שטיצט די היימישע עקאנאמיע קאמפיין

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
אמת לאמיתה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 19, 2023 7:42 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שטיצט די היימישע עקאנאמיע קאמפיין

שליחה דורך אמת לאמיתה »

קויף ביי מיר קאמפיין, אמאי?

איך זע אז ס׳ווערט יעצט געפירט א קאמפיין איינצוקויפען אין היימישע געשעפטען. די פלאקאטאן זענען אפילו מסביר “געמיר נישט קיין קמחה דפסחה, קויף ביי מיר״.

לפי עניות דעתי איז דאס א ספין וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס.
ס׳האט נישט קיין שום לאגיק.

פון דעם אז מ׳דארף פירען אזא קאמפיין איז דאך משמע אז די קונים גייען ערגעץ אנדערש, ווייל פון א פינאציעלע שטאנדפונקט איז עס בעסער. זאגט דער פלאקאט ניין! טו נישט וואס איז דאס בעסטע פאר דיין אייגען טאש, וחי אחיך עמך, האב אינזין א ברודער און קויף ביי אים.

ביסט א ביזנעס אדער א צדקה ארגענעזאציע. ביסט א ביזנעס, earn my business. ביסט א צדקה ארגענעזאציע, שטעל דיך אין די ליין און כ׳וועל דיר געבען כפי יכלתי.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז אין זייער אסאך פעלער רעדט מען נישט צווישען קמחה דפיסחא און פרנסה בדרך כבוד, נאר צווישען א האלבע רעדל און א גאנצע.

וואס עפעס דארף דער היימישער צוביר צאלען א טייערע פרייז צו שטיצען א ברודער, אפשר זאל דער היימישער געשעפט-מאן געבען די ביליגסטע וואס איז שייך פאר א ברודער.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אה עס האט שוין א קעגנער אויך, ב"ה פאר דעם.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז דאך א דבר פשוט אז מ'מוז איינקויפן ביי די היימישע עקאנאמיע, קען מען דען קויפען הונדערט דאלארדיגע ער"פ מצות אין די אלגעמיינע עקענאמיע?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

אמת לאמיתה האט געשריבן:קויף ביי מיר קאמפיין, אמאי?

איך זע אז ס׳ווערט יעצט געפירט א קאמפיין איינצוקויפען אין היימישע געשעפטען. די פלאקאטאן זענען אפילו מסביר “געמיר נישט קיין קמחה דפסחה, קויף ביי מיר״.

לפי עניות דעתי איז דאס א ספין וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס.
ס׳האט נישט קיין שום לאגיק.

פון דעם אז מ׳דארף פירען אזא קאמפיין איז דאך משמע אז די קונים גייען ערגעץ אנדערש, ווייל פון א פינאציעלע שטאנדפונקט איז עס בעסער. זאגט דער פלאקאט ניין! טו נישט וואס איז דאס בעסטע פאר דיין אייגען טאש, וחי אחיך עמך, האב אינזין א ברודער און קויף ביי אים.

ביסט א ביזנעס אדער א צדקה ארגענעזאציע. ביסט א ביזנעס, earn my business. ביסט א צדקה ארגענעזאציע, שטעל דיך אין די ליין און כ׳וועל דיר געבען כפי יכלתי.

איך רעד שוין נישט פון דעם אז אין זייער אסאך פעלער רעדט מען נישט צווישען קמחה דפיסחא און פרנסה בדרך כבוד, נאר צווישען א האלבע רעדל און א גאנצע.

וואס עפעס דארף דער היימישער צוביר צאלען א טייערע פרייז צו שטיצען א ברודער, אפשר זאל דער היימישער געשעפט-מאן געבען די ביליגסטע וואס איז שייך פאר א ברודער.
איך קריג מיך למחצה ולשליש, אזוי ווען מען האנדלט מיט גרויסע קאמפאניס ביסטו גערעכט די באורדען איז אויף זיי מיך צימאכן קויפן ביי זיי צו דורך געבן בעסערע סערוויס צו דורך בעסערע פרייזן, וכן מיט א קאמפעני וואס טיט שטיק כגון מאכן א מאנאפאל אדער רייסן געלטער פשוט ווייל זיי קענען.
אבער ווען מען רעדט מיט א קליינע קאמפעני אדער סטאר אדער דיין חבר די עלעקטרישען אדער דיין שכן די דשערקי-פלעטער-מאכער און שטעלט צי סערוויס, טוט נישט קיין קרימע שטיק, און יא איז טאקע אביסל טייערער ווי דעם גוי, לדעתי דארף מען עים יא שטיצן, געב עים נישט קיין קמחא נאר ענדערש ניץ עים און צאל אפאר דאלער מער, ער דארף נישט דיין קמחא (צומאל יא), אויב ווילסטו עים העלפן דעמאלטס העלף עים אוועקשטעלן זיין ביזנעס.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
חב''ד הויזן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 403
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 14, 2022 12:00 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

שליחה דורך חב''ד הויזן »

און איך וועל צולייגן, אז די פאקט אז היימישע געלט בלייבט אין די היימישע עקאנאמיע בענעפירט יעדן איינעם. פארשטייט זיך, אזויווי דו האסט געזאגט, מ'רעדט נישט פון די וואס רייסן געלט ווייל... פארוואס נישט.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: שטיצט די היימישע עקאנאמיע קאמפיין

שליחה דורך טאמבל סאס »

ווער עס טראכט אריין א מינוט, די גאנצע פלאקאט אדער מים מאכט נישט קיין סענס. קמחא דפסחא באקומען נישט די ביזנעסער. קמחא דפסחא באקומען אונז פשוטע מענטשן (פון די ביזנעסער) צו קאמפענסעיטן פאר די געפעפערטע פרייזן, פאר פראדוקטן ווי כשרס און דזי ענד דזי קלאוטהינג, וואס מיר צאלן זיי אגאנץ יאהר.
א פיהל בעסערע פלאקאט וואלט געדארפט לויטן: גיבט מיר נישט קיין קמחא דפסחא, לערנט מיר אויס א פאך!

אפשר ווילן זיי אז מיר זאלן די קמחא דפסחא אויכעט אויסצאלן. דאס קאן זיין.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
שרייבען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 12, 2022 9:05 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

שליחה דורך שרייבען »

חב''ד הויזן האט געשריבן:און איך וועל צולייגן, אז די פאקט אז היימישע געלט בלייבט אין די היימישע עקאנאמיע בענעפירט יעדן איינעם. פארשטייט זיך, אזויווי דו האסט געזאגט, מ'רעדט נישט פון די וואס רייסן געלט ווייל... פארוואס נישט.
אבער איך זע נישט אז אלע וואס האבן די בקשה זאלן נאר האבן יודישע ארבעטער. זיי האבן גוים אין גויטעס ווייל עס איז בילעגער אין שענער אבער איך זאל קויפן ביי אים אין נישט אנליין כדי צי שטיפן אונזער עקאנמיע!?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רעדענדיג פון די היימישע עקאנאמיע בין איך נישט קלאר צו ביי אונזער קאמיוניטי איז אויך געזאגט געווארן די כלל אז געלט וואס בלייבט צווישען די עשירים טוט בענעפירט יעדן איינעם?!

וואס מען זעהט יא ביי אונז, דער פארמעגליכע צווישען אונז שלעפּן ארויף סטאנדארטן און לוקסעס, און צוליב קאמיוניטי רעגולאציעס ווערט דורכדעם געהויבן די סטאנדארטן, און די מיטעלע פארדינער קען דאס נישט נאכיאגן... ועוד, מ'הייבט פרייזען לויט פארמעגליכע פארדינער לדוגמא; מצות, קעמפ, קאנטרי, חתונה הוצאות!!!

דערנאך געבט מען אן אזויגערופענע דיסקאונט (מצות שכ"ל) פאר די מיטעלע פארדינער, אנשטאט ס'זאל גיין די אנדערע וועג.
בקיצור, נאך אלעם איז נישט אזוי קלאר ווער פארדינט/פארלירט פון וועמען...
הער פיטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 07, 2023 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

שליחה דורך הער פיטער »

Screenshot_20230312_205133_WhatsApp.jpg
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

:shock:
אמת לאמיתה האט געשריבן:קויף ביי מיר קאמפיין, אמאי?

איך זע אז ס׳ווערט יעצט געפירט א קאמפיין איינצוקויפען אין היימישע געשעפטען. די פלאקאטאן זענען אפילו מסביר “געמיר נישט קיין קמחה דפסחה, קויף ביי מיר״.
איך וואלט געמאכט פלאקאטן פארקערט: געמיר נישט קיין קמחא דפסחא, פארקויף דיינע פראדוקטן פאר ביליגערע פרייזן.

הערצאג פון קדם, וויינשטאק פון מיעל מארט ועוד ועוד ווערן שיינע אידן מיט מנדב זיין פאר קמחא דפסחא און מנדב בנינים פאר מוסדות. פון וועמענס געלט ביסטי דאס מנדב? וויפול מענטשן קאסט עס בלוט צו קענען באצאלן די טייערע כשר'ע עסן פרייזן? ווער מיר נישט אזא בעל צדקה מיט טיילן געלט וואס די האסט געריסן פון אנדערע אידן בלויז ווייל די האסט א מאנאפאל.
פארשפארט