיי לאזן די קינדער שימלען אין די דראג/גענג אינפעסטירטע היימען פאר יארן און די היימען מאכן שיין געלט….

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 4:38 pm
דורך berlbalaguleh
און ווער שמועסט נאך פון די "משפחה" וואו ס'איז דא צוויי טאטעס, רח"ל...! ווי דער באקאנטער "מאמר" גייט..."דזשאהנני האט צוויי טאטעס"...דאס אלעס איז צו פארדאנקען די "רעינבאו קאאלישן"...!

Re: הרב אתמר בן גביר

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 4:40 pm
דורך שערי יושר
זייער שרעקעדיג, א מנובל קען אליין עפענען א יתומים היים אריינעמען 9 קינדער און טון כל מה שחפץ לבו, און ער באקומט נאך באצאלט פאר יעדע קינד , wow

Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

Re: Our Unique Family - חרדי'שער טיקטאק משפחה אנטדעקט אלץ גו

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2023 4:43 pm
דורך שערי יושר
בילד
db-44 Hayim (1).jpg
Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk

Re: Our Unique Family - חרדי'שער טיקטאק משפחה אנטדעקט אלץ גו

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 7:38 am
דורך אלבערט איינשטיין
וואס איז מיט די טאטע? איז ער א יוד? קומט פון חרדישע בעקגראונד? צו מיינע אויגן קוקט ער אויס ווי א גר צדק פון גוטמאלא.

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 12:44 pm
דורך לייביש לעבאוויטש
אלבערט איינשטיין האט געשריבן:וואס איז מיט די טאטע? איז ער א יוד? קומט פון חרדישע בעקגראונד? צו מיינע אויגן קוקט ער אויס ווי א גר צדק פון גוטמאלא.
א פאלנער גוי

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 5:59 pm
דורך מיינע מחשבות

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 8:11 pm
דורך טראפעלע
מיינע מחשבות האט געשריבן:https://youtu.be/FpuE_ZZCo3s
ווי קומט דאס אריין דא?

Re: Our Unique Family - חרדי'שער טיקטאק משפחה אנטדעקט אלץ גו

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 9:06 pm
דורך דיכטער
שערי יושר האט געשריבן:בילד
db-44 Hayim (1).jpg
Sent from my SM-G996U1 using Tapatalk
אין מיינע אויגן קוקט כמעט קיינער נישט אויס אידיש אויף דער בילד, ס'קוקט אויס זייער קארני, איך וואלט געקענט באמערקן פון א מייל אוועק אז עפעס איז פישי...

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 12:51 am
דורך ביבער
די גאנצע מעשה איז זייער ווייטאגליך אבער אויך היפש מיסטעריעז און ווערט מער און מער פארצווייגט איעדן פארבייגייענדער טאג.

אין קאורט לעצטע וואך איז נישט געווען גוט פאר די טאטע, דער דזשאדזש האט אפגעווארפן דעם טאטנ'ס ביז יעצט סוקסעספולער שפיל-טענה אז ער איז טערמינעל קראנק, צוליב א ווידעאו -געכאפט דורך איינע פון די קינדער צוויי טעג בעפאר די ארעסט- ווייזט ווי ער שמייסט א קינד מיט א פאסיק און מיטן גאנצן כח שטייענדיג אויף די פיס, און ווי אויך אז קיין איין דאקטער האט ביזדערווייל נישט באשטעטיגט זיין קראנקהייט.

היינט איז צוגעקומען נאך דראמא ווען דער בחור שמריהו, דער וואס האט אריגינעל אריינגערופן צום פאדקעסט און אויפגעדעקט אלעס וואס גייט פאר, האט זיך צוקריגט מיט די פאדקעסטער. זיי האבן פארדעם געהאט גע'עפנט א גאו פאנד מי קאמפיין צוזאמען, ווייל זי וויל בעטן די טעקסעס קאורט צו אויפציען די דריי קלענערע ברודערס. זי טענהט גאר אז זעקה וויל נישט ווייל זי איז א קריסט, און אז שמריהו וויל געלט, און אז זיין לאיער איז א ראסיסט. די פאדקעסטער קוקט מיר אויס צו זיין גוט פארוקט און פארוואס שמריהו האט פונקט איר אריינגערופן איז נאר נאך איין מיסטעריע פון אלע אנדערע.


די דריי עלטערע קינדער זענען מיטן טאטן, און סאיז ערווארטעט זיי זאלן בעטן די קאורט אהיים צו נעמען די קינדער אונטער זייער אויפזיכט. בקיצור די מעשה איז ווייט פון גענדיגט.