בלאט 1 פון 5
הרב משה שיק, בן מוהרא"ש מברסלב, קומט ארויס קעגן טאטן
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 8:36 am
דורך [NAMELESS]
אין א דראמאטישע אינטערוויו איז דער בן זקונים פון אדמו''ר מוהרא''ש מברסלב ארויסגעקומען קעגן זיין אייגענעם טאטן, אויפדעקענדיג ווי אזוי ער האט זיך אויפגעפירט אונטער פארמאכטע טירן און צו אים אליין.
https://www.israelhayom.co.il/magazine/ ... e/13783229
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 8:40 am
דורך כלבאשבוע
כבודו של הרא״ש במקומו מונח אבער מוישי האט א קנאפע נאמנות, ביודעי ובמכירי
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 8:42 am
דורך [NAMELESS]
כלבאשבוע האט געשריבן:כבודו של הרא״ש במקומו מונח אבער מוישי האט א קנאפע נאמנות, ביודעי ובמכירי
דערצייל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 8:48 am
דורך כלבאשבוע
פרעג זיך נאך ביי ר׳ יהושע לייפער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 9:19 am
דורך [NAMELESS]
כלבאשבוע האט געשריבן:פרעג זיך נאך ביי ר׳ יהושע לייפער
הייסט די שיסט דיין סטעיטמענט, און יעצט דארף איך טוהן האומווארק צו פארשטיין דיינע ווערטער?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 9:48 am
דורך כלבאשבוע
ששון ושמחה האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:פרעג זיך נאך ביי ר׳ יהושע לייפער
הייסט די שיסט דיין סטעיטמענט, און יעצט דארף איך טוהן האומווארק צו פארשטיין דיינע ווערטער?
כבין דא צו זאגן מיין מיינונג, כבין נישט דא אויסצופאקן ברבים וואס כווייס אבער אז די פרעגסט פרטים גיב כדיר איין מראה מקום
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 11:02 am
דורך כלבאשבוע
נישטא קיין עקסטערע חידושים אינעם ארטיקל פאר ווער סקען די קאלט נאר אסאך ווייטאג פון מוישי, וועלמיר ווארטן אויף די סדרה צו זען צו מדעקט דארט יא אויף עפעס ניי
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 5:00 pm
דורך תרמב
עפעס גייט פאר אין ברסלב, יעדן צווייטן טאג א צווייטער, ממש א אונטערגאנג... יעדע משפיע טוט הטרדה מינית... די אייגענע קינדער באשולדיגן, איך זע דא פעטערן, דאס איז די דריטע ברסלבע משפיע וואס די קינדער באשולדיגן מיטן ערגסטן, קען זיין ס'איז דא נאך, אבער דריי ליגט מיר אין קאפ, אדער קען זיין עפעס טויג נישט ביי זיי אדער קען זיין אז דאס מסר'ן עלטערן איז א משוגעת וואס די ברסלב'ע האבן זיך לעצטנס אויסגעלערנט און מ'טוט זיך נאך איינע דעם צווייטן, און דאס מיינט אז מיט די צייט וועט זיך עס אריינכאפן ביי אנדערע חסידות'ן אויך, די דריטע מעגליכקייט וואס קען זיין איז וואס איך האלט אז דאס מאכט די מערסטע סענס איז אז ברסלב איז פשוט א גוטע פלאץ פאר קראנקע מוחות גרויס צו ווערן און אויסנוצן זייער שלעכטע נייגונגען, און דאס נעמט אבער נישט אוועק פון די חסידות כשלעצמה און פאר אלע זייערע וואוילע אידן וואס שיצן זיך אונטער אירע פליגלען.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 7:06 pm
דורך [NAMELESS]
מושי שיק האט זיך איינגערעדט אז ער גייט ירש׳ענען די מיליאנען פון זיין טאטן, און למעשה האט ער געזען אז ער וועט נישט. ער איז שוין געווען צעהארגעט מיט זיין פאטער בחייו, און אצינד האט ער מחליט געווען ארויסצוגעבן א טעלעוויזיע סעריע צו דעמעזשן פאר די יבניאל קהילה קאסע. דער ארטיקל איז נאר אן אדווערטייזמענט פאר די סעריע וואס וועט נאכפאלגן אויף כאן 11.
מוהרא״ש איז געווען א שווערע מענטש, אלע ווייסן עס. אבער די אלע בול-קרעפ פון הטרדות האט מושי יעצט ׳אויפגעדעקט׳ כדי די פרשה זאל קריגן פליגלען...
ווי האט יענער געזאגט? מושי זאגט אינעם אינטערוויו אז ער האט געזאגט פאר זיין טאטן אויפן קראנקן בעט אז ער איז אים נישט מוחל. דער וואס קען משפחת שיק ווייסט אז דאס איז די שפראך דארטן, זיי זענען זייער הארטנעקיגע לייט, ס׳מיינט גארנישט מער ווי א גוט מארגן און א גוטע נאכט. מוהרא״ש האט זיך נישט געקראצט דערפון, און מושי האט עס נישט געמיינט אזוי דראמאטיש. ס״ה נאך א קהילה שמוץ וועש וואס גייט יעצט הענגען און שטינקען.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 8:14 pm
דורך berlbalaguleh
ווי ס'זעהט אויס האט הרב מוישי שיק בלי שום ספק אן אגענדא. אבער בתוך הדברים זאגט ער עפעס אמת.
ער באשולדיגט דאך נישט זיין טאטע דעם צדיק אין הטרדה מינית. זיין טענה איז נאר אז זיין טאטע האט גארנישט געטון מעניש צו זיין דעם וואס האט איהם מאלעסטעד. ער האט עס נאר געטרייט צו פארדעקן.
די איבעריגע זאכן זענען אלעס לופטיגע טענות. אבי גערעדט.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2023 8:26 pm
דורך מתבודד
תרמב האט געשריבן: אז ברסלב איז פשוט א גוטע פלאץ פאר קראנקע מוחות גרויס צו ווערן און אויסנוצן זייער שלעכטע נייגונגען, און דאס נעמט אבער נישט אוועק פון די חסידות כשלעצמה און פאר אלע זייערע וואוילע אידן וואס שיצן זיך אונטער אירע פליגלען.
אדער איז פשוט ברסלב די איינציגסטע פלאץ ווי ס'דא פלאץ פאר א פשוט'ע מענטש גרויס צו ווערן. אין אנדערע פלעצער הרג'עט מען אפ א מענטש די רגע ער פאנגט אן ווערן גרויס.
חוץ מזה איז פשוט דא אין ברסלב 50 משפיעים מילא העט אייביג זיין דארט מער משוגע'נע מעשיות אויף די משפיעים...
אבער ס'ליגט טאקע א שטיקל אמת אין דעם אז וויבאלד יעדער קען ווערן גרויס אין ברסלב ווערן טאקע מענטשן משפיעים כאטש זיי זענען נישט ראוי (גראדע האלט איך נישט אז דאס איז די קעיס מיט מוהרא"ש זצ"ל), אבער כנ"ל איז דאס נאר וויבאלד מ'האט דארט בכלל די מעגליכקייט גרויס צו ווערן, און די ליכטיגע זייט דערפון איז פי כמה גרעסער ווי די טונקעלע. שטעל דיר נאר פאר הרה"צ רי"מ שכטר זאל ווען זיין א בעלזער, וואלט ער געווען עפעס אן אלטער מגי"ש אין ישיבה וואס וואלט איבערגעזאגט די תורות פונעם רבי'ן פרייטאג צונאכטס נאכן טיש פאר א קופקע שוואנצאנים... אדער הרה"צ רי"מ מורגנשטערן אלס א סאטמארער חסיד וואלט געווען עפעס אן אפגעריסענע משפיע אין קווינס וועם קיינער וואלט נישט אנגעקוקט...
נשלח: מוצ"ש מערץ 11, 2023 11:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מתבודד האט געשריבן:שטעל דיר נאר פאר הרה"צ רי"מ שכטר זאל ווען זיין א בעלזער, וואלט ער געווען עפעס אן אלטער מגי"ש אין ישיבה וואס וואלט איבערגעזאגט די תורות פונעם רבי'ן פרייטאג צונאכטס נאכן טיש פאר א קופקע שוואנצאנים... אדער הרה"צ רי"מ מורגנשטערן אלס א סאטמארער חסיד וואלט געווען עפעס אן אפגעריסענע משפיע אין קווינס וועם קיינער וואלט נישט אנגעקוקט...
און די וועלט וואלט אסאך שענער אויסגעקוקט אזוי.
נשלח: מוצ"ש מערץ 11, 2023 11:25 pm
דורך מתבודד
וואס איז ביי איינעם שיין איז ביי א צווייטן מיאוס וכן להיפוך. ודוק.
נשלח: מוצ"ש מערץ 11, 2023 11:35 pm
דורך ליימדארפער
די מציאות פון היסטאריע איז.
קיין איין ברעסלעווע משפיע צו פירער, האט נישט מצליח געווען אז זיינע קינדער זאלן ממשיך זיין פון אים.
קוקט נאך איינס ביי איינס. אנגעהויבן ביים ערשטן - ביז היינט.
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 1:25 am
דורך שמעון וואלף
ליימדארפער האט געשריבן:די מציאות פון היסטאריע איז.
קיין איין ברעסלעווע משפיע צו פירער, האט נישט מצליח געווען אז זיינע קינדער זאלן ממשיך זיין פון אים.
קוקט נאך איינס ביי איינס. אנגעהויבן ביים ערשטן - ביז היינט.
דאס איז נישט מער ווי נארמאל.
לאמיר זאגן ברסלב האט טויזענט אנהענגער. א משפיע שטארבט, וואס זענען די שאנסן אז זיין זון זאל זיין די מערסטע ראוי צו איבערנעמען? איינס אין טויזענט. טא, פארוואס וואלסטי עקספעקטעט אז ס'זאל אויסקומען אז פונקט זיין זון זאל איבערנעמען?
דאס וואס עס פאסירט אזוי אין אנדערע פלעצער, איז צוליב א ספעציעלע
וואונדערליכע השגחה פרטית.
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 1:42 am
דורך מתבודד
דער בעש"ט האט נעבעך נישט זוכה געווען צו דעם מורא'דיגן השגחה פרטית. און אזוי אויך משה רבינו.
קען זיין ס'נאר געמאכט פאר ספעציעלע מיוחדים...
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 5:29 pm
דורך טאמבל סאס
אַקין העלל! שטארקע אנטדעקונג און קודאס צו מושי פאר'ן שערן. כמעט יעדע פאראגראף זאגט עפעס פראָפאונד און לאזט איבער א שטארקען רושם. כ'קען נישט ווארטן פאר די סדרה.
מוישי: "יומיים לאחר פטירת אבי קיבלתי טלפון מאחד ממקורביו, שאמר לי 'יש לי הקלטה שבה שומעים את אביך מדבר נגדך. או שההקלטה תתפרסם - או שתיקח מיליון דולר ותעזוב'. אמרתי לו 'שכחת עם מי אתה מדבר. שם המשפחה שלי הוא שיק, ועל שיק לא מאיימים. תצטרך להרוג אותי'.
המטרה העיקרית בחיים שלי, כרגע, היא להוציא לאור את האמת. לספר מה בדיוק קרה ולטהר את שמי. אני לא אעצור גם אם אצטרך לעשות זאת בזחילה על הרצפה. האמת תנצח".
שכוח ששון פאר'ן שערן.
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 5:42 pm
דורך טאמבל סאס
שמעון וואלף האט געשריבן:ליימדארפער האט געשריבן:די מציאות פון היסטאריע איז.
קיין איין ברעסלעווע משפיע צו פירער, האט נישט מצליח געווען אז זיינע קינדער זאלן ממשיך זיין פון אים.
קוקט נאך איינס ביי איינס. אנגעהויבן ביים ערשטן - ביז היינט.
דאס איז נישט מער ווי נארמאל.
לאמיר זאגן ברסלב האט טויזענט אנהענגער. א משפיע שטארבט, וואס זענען די שאנסן אז זיין זון זאל זיין די מערסטע ראוי צו איבערנעמען? איינס אין טויזענט. טא, פארוואס וואלסטי עקספעקטעט אז ס'זאל אויסקומען אז פונקט זיין זון זאל איבערנעמען?
דאס וואס עס פאסירט אזוי אין אנדערע פלעצער, איז צוליב א ספעציעלע
וואונדערליכע השגחה פרטית.
"איינס אין טויזנט", ס'קען אפילו זיין נאכווייניגער, אויב צווישן די אנהענגער זענען אין אמת'ן אריין דא אפאר אירע וואס זענען
אלעמאל געווען אפי' מער ראוי פונעם טאטן.. דאן איז הרב שיק אליינס אן איינס פון טויזנט אויך נישט געווען.
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 6:21 pm
דורך [NAMELESS]
@טאמבל סאס איך בין דיר מציע נישט צו טאנצן צו קיין מסקנות אזוי ווי ביי הרב טאו...
דא גייט גארנישט קומען אויסטערליש. איך קען דיר פאראויסשרייבן די גאנצע סקריפט פונעם סדרה. אפאר אפגעפארענע מיידלעך און בחורים וועלן באשולדיגן אז זיי קענען נישט צו זיך קומען פון די ניצולים וואס זיי זענען אריבערגעגאנגען, עפעס א מומחה לעניני בולתא דשיטא גייט מסביר זיין אז מוהרא"ש איז געווען אן אקסיאנשאטראפיל און האט געליטן אויף כעסיאנע סינדראם, און מושי גייט זיך לכאורה צעוויינען ביים לעצטן עפיזאד.
דאס איז סתם א קהילה פאליטיק, נישטא וואס צו ווערן עמאציאנאל. (איך גיי נישט קיין יבניאל געבן געלט און איך לאך פון ברסלב, דאך אבער).
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 6:26 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:ליימדארפער האט געשריבן:די מציאות פון היסטאריע איז.
קיין איין ברעסלעווע משפיע צו פירער, האט נישט מצליח געווען אז זיינע קינדער זאלן ממשיך זיין פון אים.
קוקט נאך איינס ביי איינס. אנגעהויבן ביים ערשטן - ביז היינט.
דאס איז נישט מער ווי נארמאל.
לאמיר זאגן ברסלב האט טויזענט אנהענגער. א משפיע שטארבט, וואס זענען די שאנסן אז זיין זון זאל זיין די מערסטע ראוי צו איבערנעמען? איינס אין טויזענט. טא, פארוואס וואלסטי עקספעקטעט אז ס'זאל אויסקומען אז פונקט זיין זון זאל איבערנעמען?
דאס וואס עס פאסירט אזוי אין אנדערע פלעצער, איז צוליב א ספעציעלע
וואונדערליכע השגחה פרטית.
עס גייט מיר טאקע נישט אריין אין קאפ פארוואס ס'איז דא אידען וואס פארשטייען אז עס איז פארשטענדליך אויפצונעמען א קינד אלס א מנהיג רוחני בלויז ווייל זיין טאטע/זיידע איז געווען א מנהיג רוחני און א איש על העדה?? אפילו דער אייניקל איז זייער ווייט אפי' פון צו זיין א מלמד פאר קינדערגארטן קינדער!!! בו בעת וואס די זעלבע מענטשן וועלן נישט פארשטיין פארוואס אידען אין די מדבר האבן געוואלט אויפנעמען א "עגל" אלס א מנהיג רוחני?!?! גיי פארשטיי...
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 7:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך קען דיר העלפן עס אריינשטופן אין קאפ, די נקודת המחלוקת איז אלץ וואס איז די ציהל פונם אזויגערופענעם מנהיג. אויב די ציהל פון א מנהיג איז צו ציען דעם יוגנט צו עקסטרעמיזם, self-denial, און מזוכיזם דאן ביזטו גערעכט, זאל מען אויסוועלן אזא איינעם וואס טונקט זיך אין סיגופים און נזירות ביז איבער'ן נאז און האט נאך קיין גוטן גשמיות'דיגן טאג אין זיין לעבן געזעהן, אזא איינער וואס האט אזוי פיינט דאס מענטשליכן מין אז ער ווערט טריגערט פון א פשוט'ן שטיקל סטעיק, און ער זאל פירן די גאנצע סטאדע אין תהום אריין. אויב אבער איז די ציהל פון א "מנהיג" פשוט צאמצוהאלטן די קהילה און עס פארטרעטן ביי ציבורישע מעמדים א.א.וו. דאן איז נישט מער ווי רעכט אויסצואוועלן אזא איינעם וואס האט די מערסטע אינסענטיוו זיכער צו מאכן אז ער גיבט עס ווייטער איבער פאר'ן נעקסטן דור אין כאטש נישט אין אן ערגערן צושטאנד ווי ווען ער האט עס באקומען, דערפאר וועלט מען אויס איינער וואס אין די קהילה שטעקט דעם גוטן נאמען פון זיין טאטע און זיידע, ער מאכט א גרויס טייל פון זיין פרנסה פון די ריעל עסטעיט פון די קהילה, זיינע קינדער און איידעמער זענען אלע איינגעשטעלט אין די קהילה, און אין די קהילה זעהט ער די פינאנציעלע עתיד פון זיינע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות.
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 8:01 pm
דורך [NAMELESS]
אלעס פיין און וואויל, אבער קוק איבער מיין תגובה איך רעדט נישט פון א קעניגליכע דיינעסטי וואו ענגלאנד אדער סאודיע אראביע, מאראקא. די מדובר איז דא צו ממנה זיין א מנהיג רוחני, א איש וואס איז קוואליפיצירט און באהאווענט צו מדריך זיין אידן את המעשה אשר יעשון.
נשלח: זונטאג מערץ 12, 2023 8:20 pm
דורך ליימדארפער
איך האב דעם געשיכטע שוין געזען אויף יוטוב אפאר יאר צוריק. וואס איז יעצט ווידער געשען?
איך זע נישט קיין חידושים צו פרישע אויפדעקונג.