הרב אתמר בן גביר

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

הרב אתמר בן גביר

שליחה דורך כוואליעס »

יעצט ווען מיר שטייען אין די געהויבענע טעג צווישן די הייליגע יום טוב פורים און די פארכטיגע יום טוב פסח איז נישט מער ווי פאסיג זיך אראפצוזעצן און א בליק טון איבער די גדולים פון די דור, די ראשי העם, נשיאים דורינו, די בעלי מסירות נפש פונעם דור.
עס איז דא איין איד (און אפשר מער ווי איין) וואס גייט אריין אין יעדע פון די קאטעגאריעס וואס מען האט דא אויסגערעכנט, און דאס איז נישט קיין צווייטער ווי דער וועלט בארימטער אלעמען באקאנטער קדוש אלוקי שכל כולו מסור לשי"ת ה"ה הרב הצדיק "אתמר בן גביר" שליטא יהא זכרו ברוך
די אמת איז, אז ווער בין איך "מי אנכי" צו שטיין בכלל אין ווארט און באשרייבן האי גברא רבה, אבער חז"ל האבן אונז אויסגעלערנט אז במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש, נאכן זיכן און נישטערן אין די אוצרות דא אויף'ן שטיבל האב איך אנדעקט אז קיינער האט נאכנישט געשריבן איבערן רעבי'ן האב איך נישט געצעגערט קיין צוויי און זיך געזעצט שרייבן די דאזיגע שורות, און אט ליינט און האט הנאה.

שוין אלס יונגע בחור האט די רב שוין ארויסגעוויזן גרויס העלדישקייט און ברייט געוואגטקייט ווען עס קומט צו באקעמפן די הייליג לאנד "ארץ ישראל" געווען איז דאס אין איינס פון די ערגסטע צייטן פון אידישע און וועלטליכע היסטאריע ווען די עוכר ישראל יצחק רבין שר"י האט אפגעהאלטן זיינע עקאלהאפטיגע שמוציגע שריט וואס זענען ניטאמאל ווערד ארויפגעברענגט ווערן אויפן פאפיר, און אט די צייט ביי איינע פון די שטורעמישע הפגנות האט די רב שליטא זיך ארויסגעשטעלט צו די פרעסע האלטענדיג און די הענט די דגם (די סימב'ל) פון די קאר פון יצחק רבין און אויסגערופן מיט פאטאס "אונז זענען אנגעקומען צו די קאר פון רבין, און אונז וועלן אנקומען צו אים" און טאקע א קורצע צייט דערוף איז דער ראבין דערשאסן געווארן צום טויט
https://youtu.be/JQ0sXLyOQeg

איינס פון די ליידיגע טענות וואס די לינקע אנארכיסטן שטעלן ארויס כסדר קעגן רב איז "עשית צווה???" די אמת איז אבער אז די רב האט זיך איינגעשריבן צו דינען אין מיליטער, נאר די מיליטער האט אים נישט געווילט אננעמען וויבאלד ער איז צו קיצוני

גלייך פאר מדינת ישראל איז אריינגעפאלן אין די אזויגערופענע 'דיטש' דאס איז ווען קיין שום זייט האט נישט געקענט אויפשטעלן קיי רעגורונג פון 61 בענקלעך, האט די רב אויפגעשטעלט זיין אייגענע פארטיי מיטן נאמען עוצמה יהודית, אנהייב האט יעדער געלאכט פון אים יעדער האט זיך גערעגט אויף אים אז ער לייגט אריין אזויפיל שטימעס אין גארביטש, איך געדענק נאך ווי ביי די ערשטע בחירות האט ער באקומען בערך 150 טויזענט שטימעס און אלעס איז געגאנגען אין פך, ביי די צווייטע בחירות האט ער שוין נאר באקומען ארום 30 טויזענט שטימעס, ביז ביבי האט אים צאם געשטעלט מיט סמאטרידזש איז קוים בקושי אריבער די צאל אריינצוגיין אין כנסת, אבער אזוי ווי ער איז נאר אריין אין כנסת און די עולם האט געזען צו וואס ער טויגט האבן זיך זיינע סטאק'ס געהויבן ביז ער איז אנגעקומען צו א מצב פון מאשפות ירום אביון וראו כל עמי הארץ וכו' ויראו ממך.

היינט ב"ה זיצט די רב על כסה מלוכה זייענדיג די גרעסטע כלל טוער פאר יודישע קינדער אינעם היינטיגן דור, די רב איז פארנומען צו לוחם זיין מלחמות השם אויף אלע פראנטען סיי מיט די אראבער'ס און סיי מיט די לינקע, ב"ה ביי ביידע זעט מען שטארק סוקסעס, זאל די אייבעשטער טאקע העלפן די רב שליטא זאל מאריך ימים זיין על ממלכתו ועל כסה מלכותו און ער זאל אונז קעגן פירן משיח צדקינו בב"א



נ.ב. דאס אלעס איז געשריבן געווארן בלויז פון זיכרון ארויס, אויב זעט איר אז עפעס איז נישט ריכטיג דאן זייט שנעל מעורר די עולם, וכל המוסיף מוסיפין לו……..
באניצער אוואטאר
שערי יושר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 06, 2023 5:07 am
געפינט זיך: ישיבת שערי יושר
האט שוין געלייקט: 697 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

שליחה דורך שערי יושר »

איר האט נישט ארויסגעברענגט זיינע אויפטוען, נאר געשריבן טיטלען.
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

נו ביסט מכובד
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

איך בין א שטארקע שטיצער פון בן גביר, אבער העצן אויף וויילענס איז ווראנג, אפילו ווען זיין מטרה איז ריכטיג איז עס נישט מקדש די אמצעי, די רציחה פון ראבין איז א בושה אויף די רעכטע לאגער, ס'נישטא וואס זיך צי גרויסן מיט דעם.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

אויסדריקליך נישט!! איך וואלט אפשר נישט געהארגעט ראבין אבער דאס וואס רבין האט געטון איז א חרפה און א בושה, א פלעק אויף היסטאריע
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
צוזאמגעדרייט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 568
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 03, 2022 9:27 pm
געפינט זיך: גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן...
האט שוין געלייקט: 1344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1231 מאל

Re: הרב אתמר בן גביר

שליחה דורך צוזאמגעדרייט »

אתמר בן גביר איז לדעתי א טעראר פירער.

ניין איך קום נישט פון קיין אנטי ציוניזם פערספעקטיוו.

אז איך וועל האבן צייט און נערווען, וועל איך אי"ה שרייבן, לכאורה אן אשכול פאר זיך.
איך זוך נאָך אַ קאָו-סיינער [Co-signer]
באניצער אוואטאר
נעקסט לעוועל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 08, 2021 12:58 pm
האט שוין געלייקט: 427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 507 מאל

שליחה דורך נעקסט לעוועל »

צוזאמגעדרייט האט געשריבן:אתמר בן גביר איז לדעתי א טעראר פירער.

ניין איך קום נישט פון קיין אנטי ציוניזם פערספעקטיוו.

אז איך וועל האבן צייט און נערווען, וועל איך אי"ה שרייבן, לכאורה אן אשכול פאר זיך.
ער האטזעך אביסל בארואיגט נאכן אריינגיין אינעם תפקיד
יכול להיות ער איז איז ראדיקאל אבער פארפאלן אין דרך אחרת לדעתי
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

איך קען בן גביר פערזענליך, און נאכן זיין א שבת ביי אים אין שטוב, האב איך אים נאך בעסער קענען געלערנט.
קודם כל, פארוואס רופסטו אים רבי, רב, ווייסעך וואס... ער איז א פירער, א פאליטיקאנט, פיין, דאס איז ער. מאך אים נישט פאר קיין כאכאם...

ער איז די חלום פון הרב כהנא הי''ד - און פון יעדן רעכטדענקענדע יוד - און די שטימע פון די אומצאליגע קדושים אין הייליג לאנד און אין די גלות לענדער, די לעצטע תקופות.
אוודאי האבן עהם די לינקע נישט ליב, און אויך ווער ס'איז לינק געשטימט, ליבן עהם באזונדער נישט, און ס'איז א שאד די שפייעכץ די אויסטוישן א דיאלאג מיט א לינקער - וועגן אים.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

ליימדארפער האט געשריבן:איך קען בן גביר פערזענליך, און נאכן זיין א שבת ביי אים אין שטוב, האב איך אים נאך בעסער קענען געלערנט..
דערצייל אביסל ווי אזוי האט זיך געגעסן ביי אים? וועלכע כל מקדש זינגט ער?
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

דערהויבענע איד האט געשריבן:
ליימדארפער האט געשריבן:איך קען בן גביר פערזענליך, און נאכן זיין א שבת ביי אים אין שטוב, האב איך אים נאך בעסער קענען געלערנט..
דערצייל אביסל ווי אזוי האט זיך געגעסן ביי אים? וועלכע כל מקדש זינגט ער?
דאס איז געווען פאר אכט יאר צוריק, און ער האט געהאט זיין היבש פיזיש קראנקער פאטער אין שטוב, און האט זיך אפגעגעבן מיט אים זייער שטארק.
ס'איז אים געווען א חידוש צו הערן, אז יודען וואוינען אין חוץ לארץ, און ס'אינטערעסירט זיי נישט, אז מ'דארף מער פאריודישען חברון און דעם ארום.
ער איז א בעל תשובה, ווייל ער איז אנגעקומען צו הרב הקדוש מאיר כהנא ז''ל, איז ער קוים געווען א שומר מצוות. א יונגע לעבעדיגער נשמה, און האט געשמעקט אז ס'דא עפעס א תכלית און האט באלד זיך אנגעהויבן פירן ארטאדאקסיש, און מיטגעשלעפט זיינע עלטערן.
שפעטער איז ער געווען דער געוואגטער בחור וואס האט זיך ארויסגעשטעלט ביי יעדע אומרעכט אין די שטחים.
מ'קען זען אז אין עהם פלאקערט א אהבה צו אוטענטישע יודישקייט ביז מסירות נפש, און נישט בלויז לשם פוליטיקה. און אזוי זיין עקרת הבית און קינדערלעך די זיסינקעס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אסאך טעותים, אבער איין יסודות׳דיגע גרייז.

דער רב האט נישט געעפנט עוצמה יהודית, און אויך נישט בעפאר די לעצטע בחירות. ער האט עס געגנב׳עט פון ברוך מרזל.
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

יהורם האט געשריבן:אסאך טעותים, אבער איין יסודות׳דיגע גרייז.

דער רב האט נישט געעפנט עוצמה יהודית, און אויך נישט בעפאר די לעצטע בחירות. ער האט עס געגנב׳עט פון ברוך מרזל.
פארוואס זאגסטו גע'גנב'ט? כ'האב געמיינט זיי ארבעטן האנט ביי האנט?
און בכלל איז עס געווען מיכאל בן ארי וואס איז געלאפן מיט דעם, ווען ברוך מרזל איז נישט געווען קיין קאנדידאט אמאל - לפי ידיעתי.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ער האט הוראה? אדער דו מיינסט מלשון הרב את ריבנו?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

איך וועל דיך דן זיין לכף זכות און זאגן אז אז דאס איז געשריבן געווארן אין א פורים'דיגן גייסט.

איתמר בן גביר איז נישט קיין רב.

עוצמה יהודית איז נישט קיין נייע פארטיי עס איז א פארטיי וואס איז שוין אריבער אסאך גלגולים און איז קיינמאל נישט אריבער די אחוז החסימה אליינס, פאר די בחירות וואס איז געווען לעצטנס האט ברוך מרזל געזאגט אז די פארטיי פארטרעט עם נישט (מרזל איז אמאל געווען א קאנדידאט און איז געווארן געפסל'ט דורך בג"ץ) דאס איז ווייל בן גביר איז שוין נישט מער זייער מיליטאנטיש.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

קהל'ס נער האט געשריבן:איך בין א שטארקע שטיצער פון בן גביר, אבער העצן אויף וויילענס איז ווראנג אפילו ווען זיין מטרה איז ריכטיג איז עס נישט מקדש די אמצעי, די רציחה פון ראבין איז א בושה אויף די רעכטע לאגער, ס'נישטא וואס זיך צי גרויסן מיט דעם.
מעג איך זיך דינגען, אדער כ'על הייסן א טעראריסט?
כ'האב שוין געשריבן מיין מיינונג אויף געוואלדטאטן נאך די Jan. 6 פראטעסט, געוואלדטאטן קענען יא זיין בארעכטיגט אמאל.
און ביי טעראריסטן אויב דנר מוסולמענישע טעראריסט עט וויסן אז זיין חברים, משפחה, ווייב, און יא אויך זיינע קינדער, קענען צוריקכאפן פאר דעם וואלט ער אנדערש געטראכט. ווען איך בין געווען אין 'בת עין' האט מיר איינער פון 'די בת עין אנדערגראונד' דאס מסביר געווען, און געוויזן אז ס'ארבעט, 'מושב בת עין' איז פון די איינציגסטע וואס האבן נישט קיין געהעריגע צוים אפצוהאלטן אריינדרינגער'ס, פארוואס ווייל זיי פלעגן צוריקטיילן, טייל אראבער'ס אין די אומגעגנט רופן אן די מושב 'די משוגענע בארג' און זיי ציטערן.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

יאפ, געדענק איך טאקע כ'בין דארט געווען אלס בחור און כ'האב געזאגט דארטן פאר איינעם אז ב''ה די חיילים זענען דא אכטונג צו געבן אויף אונז, ענפערט ער מיר, ''לאאאא...הם שומרים אותם...'' כלומר זיי היטן אויף די אראבער....
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

אלע צוזאמען האט געשריבן:
מעג איך זיך דינגען, אדער כ'על הייסן א טעראריסט?
כ'האב שוין געשריבן מיין מיינונג אויף געוואלדטאטן נאך די Jan. 6 פראטעסט, געוואלדטאטן קענען יא זיין בארעכטיגט אמאל.
און ביי טעראריסטן אויב די מוסולמענישע טעראריסט עט וויסן אז זיין חברים, משפחה, ווייב, און יא אויך זיינע קינדער, קענען צוריקכאפן פאר דעם וואלט ער אנדערש געטראכט.ווען איך בין געווען אין 'בת עין' האט מיר איינער פון 'די בת עין אנדערגראונד' דאס מסביר געווען, און געוויזן אז ס'ארבעט, 'מושב בת עין' איז פון די איינציגסטע וואס האבן נישט קיין געהעריגע צוים אפצוהאלטן אריינדרינגער'ס, פארוואס ווייל זיי פלעגן צוריקטיילן, טייל אראבער'ס אין די אומגעגנט רופן אן די מושב 'די משוגענע בארג' און זיי ציטערן.
די האסט נישט פארשטאנען וואס איך שרייב, אוואדע ווען אראבערס טעראריזירן דארף מען זיי צוריקגעבן מנה אחת אפים אז זיי זאלן ציטערן פונעם ווארט יהודי ווי פונעם טייוול אליין, אבער ווען מען האנדלט מיט א פאליטישע שונא דוגמת יצחק רבין איז די מהלך צו גיין פאליטיש און נישט דורך (העצן אויף) וויילענס, ווייל אויב יא וועט די מדינה אויסזעהן ווי די אראבישע לענדער וואס ווערן חרוב ווייל מען שלאגט זיך אויס די פאליטיק דורך טעראר און נישט אין א הויז פון רעפרעזענטיטיווען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

א רב מיין איך אז ער איז א 'פירער' נישט סתם א פאליטיקאנט, ער איז לוחם מלחמות השם ער קעמפט פאר די טובה פון אידן פאר די טובה פון ארץ ישראל.
סתם אזוי, איך האב עס נישט געמיינט ערנסט :D
איך האב נאר געווילט עפענען אן אשכול איבער אים, כדי צו הערן מער אינפארמאציע און היסטאריע איבער אים, איך שרייב נישט געווענליך קיין היסטאריע
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

דערהויבענע איד האט געשריבן: יאפ, געדענק איך טאקע כ'בין דארט געווען אלס בחור און כ'האב געזאגט דארטן פאר איינעם אז ב''ה די חיילים זענען דא אכטונג צו געבן אויף אונז, ענפערט ער מיר, ''לאאאא...הם שומרים אותם...'' כלומר זיי היטן אויף די אראבער....
געדענק איך טאקע ווען כ'בין דארט געווען און זיי געפרעגט וויאזוי זיי האבן נישט מורא, און מ'הערט טאקע פון גאר ווייניג טעראר אטאקעס דארט, האבן זיי מיר דערציילט אז מ'האט דארט אמאל געכאפט אן אראבער וואס האט זיך אריינגעכאפט דורכפירן א טעראר אטאקע, מ'האט אים אויסגעטון ווי אדה"ר פארן חטא און צו'מזיק'ט די ביינער כדי להמית, (אדער להמית ממש. כ'געדענק נישט) אנגעפארבט רויט גרין אין ווייס אזוי ווי זייער פאן און באישון ליל אים דעליווערט צוריק אריין אין שטעטל פון ווי ער איז געקומען...

לויט ווי יענער טענה'עט איז א לאנגע צייט נאכדעם געווען שטיל ביי זיי אין שטעטל...

אגב @אלע צוזאמען, האסט געכאפט א טבילה אינעם ארטיגן מעיין? (מיט די פישלעך אינאיינעם...)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מתבודד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

ער השר איתמר וואוינט אין חברון אויבן אויפ'ן בארג וואס הייסט 'גבעת האבות', און דארט איז טאקע ארומגענומען מיט א גדר, און ס'איז פארמאכט פונעם ארום, און זיי וואוינען מער באשיצט. אויך וואוינט דארט דער באקאנטער 'בנציון גופשטיין' יו''ר להבה - צו ארויסכאפן יודישע מיידלעך פון אראבישע הענט.

דאקעגן ברוך מרזל וואוינט אין הארץ פון די אראבערס - און צווישן זיי, אן קיין גדר און אן קיין מורא... זיי ציטערן פון עהם ווי דער טייוול. און אויב איר גלייבט נישט אז אראבערס ציטערן פון עהם, מאכט א שטיקל זוך פון די ווידיאוס וואס צירקולירן פון דארט. אז ווי ער גייט לויפט מען אוועק. ער שפארט נישט קיין מתנות...
יענע געגענד הייסט תל רומיידה, און ס'מיר געווען אזא פחד ווען כ'בין געווען אויף זיין גאניק, און געזען די ארום, און בשעת מעשה האט זיך געטון א שיסעריי ערגעץ דארט, און ברוך האט אזוי רואיג באוואסערט זיינע בלומען... חחחח
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

מ'ציטערט פון ברוך מרזל? קען זיין. אבער מיר האט ער געוויזן א שיינע פאר בולעט לעכער טאקע אויף יענעם גאניק, די וואנט און די פענסטער...
ווי אויך האט ער דארט א watch dog. און ער וואוינט נישט ממש אין הארץ פון די אראבער ס'איז פשוט אביסל אינדרויסן פון שכונת אברהם אבינו.
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
ליימדארפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 9:56 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 136 מאל

שליחה דורך ליימדארפער »

מתבודד האט געשריבן:מ'ציטערט פון ברוך מרזל? קען זיין. אבער מיר האט ער געוויזן א שיינע פאר בולעט לעכער טאקע אויף יענעם גאניק, די וואנט און די פענסטער...
ווי אויך האט ער דארט א watch dog. און ער וואוינט נישט ממש אין הארץ פון די אראבער ס'איז פשוט אביסל אינדרויסן פון שכונת אברהם אבינו.
דא האב איך א ווידיאו פון זיין הויז, ער איז זיכער נישט באשיצט דארט - אויך אויב ס'איז ווי דו זאגסט - אין די עק פונעם געגענד

https://home.walla.co.il/item/2834670
פארשפארט