בלאט 1 פון 1

א בליק אויף א האלבע יאר-הונדערט צוריק

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 2:53 am
דורך קהל'ס נער
איך האב געוואטשט היינט א חתונה פון 48 יאר צוריק (למספרם תשל"ה) און צו מיר איז עס געוועהן זייער אינטערסאנט וויל איך שערן מיטן עולם ,
ובעיקר איז אינטערסאנט וויפיל ס'האט זיך געטוישט אין 48 יאר.
רייכערן אין האלל א נערמאלע זאך.
מצווה טאנץ אנע גארטל נאר א נעפקין.
קיין בדחן נאר מצווה טאנץ אינמיטן חתונה.
קיין איין פרוי מיט א שייטל קאווערינג, און מען האנדלט מיט חאניאקישע מענער אלע שטריימל בעקיטשע יודן, געוויסע האבן זיך אפילו באדעקט דעם פנים פארן פאטאגראפער.
פרויען דרייען זיך אין מענער אפטיילונג אן קיין פראבלעם.
מלאך המות טאנץ (צי וויאזוי ס'הייסט נאר די טאנץ ווי איינער מאכט זיך ווי ער שטארבט) די אמאליגע ווערסיע פון די באמס וואס טאנצן DJ.
שטריימל יודן טאנצן פרייליך טאנץ, מגולחים טאנצן הארא.
דער עולם זינגט, נישטא קיין אפציעלע זינגער.
מיידלעך מיט צעפ.
איינער זאגט א דרשה ביי די חתונה.
סה"כ פערציג קאפלס.
מען זעהט נישט קיין וועיטערס ( איך ווייס נישט צי דאס מיינט אז ס'איז נישט געוועהן קיין וועיטערס צו דאס מיינט אז די ווידיאוגראפער האט עס נישט געזעהן אלץ אפכאפ'ווערד'לעך).
מען זינגט צווה ביי א חתונה, (פרוביר היינט זינגען צווה ביי א חתונה.......

@בערל קים אריין מיט אביסל זכרונות אינז וויל מיר הערן נאך וואס געדענקסטו פון פופציג יאר צוריק ווס. יעצט מיט א יודישע בליק.

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 10:36 am
דורך שמן למאור
נו, ברענג אהער דעם ווידיאו, עס וואלט געווען אינטערסאנט צו זען.

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 10:44 am
דורך קהל'ס נער
שמן למאור האט געשריבן:נו, ברענג אהער דעם ווידיאו, עס וואלט געווען אינטערסאנט צו זען.
https://youtu.be/l3ZBab6whhw

ס'איז פינף חלקים, ביי די ענדע פון יעדע פרק קומט ארויף די נעקסט פרק מען דארף דריקן פלעי נאוו עס זאלל שפילן די נעקסטע פרק.

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 10:52 am
דורך כוואליעס
טאקע אינטערעסאנט!

עס געפעלט מיר די צושטיפטקייט וואס הערשט דארט אין זאל, די עולם זיצט צוזאמען אנגענעם, היינט ארבעט דאס אז אויב די משפחה איז צו גרויס מוז מען מאכן א טיילונג צוויי טישן, בעת וואס יעדע טיש איז אפגערוקט פונעם אנדערן פינעף מעטער כדי אנצופילן די גרויסע זאל

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 9:00 pm
דורך pseudonym1
קהל'ס נער האט געשריבן: מען זעהט נישט קיין וועיטערס ( איך ווייס נישט צי דאס מיינט אז ס'איז נישט געוועהן קיין וועיטערס צו דאס מיינט אז די ווידיאוגראפער האט עס נישט געזעהן אלץ אפכאפ'ווערד'לעך).
שוין ביי דריי סעקונדעס אריין זעה איך קלאר א וועיטער
(suit אויף די לינקע זייט, ווייסע )
זעהט אויס סאך מער פענסי ווי מיר זענען צוגעוואונט...

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 9:06 pm
דורך [NAMELESS]
מענטשען רעדן און שמועסן צווישען זיך. זעהט אויס מען פלעגט בימים ההם לאזען די סעלפאון'ס אינדערהיים...

נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2023 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
קרן זוית: די סעלפאונס זענען נאך דאמאלס נישט געווען געבוירן. כש"כ די סאושל מידיא פלאטפארמעס. מארק צוקערבערג איז נאך דאמאלס געווען א חדר יונגעלע. נאך אפילו נישט געגאנגען אין נוירסערי. אפשר אין פלעי גרופ...!