2008 חזרה?

אלעס איבער האנדל וואנדל
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

2008 חזרה?

שליחה דורך אלע צוזאמען »

און די גבאי האט געבעטן 'יעדער זאל ארויסטראגן איין באנק'!, אזוי קוקט יעצט אויס די מצב אינערהאלב די אמעריקאנע בענקינג סיסטעם.

סוף פאריגע וואך איז די פינאנציעלע וועלט געכאפט געווארן אין שאק, ווען SVB, 'אמעריקע'ס 16'ט גרעסטע באנק איז געגאנגען קראכן אין קארגע צוויי טעג, ווען דעפאזיטער'ס האבן ארויסגעשלעפט אן אסטראנאמישע $42 ביליאן פון זייערע אקאונט'ס, בלויז איין טאג נאך וואס 'דזשים קרעמער' CNBC'S געלט עקספערט האט געשריגן חי וקיים אז SVB סטאק איז א BUY, די צוזאמפאל האט געשיקט שטארקע כוואליעס אויף 'וואל סטריט' און נעכטן זינטאג מיטאג איז 'סיגנעטאר באנק' מיט א פארמעגן פון ארום $110 ביליאן געגאנגען אזוי אראפ, אז די גאווערמענט האט עס פארכאפט, די צוויי זענען די צווייטע און דריט גרעסטע באנק צוזאמפאל'ן אין אמעריקע'ס היסטאריע!
היינט מאנטאג אינדערפרי זענען נאך צוויי בענק גאר שטארק נעגעטיוו, First Republic bank איז %69 אראפ, און Pacific Western bank איז 40% אינטערן וואסער מיט זייער סטאקס.

שפילט זיך 2008 איבער?
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

די צד השווה איז אז דעמאלטס איז געוועהן א מארגעדזש באבעל קראך און יעצט איז דא א טעק באבעל קראך און די ביידע קראכן נעמט ארויס בענק פון ביזנעס, לעניות דעתי גייט עס נישט האבן אזא ווייטגרייכענדע השפעה אויפן פשוטען בירגער אזוי ווי אין יארע 08' וויבאלד דעמאלט איז נאכגעקומען א מארקעט קרעש וואס די סטאק מארקעט האט פארלוירן איבער 50% פון איר ווערד און דאס איז געוועהן די טויט קלאפ פארן עקאנאמיע, משא"כ יעצט וואס די מארקעט איז נישט די בעסטע אבער ווייט נישט ווי אין 08'.

מען דארף זיך אבער פרעגן פארוואס טאקע האט די מארקעט געקראכט אין 08' און צו קען זיך נישט איבערשפילן די זעלבע מעשה נאכאמאל,

אוודאי קען אלעס געשעהן אבער ס'זייער נישט לייקלי, ואסביר את דברי. ביי די מארטגעדזש קראך איז ווען איינער פארלירט זיין הויז גייט ער אריין אין א פאניק, און ווען מען עמפליפייט דער פאניק טיימס וויפיל מענטשן האבן פארלוירן הייזער געשעהט א מארקעט קרעש, משא"כ ווען טעק קאמפעניס גייען קראכן פארלירן מענטשן די ג'אבס און דא פאניקט מען נישט אזוי, ממילא וועט די סטאקמארקעט נישט קראכן.
(איך רעד דא פונעם עמך גוי, נישט פונעם סאפיסטיקירטן פערזאהן וואס האט אינוועסטירט אין א ספעציפישן באנק, כגון סיליקאן וועלי היינט אדער ליעמאן ברודערס אין 08' וואס זיין געלט איז על קרן הצבי עיטהער וועי).

נאך א חילוק, טעק איז אלעמאל געוועהן קאנסידערד א סמאלל קעפ אינוועסטמענט (היי ריסק בלע"ז) וואס בדרך כלל נאר עשירים אינוועסטירן דערין און אפילו ס'גייט קראכן האט ער נאך גענוג געלט צום לעבן, משא"כ ריעל עסטעיט האלדינג איז זייער א לאו ריסק אינוועסטמענט ממילא זענען געוועהן אסאך מער פון די מיטלקלאס פון די וואס האבן פארלוירן און זיי האבן נישט געהאט עפעס אנדערש אחוץ דעם צו ווייטער שטופן דעם עקאנאמיע ממילא איז געקומען א רעסעסיע.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

אלעס שטויות. איך בין בול'יש און רוהיג כאילו לא היה. אמעריקע'ס עקענאמיע האט שוין דערהויבן פיל פיל ערגערס ווי א באנק אדער צוויי זאלן קומען צו אן אפשטעל/אנזעץ. די פאראנויע וואס איך זעה אנליין איז ממש אויף א נישט געזונטע פארנעם.

אפאר זאכן: אז דו קוקסט אויף די לאנגע טערמין, א באנק גייט נישט אונטער יעדן טאג, איז קען מען עס אנקוקן צוויי וועגן, ביער'יש: פחד'נען אז דוקא יעצט האט עס געקראכט ווייל יווו.. הויעכע ראטע'ס, גאזאלין, אייער, רעטעך, חרוסת, און באגסער = רעסעשן קומט דאך שוין צופארן זייט מ'האט געפרינט צופיל באנקנאטן אחכה לא בכל יום שיבא, איז על כן אידעלעך לאמיר פאניקן אלע צוזאמען, ווייל איך פיגר שוין פון פאלן פאר די נעגעטיוויט בייעס מאל נאך מאל, און גארנישט, דער קראך האלט נישט ביים געשעהן... אדער קען מען עס אנקוקן אז היסטאריקלי און מעטימעטיקלי קען זיך זיך עס מאכן און עס איז נישט עק וועלט ווייל פונקט יעצט האט זיך די שלעכטע רעדל געדרייט. פאר דעם איז דא א FDIC און א SIPC פאר ווען די קריזיס קומט צו גיין, און שוין.#צואה העפינס. לאו ווייל ס'איז א העקטיק יאר געווען און מענטשן האבן דערלייגט מיליאנען אין קריפטא, איז פשט אז "מ'זעהט שוין די קלאר ריסעשן זיך אויסשפילן מיט די אויגן"... וואס? וואס זעהסטו? חבר שלי, אז קרעדיט קארד דעבט גרייכט שוין 808 ביליאן, אז סטודענט דעבט איז 1.4 טריליאן, אז 57 פראצענט אמעריקע אריינגערעכנט פשו'טע עמך מענטשן און קליינע ביזנעסער, אז זיי די מאם'ס ענד פאפ שאפ'ס קענען שוין נישט יארן עפפארדן קיין טויזנט דאלער'דיגן עקספענס דאס איז נישט שרעקליך, אז ארום 56 פראצענט אמעריקע האלט נישט קיין בודזשעט פון דעם דארף מען נישט זיין באזארגט, נאא וואס?.. אבער עפעס א זאפטיגע מעשה'לע מיט אסאך געלט, און אסאך מיסטעריע, דאס איז א קלארע ריסעשן אין די מעקינג... (אדער איז שוין לאנג דא, און אסאך מענטשן האבן שוין בעצם פון אייביג געוויסט...) לאכטס ענק אויס. ס'איז סענסעישעליזם, ס'מאכט פאר גוטע העדליינס, און פיטערט א שטערבליכן הונגער פון מענטשן אויף שלעכטע נייעס.

די מציאות איז,.מער ווייניגער גייט די עקענאמיע צום בעסערן, די פעד'ס רעיט הייקס זענען אפעקטיוו, אינפלאציע איז אופן וועג אראפ (חוץ אויב ס'איז אלעס ממילא פראוד זייט טראמפ איז א לוזער) GDP וואקסט שוין צוויי קווארטלען אין א צו און איינס פאר דעם האט עס גענומען א מאגערע היט. און קיין ריסעשן קען נישט זיין אן קיין צוויי קווארטלען נעגעטיוו, וואס נאך? די לעיבאר מארקעט איז זייער שטארק, איבער אלע ערווארטונגען, קענען זאכן ערגער ווערן? הונדערט פראצענט! דאס איז קיין 2008 נישט.

וועגן סיגניטשער ווייס איך נישט, SVB וואלט איך געזאגט איז א שטארקע ריסק אייביג געווען, אן די לעמאן ברודער'ס אנעקדאט, לאז א מינוט. 75 פראצענט פון אלע backed by venture capital firms סטארט אפ'ס פאלן דורך, בפרט אין סיליקאן וועלי, ווי VC’s פארענען זיך מיט גיקס וואס פרובירן אונז צו שלעפן מער און די פיוטשער מיט נאך א שטות און נאך א עפפ.. דאס איז נישט ווי סיטי בענק אדער BAC איז יעצט אונטערגעגאנגען הגם דארט איז אויך דא אסאך קארופציע, אבער ווען דו האנדלסט מיט א באנק וואס האט פינאנצירט האלב פון אלע סטארט אפ'ס אין אמעריקע, דו שאלה דארף זיין וויאזוי זעצן נישט נאך זעקס venture capital firms אן? זיי געבן דיר און מיר נישט קיין לאונ'ס.


דו ווילסט זעהן וואס מיינט א שוואכע אינוועסטאר? איינער וואס טוט זיך אויף פאר דיר אין ביהמ"ד אז ער האט יעצט אלעס פארקויפט, אדער ער גייט "ווארטן" פאר די מארקעט זיך צו בארוהיגן און ער גייט שוין שפעטער זעהן וויאזוי זאכן גייען, פון אזא לויף אוועק. ווייל די מענטשן וויינען נאך יעצט פארן זיך באנארישן אין '08, אנדערע אין '87 אנדערע אין '20. ווען אנעפלוימענט שיסט ארויף צו 4-5 פראצענט קען מען אנהייבן קוקן אויף אינדיקעישנס. א מינוט פארדעם איז אלעס ספעקעלישנס און פערענאויע. קיינער קען נישט קומען זאגן, כ'האב די ערשטע געוויסט, ס'ארבעט נישט אזוי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
אינגערמאנטשיקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 627
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 29, 2020 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 487 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 595 מאל

שליחה דורך אינגערמאנטשיקל »

א גרויסן דאנק רעב סאנטיאגא פאר די שיינע אנאליז. (און פארן בארואיגן מיינע נערווען... איך ווייס אז ס'איז נישט א בת קול אבער ס'איז דברים של טעם)
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

אלע צוזאמען האט געשריבן:בלויז איין טאג נאך וואס 'דזשים קרעמער' CNBC'S געלט עקספערט האט געשריגן חי וקיים אז SVB סטאק איז א BUY,
ער האט שוין נישט איינמאל געהאט אזא מיאוס'ן פלאפ. אין 2008.האט מען אים געפרעגט וועגן פארקויפן bear sterns סטאק האט ער געשריגן חלילה פארקויפן! 5 טאג שפעטער איז די סטאק געגאנגען פון $60 צו $2 פארן גיין אין ים הגדול אריין.. און מענטשן צאלן אים היינט $400 א יאר פאר זיינע ערשטהאנטיגע רעקעמענדאציעס.

ק יי נ ער.
וו י י ס ט
ני ש ט
פריק ן.
ג א ר נישט.
https://youtu.be/V9EbPxTm5_s
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

סאנטיאגא האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:בלויז איין טאג נאך וואס 'דזשים קרעמער' CNBC'S געלט עקספערט האט געשריגן חי וקיים אז SVB סטאק איז א BUY,
ער האט שוין נישט איינמאל געהאט אזא מיאוס'ן פלאפ. אין 2008.האט מען אים געפרעגט וועגן פארקויפן bear sterns סטאק האט ער געשריגן חלילה פארקויפן! 5 טאג שפעטער איז די סטאק געגאנגען פון $60 צו $2 פארן גיין אין ים הגדול אריין.. און מענטשן צאלן אים היינט $400 א יאר פאר זיינע ערשטהאנטיגע רעקעמענדאציעס.

ק יי נ ער.
וו י י ס ט
ני ש ט
פריק ן.
ג א ר נישט.
https://youtu.be/V9EbPxTm5_s
דער ווייסט שוין איינמאל וואס ער רעדט איך האב א פילינג אז ער האט געהאט אינסייד אינפאו אז ס'גייט קראכן, מילא האט ער איינגערעדט די עולם אז סאיז גיט און מען זאל נישט פארקויפן אזוי זאל ער האבן צייט צו פטור ווערן פון זיינע סטאקס פאר ס'גייט קראכן..........
#קאנספיראציע_טעאריע
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

סאנטיאגא האט געשריבן:אלעס שטויות. איך בין בול'יש און רוהיג כאילו לא היה. אמעריקע'ס עקענאמיע האט שוין דערהויבן פיל פיל ערגערס ווי א באנק אדער צוויי זאלן קומען צו אן אפשטעל/אנזעץ. די פאראנויע וואס איך זעה אנליין איז ממש אויף א נישט געזונטע פארנעם.

אפאר זאכן: אז דו קוקסט אויף די לאנגע טערמין, א באנק גייט נישט אונטער יעדן טאג, איז קען מען עס אנקוקן צוויי וועגן, ביער'יש: פחד'נען אז דוקא יעצט האט עס געקראכט ווייל יווו.. הויעכע ראטע'ס, גאזאלין, אייער, רעטעך, חרוסת, און באגסער = רעסעשן קומט דאך שוין צופארן זייט מ'האט געפרינט צופיל באנקנאטן אחכה לא בכל יום שיבא, איז על כן אידעלעך לאמיר פאניקן אלע צוזאמען, ווייל איך פיגר שוין פון פאלן פאר די נעגעטיוויט בייעס מאל נאך מאל, און גארנישט, דער קראך האלט נישט ביים געשעהן... אדער קען מען עס אנקוקן אז היסטאריקלי און מעטימעטיקלי קען זיך זיך עס מאכן און עס איז נישט עק וועלט ווייל פונקט יעצט האט זיך די שלעכטע רעדל געדרייט. פאר דעם איז דא א FDIC און א SIPC פאר ווען די קריזיס קומט צו גיין, און שוין.#צואה העפינס. לאו ווייל ס'איז א העקטיק יאר געווען און מענטשן האבן דערלייגט מיליאנען אין קריפטא, איז פשט אז "מ'זעהט שוין די קלאר ריסעשן זיך אויסשפילן מיט די אויגן"... וואס? וואס זעהסטו? חבר שלי, אז קרעדיט קארד דעבט גרייכט שוין 808 ביליאן, אז סטודענט דעבט איז 1.4 טריליאן, אז 57 פראצענט אמעריקע אריינגערעכנט פשו'טע עמך מענטשן און קליינע ביזנעסער, אז זיי די מאם'ס ענד פאפ שאפ'ס קענען שוין נישט יארן עפפארדן קיין טויזנט דאלער'דיגן עקספענס דאס איז נישט שרעקליך, אז ארום 56 פראצענט אמעריקע האלט נישט קיין בודזשעט פון דעם דארף מען נישט זיין באזארגט, נאא וואס?.. אבער עפעס א זאפטיגע מעשה'לע מיט אסאך געלט, און אסאך מיסטעריע, דאס איז א קלארע ריסעשן אין די מעקינג... (אדער איז שוין לאנג דא, און אסאך מענטשן האבן שוין בעצם פון אייביג געוויסט...) לאכטס ענק אויס. ס'איז סענסעישעליזם, ס'מאכט פאר גוטע העדליינס, און פיטערט א שטערבליכן הונגער פון מענטשן אויף שלעכטע נייעס.

די מציאות איז,.מער ווייניגער גייט די עקענאמיע צום בעסערן, די פעד'ס רעיט הייקס זענען אפעקטיוו, אינפלאציע איז אופן וועג אראפ (חוץ אויב ס'איז אלעס ממילא פראוד זייט טראמפ איז א לוזער) GDP וואקסט שוין צוויי קווארטלען אין א צו און איינס פאר דעם האט עס גענומען א מאגערע היט. און קיין ריסעשן קען נישט זיין אן קיין צוויי קווארטלען נעגעטיוו, וואס נאך? די לעיבאר מארקעט איז זייער שטארק, איבער אלע ערווארטונגען, קענען זאכן ערגער ווערן? הונדערט פראצענט! דאס איז קיין 2008 נישט.

וועגן סיגניטשער ווייס איך נישט, SVB וואלט איך געזאגט איז א שטארקע ריסק אייביג געווען, אן די לעמאן ברודער'ס אנעקדאט, לאז א מינוט. 75 פראצענט פון אלע backed by venture capital firms סטארט אפ'ס פאלן דורך, בפרט אין סיליקאן וועלי, ווי VC’s פארענען זיך מיט גיקס וואס פרובירן אונז צו שלעפן מער און די פיוטשער מיט נאך א שטות און נאך א עפפ.. דאס איז נישט ווי סיטי בענק אדער BAC איז יעצט אונטערגעגאנגען הגם דארט איז אויך דא אסאך קארופציע, אבער ווען דו האנדלסט מיט א באנק וואס האט פינאנצירט האלב פון אלע סטארט אפ'ס אין אמעריקע, דו שאלה דארף זיין וויאזוי זעצן נישט נאך זעקס venture capital firms אן? זיי געבן דיר און מיר נישט קיין לאונ'ס.


דו ווילסט זעהן וואס מיינט א שוואכע אינוועסטאר? איינער וואס טוט זיך אויף פאר דיר אין ביהמ"ד אז ער האט יעצט אלעס פארקויפט, אדער ער גייט "ווארטן" פאר די מארקעט זיך צו בארוהיגן און ער גייט שוין שפעטער זעהן וויאזוי זאכן גייען, פון אזא לויף אוועק. ווייל די מענטשן וויינען נאך יעצט פארן זיך באנארישן אין '08, אנדערע אין '87 אנדערע אין '20. ווען אנעפלוימענט שיסט ארויף צו 4-5 פראצענט קען מען אנהייבן קוקן אויף אינדיקעישנס. א מינוט פארדעם איז אלעס ספעקעלישנס און פערענאויע. קיינער קען נישט קומען זאגן, כ'האב די ערשטע געוויסט, ס'ארבעט נישט אזוי.
קיינער זאגט נישט אז די עקענאמיע גייט יעצט גיין שלאפן, אבער ווען א קאר פארט אויף 70 און ס'נישט דא קיין טרעפיק דארפסטו זיך נישט בארואיגן אז מ'עט אנקומען, די זעלבע איז לגבי די עקענאמיע, ס'איז נישט גוט יעצט, שוין געווען ערגער'ס, קאן זיין, אבער צו איינשלעפן דעם עולם איז פאלש און פארפירעריש
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

קהל'ס נער האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:בלויז איין טאג נאך וואס 'דזשים קרעמער' CNBC'S געלט עקספערט האט געשריגן חי וקיים אז SVB סטאק איז א BUY,
ער האט שוין נישט איינמאל געהאט אזא מיאוס'ן פלאפ. אין 2008.האט מען אים געפרעגט וועגן פארקויפן bear sterns סטאק האט ער געשריגן חלילה פארקויפן! 5 טאג שפעטער איז די סטאק געגאנגען פון $60 צו $2 פארן גיין אין ים הגדול אריין.. און מענטשן צאלן אים היינט $400 א יאר פאר זיינע ערשטהאנטיגע רעקעמענדאציעס.

ק יי נ ער.
וו י י ס ט
ני ש ט
פריק ן.
ג א ר נישט.
https://youtu.be/V9EbPxTm5_s
דער ווייסט שוין איינמאל וואס ער רעדט איך האב א פילינג אז ער האט געהאט אינסייד אינפאו אז ס'גייט קראכן, מילא האט ער איינגערעדט די עולם אז סאיז גיט און מען זאל נישט פארקויפן אזוי זאל ער האבן צייט צו פטור ווערן פון זיינע סטאקס פאר ס'גייט קראכן..........
#קאנספיראציע_טעאריע
און זיך פארהארגענען דעם ריפוטאציע בפני כל עם ועדה פאר שווערע טויזנטער CNBC ווייוערס צו וועם ער מארקעט זיך יעדן טאג? עט עי סורטען פוינט גייט מען אים סטאפן צו טראסטן.

איך האלט אים נישט פאר אזא גוטע ב"ש ארטיסט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

סאנטיאגא האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:בלויז איין טאג נאך וואס 'דזשים קרעמער' CNBC'S געלט עקספערט האט געשריגן חי וקיים אז SVB סטאק איז א BUY,
ער האט שוין נישט איינמאל געהאט אזא מיאוס'ן פלאפ. אין 2008.האט מען אים געפרעגט וועגן פארקויפן bear sterns סטאק האט ער געשריגן חלילה פארקויפן! 5 טאג שפעטער איז די סטאק געגאנגען פון $60 צו $2 פארן גיין אין ים הגדול אריין.. און מענטשן צאלן אים היינט $400 א יאר פאר זיינע ערשטהאנטיגע רעקעמענדאציעס.

ק יי נ ער.
וו י י ס ט
ני ש ט
פריק ן.
ג א ר נישט.
https://youtu.be/V9EbPxTm5_s
דער ווייסט שוין איינמאל וואס ער רעדט איך האב א פילינג אז ער האט געהאט אינסייד אינפאו אז ס'גייט קראכן, מילא האט ער איינגערעדט די עולם אז סאיז גיט און מען זאל נישט פארקויפן אזוי זאל ער האבן צייט צו פטור ווערן פון זיינע סטאקס פאר ס'גייט קראכן..........
#קאנספיראציע_טעאריע
און זיך פארהארגענען דעם ריפוטאציע בפני כל עם ועדה פאר שווערע טויזנטער CNBC ווייוערס צו וועם ער מארקעט זיך יעדן טאג? עט עי סורטען פוינט גייט מען אים סטאפן צו טראסטן.

איך האלט אים נישט פאר אזא גוטע ב"ש ארטיסט.

די חלק אז ער האט אינסיידס איז נישט עקסטרעם, ער איז דאך פאניע בראד מיט אלע סיאיאו'ס
''He is entertaining, seems sincere and has an air of authoritative expertise about him. His general investment advice is not terrible, it's his stock picks that tend to stink''.
דאס איז וואס איין וויאוער פון דזשים שרייבט, ער האט נישט קיין גוטע רעקארד ווען ס'קומט צו אינוועסטמינט'ס
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: 2008 חזרה?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

צו מאכן געלט פון דזשים קרעמער דארף מען טוען פארקערטע פון וואס ער זאגט.
אין פאקט איז דא א אי.טי.עף. וואס טוט זאגאר דאס.

-ביער סטערנס
סיליקאן וואלי
-סיגנעטשור
-בכלל די גאנצע באנקינג אינדוסטריע
-טאג טעגליכע קורץ טערמיניגע קאָלס

אויף אזוי ווייט אז אפי' זאכן וואס האבן גארנישט מיט פינאנץ איז ער אויך wrong. עטליכע חדשים צוריק האט ער ארויסגעלייגט אז ער האלט אז די 'פיליס' גייען געווינען די 'ווארלד סיריס' פארשטייט זיך זיי האבן פארלוירן....
איינציגע וואכן דערנאך האט ער געטוויט א ביל פון זיך געקליידעט אין א 'דשערסי' פון 'דאוואנטעי סמיט' שרייבענדיג עס קומט א פיינע געים. יענע געים איז געווען "די ערגסטע" קאריערע געים פאר סמיט.....
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: 2008 חזרה?

שליחה דורך טאמבל סאס »

אפשר איז דאס א געלעגנהייט צו לאביען קול מבשר צו ווידער מאכן עוועילעבל יונה כהן'ס עקענאמישע אנאליזן ביי די פאריגע קריזיס, אויפ'ן טעלעפאן כאטשיג?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

אלע צוזאמען האט געשריבן:
סאנטיאגא האט געשריבן:אלעס שטויות. איך בין בול'יש און רוהיג כאילו לא היה. אמעריקע'ס עקענאמיע האט שוין דערהויבן פיל פיל ערגערס ווי א באנק אדער צוויי זאלן קומען צו אן אפשטעל/אנזעץ. די פאראנויע וואס איך זעה אנליין איז ממש אויף א נישט געזונטע פארנעם.
קיינער זאגט נישט אז די עקענאמיע גייט יעצט גיין שלאפן, אבער ווען א קאר פארט אויף 70 און ס'נישט דא קיין טרעפיק דארפסטו זיך נישט בארואיגן אז מ'עט אנקומען, די זעלבע איז לגבי די עקענאמיע, ס'איז נישט גוט יעצט, שוין געווען ערגער'ס, קאן זיין, אבער צו איינשלעפן דעם עולם איז פאלש און פארפירעריש
פעדעראלע ציפערן צייגן אז ריטעיל שפענדונג דורך אמעריקאנער קאנסומערס איז היפש געפאלן אין פעברואר‎‎
ד' ויק"פ פ״ג
די פעדעראַלע קאַמערץ דעפּאַרטמענט זאָגט אין א פרישע באַריכט אַז שפּענדונג אין ריטעיל געשעפטן, אָנליין געשעפטן און רעסטוראַנטן איז געפאַלן מיט 0.4 פּראָצענט אין פעברואַר. דאָס קומט וויבאַלד קאָסטומערס האָבן אָנגעהויבן שפּירן מער ענגשאַפט אין זייערע בערזלעך, אינאיינעם מיט הויכע אינטערעסט ראַטעס און געהעכערטע אינפלעישאָן פּרייזן אין אַלע אינדוסטריעס.
דאס האט קול מבשר היינט באריכטעט.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

סאנטיאגא, בדרך כלל שרייבסטו דברים של טעם, אבער דא האסט געשריבן דברי שטות והבל, דו געדענקסט א א צייט וואס 5 ריזיגע בענק זענען געפאלן אין איין וואך מיט 70 פראצענט פון זייער שעיר וועליא און האלטן ביים ווערן ליקווידירט? בכלל זענען רוב בענק געפאלן מיט 20 פערצענט די לעצטע וואך, קוק עס נאך.
דאס איז למשל די רעזאלטאטן פון היינט אליין.

First Republic Bank - $FRC - 74%
Credit Suisse, $CS: -23%
PacWest, $PACW: -11%
Western Alliance, $WAL: -10%
Fifth Third, $FITB: -7%
Goldman Sachs, $GS: -5%
Citigroup, $C: -5%

און דאס איז פון די לעצטע וואך.
Western Alliance, $WAL: -75%
Metropolitan Bank - $MCB - 53%
Zions Bancorp, $ZION: -43%
PacWest, $PACW: -41%
Comerica, $CMA: -33%
Fifth Third, $FITB: -20%

און כוויס נישט וואס מיינט ביי דיר די א ריסעשען, וואס מיינסטו דארף געשעהן? מענטשן זאלן ליגן אויף די פלאר ווי אין ווארשעווער געטא און עסן אויפן גאס פון איין בלעכענע בלאטיגע זיפ טאפ? מען האלט שוין לאנג אינמיטן די רעסעסיע ,מקען עס נאר נישט דעקלארירן אפיציעל ווייל עס וועט שאטן פאר ביידן אין די פאולס, די סטאק מארקעט זייגט אוועק די לעצטע איין א האלב יאהר, רוב גיטע קאמפעניס זענען דאון 30 40 אדער 50 פרעצענט אויפן יאהר, אינפלעישן איז צופראסקעט, פרייזן זענען מעשיגע , און וואס איז יא גוט? איך זאג נישט זאלסט יעצט גיין אין אנסטאקן טוילעט פאפיער, אבער זיין בוליש און אזא צייט??? פליז, געמער א שובבים ברעיק
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: 2008 חזרה?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

טייערע סמבטיון.
איך עגרי אז סאנטיאגא האט געשריבן אביסל נישט צום זאך, אבער מיט אינוועסטן דארף מען געדענקן א וויכטיגע נקודה; דו אינוועסטירסט אויף די עתיד.

-------------------------------------------


"קויף ווען עס איז דא בלוט אויף די גאסן." - ראטשילד
"קויף ווען יעדער איז דערשראקן (און פארקויף ווען יעדער איז גייציג)." - באפעט

בשעת מיין פערזענליכע אינוועסטינג סטייל איז מער אקטיוו און געבויעט אויף מאמענטום און טרענדס, ממילא קויף איך נאר ווען מיין קריטעריע איז דא און כ'פאלאו נישט די עדווייס איז אבער וויכטיג צו פארשטיין פארוואס די עדווייס איז גאלד.

1. ווען עני מארקעט קראכט (ספעציעל פליצלונג) ווערן אלע געשאסן, אריינגערעכנט די גענעראלן און דאס פרעזענט שטארקערע אפפארטוניטיס, פשוט ווייל די מארקעט איז נישט "עפישענט" (ווייל עס לויפט מער אויף געפילן ווי אויף שכל).

2. ווען אזא 'קריזיס' געשעט טיף אין א בער מארקעט "קען" עס דינען ווי די 'פיינעל פלאשאוט' און א באטטאם, ווייל די שלעכטע נייעס ברענגט אז אלע וואס וואלטן נאר פארקויפט פארקויפן און פון יעצט איז שוין נישטא צופיל סעלערס...

היסטאריש איז די בעסטע צייט צו קויפן סטאקס ווען באנדס זענען הויעך און די עולם הייבט אן קויפן באנדס (פאר די זעלבע סיבה ווי פריער)

3. די עיקר: די סטאק מארקעט איז א "דיסקאונט מעקאניזם" און עס קוקט אויף פאראויס (אן ערך פון 12-18 חדשים געווענליך), גרויסע אינסטיטוציעס און פאנדס אינאיינעם מיט ריזיגע אינוועסטארס (די וואלן...) דערשרעקן זיך נישט פון נייעס און אינוועסטן געבויעט אויף פרינציפעלס.

די מארקעטס און אינדיווידועל סטאקס קענען פאלן שטארק אויף אויבנאויף גוטע נייעס, און להיפך שטארק ארויף אויף שלעכטע נייעס.
ווען די מארקעטס הערן אויף צו ריעקטן שלעכט צו שלעכטע נייעס איז גאר א גוטע סימן....
Buy the rumor and sell the news
האט אן אמת צו זיך, דהיינו אסאך גוטע / שלעכטע נייעס אדער עקאנאמיקס איז "פרייסד אין" און איז שוין רעפלעקטעד אין די פרייז.
אין היסטאריע האט די מארקעט מערערע מאל אנגעהויבן א פרישע בול מארקעט ווען די נייעס איז געווען די ערגסטע (למשל אין '91 ביי די ערשטע איראקער מלחמה).

לענינינו. רעסעשן ארויף אדער אראפ, נאמבערס אהין אהער...
נישט אז איך רעקאמענד יעצט צו קויפן בענקס אדער דאס גלייכן, נאר וואטעווער די ווילסט קויפן "קוק נישט אויף נייעס" (די זעלבע איז נוגע צו ריעל עסטעיט).
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך גיי די לעצטע יאהר מיט די מהלך פון קויף די שמועה און פארקויף די נייעס, איינציגסטע וועג אין מיין אפיניען צו מאכן געלט , ווייל האלטן אין איין קןיפן די דיפ, פאר נארמאלע דעי טרעידערס אדער סווינג טרעידערס אדער פאר אפילו שארט טערם אינוועסטערס האט זיך אויס געשטעלט צו זיין א פאטאלע טעות , דיפס האט נישט קיין באטעם און ווי דו קענסט היינט זעהן איז First Republic Bank דאון איבער 80 פראצענט למשל דעי חודש חוץ אויב דו הייסט באפעט וואס האט אנלימטעד סארסעס פון געלט און קען אויסווארטן 10 15 יאהר, צו שניידן די פירות , פאר אונז פשוטע עמך יודן אי זייער נישט לייקלי אז דו וועסט מאכן געלט ווען די אינוועסט אויף די לאנג טערם. און אזא זמן ווי יעצט דארף מען זיין בעריש און שארטן די מארקעט מיט מכות רצח.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

סמבטיון האט געשריבן:איך גיי די לעצטע יאהר מיט די מהלך פון קויף די שמועה און פארקויף די נייעס, איינציגסטע וועג אין מיין אפיניען צו מאכן געלט , ווייל האלטן אין איין קןיפן די דיפ, פאר נארמאלע דעי טרעידערס אדער סווינג טרעידערס אדער פאר אפילו שארט טערם אינוועסטערס האט זיך אויס געשטעלט צו זיין א פאטאלע טעות , דיפס האט נישט קיין באטעם און ווי דו קענסט היינט זעהן איז First Republic Bank דאון איבער 80 פראצענט למשל דעי חודש חוץ אויב דו הייסט באפעט וואס האט אנלימטעד סארסעס פון געלט און קען אויסווארטן 10 15 יאהר, צו שניידן די פירות , פאר אונז פשוטע עמך יודן אי זייער נישט לייקלי אז דו וועסט מאכן געלט ווען די אינוועסט אויף די לאנג טערם. און אזא זמן ווי יעצט דארף מען זיין בעריש און שארטן די מארקעט מיט מכות רצח.
שארט אין גרויסן ביי די מצבים, אבער אינוועסט אויך אויף די צוקנופט, דאס איז וואס איך טו.
עטליכע גרויסע אינוועסטירער שרייען יעצט אז מ'זאל בשום אופן מער נישט צורירן בענקינג סטאק'ס, נאך וואס די 'ביידן אדמיניסטראציע' האט יעצט טעקנעקלי נאציאנאלעזירט די אינדוסטריע, פון די אנדערע זייט, Charles Schwab CEO Walter Bettinger איז יעצט אריין פאל פארס אין די סטאקס.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: 2008 חזרה?

שליחה דורך פאליטיקאנט »

הערטס אויף מיט מיינונגען, מיינונגען באצאלן נישט.

די "איינציגסטע" וועג פון מאכן געלט אין די מארקעט איז דורך סאלידע "ריסק מענעדשמענט".

עס זענען פארהאן טויזענטער סטראטעגיעס ווען און וואס צו קויפן. אבער אויב דו האסט נישט קיין מהלך פון איינצוימען דיין ריסק (געווענליך דורך א סטאפ לאסס), ביסטו גאראנטירט צו דערלייגן געלט אין די לאנגע טערמין.
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

פון די אנדערע זייט, מיט א סטאפ לאסס קענסטו אנזעצן דיין געלט און ווען ס'גייט צוריק ארויף האסטו עס שוין נישט.

אויב דו ווייסט נישט וואס דו טוסט, און דו גלייבסט נישט אין די ספעציפישע קאמפעני, גייסטו דערלייגן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אלעס קען...

אוודאי גייסטו האבן צייטן וואס דו ווערסט "סטאפד אוט" און גלייך דערנאך פארט די סטאק צוריק ארויף.
אבער אן דעם גייסטו זיכער פארלירן אלעס.

טאקע דערפאר דארף מען אויך ריסקן מיט א מאס.
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

סמבטיון האט געשריבן:סאנטיאגא, בדרך כלל שרייבסטו דברים של טעם, אבער דא האסט געשריבן דברי שטות והבל, דו געדענקסט א א צייט וואס 5 ריזיגע בענק זענען געפאלן אין איין וואך מיט 70 פראצענט פון זייער שעיר וועליא און האלטן ביים ווערן ליקווידירט? בכלל זענען רוב בענק געפאלן מיט 20 פערצענט די לעצטע וואך, קוק עס נאך.
דאס איז למשל די רעזאלטאטן פון היינט אליין.

First Republic Bank - $FRC - 74%
Credit Suisse, $CS: -23%
PacWest, $PACW: -11%
Western Alliance, $WAL: -10%
Fifth Third, $FITB: -7%
Goldman Sachs, $GS: -5%
Citigroup, $C: -5%

און דאס איז פון די לעצטע וואך.
Western Alliance, $WAL: -75%
Metropolitan Bank - $MCB - 53%
Zions Bancorp, $ZION: -43%
PacWest, $PACW: -41%
Comerica, $CMA: -33%
Fifth Third, $FITB: -20%

און כוויס נישט וואס מיינט ביי דיר די א ריסעשען, וואס מיינסטו דארף געשעהן? מענטשן זאלן ליגן אויף די פלאר ווי אין ווארשעווער געטא און עסן אויפן גאס פון איין בלעכענע בלאטיגע זיפ טאפ? מען האלט שוין לאנג אינמיטן די רעסעסיע ,מקען עס נאר נישט דעקלארירן אפיציעל ווייל עס וועט שאטן פאר ביידן אין די פאולס, די סטאק מארקעט זייגט אוועק די לעצטע איין א האלב יאהר, רוב גיטע קאמפעניס זענען דאון 30 40 אדער 50 פרעצענט אויפן יאהר, אינפלעישן איז צופראסקעט, פרייזן זענען מעשיגע , און וואס איז יא גוט? איך זאג נישט זאלסט יעצט גיין אין אנסטאקן טוילעט פאפיער, אבער זיין בוליש און אזא צייט??? פליז, געמער א שובבים ברעיק
א באנק סטאק זאל פאלן איז נישט אזא שווערע זאך מ'קען מיינען וואספארא גאלדענע סעקטאר דאס איז, ווער אינוועסירט אין א באנק? בפרט אין א רידזשענעל באנק. אויסער פאר נישטיגע דיוועדענד ריטורנס, דיין געלט קען זיצן פון יעצט ביז 6 יאר ערב שבועות און ממש גארנישט מאכן. כ'רעד נישט פון JP MORGAN אדער GOLDMAN SACHS מ'רעדט פון די קלענערע. אפילו סיטי און בענק אף אמעריקע דאס לאז פאר באפעט מיט ריזיגע פאזיציעס, דו האסט נישט גארנישט פארלוירן האלטן די זאכן.

דאס וואס דו טענה'סט אז די נעמען זענען געפאלן דארף מיר אינטימידעיטן פון מיין מיינונג? איך ווייס נישט ווען דו האסט דיך גענומען צו די מארקעטס אבער מיט אביסל עקספירענס ווייסט מען אז צו דערשרעקן "מעין סטריט" אינוועסטערס איז בכלל נישט קיין קאמפליצירטע זאך, און פארקערט אויך.. פון "buy the rumor and sell the news" האסטו שוין אמאל געהערט? דו ווייסט וואו נישט נישט לאגיש די מארקעט איז? מדי יום בימו? וואס מיינסטו טוען סטיוו ליצמאן און דזשאזש בראון אויף CNBC א יעדן טאג? די אלע פונדיטס זיצן פון צופרי ביז ביינאכט און טרייען צו פארשטיין וואס די פליפפאון די מארקעט שפעקולירט יעצט און פארלירן ברעין צעלן די מער זיי גייען דארט... אפטמאל ווען ס'איז ממש פארקערט פון ריאליטעיט צו פון שכל.. דאס איז נישט קיין ראיה אויף עפעס. סא 3 בענק זענען אונטערגעגאנגען ארלעדיגט, און די פארלוסטן רעפעלעקטירט אין די גאנצע סעקטאר, נו, איז וואס? כבר היה דברים לעולמו גאנץ בלאקטשעין האט נישט קיין האפענונג נאר ווייל קריפטא בראקערידזשעס זעצן אן רעכטס און לינקס און מענטשן ווערן אומגליקליך? שיין וואלט מיר אויסגעזעהן ווען דו זאגסט די זעלבע אויף די ווארלד-ווייד-וועב מיט פיר און צוואנציג יאר צוריק... פוינט: די בענקינג סיסטעם איז נאך אלס סעיף, און די בענק זענען בפשטות אויסנאמען, און איך האלט אז פאועל טוט קלוג מיטן זיך נישט וויסנ'דיג מאכן פון דעם פראסק, הגם ער זאגט ער האט געקלערט פון א pause אויף די הייקס אבער אויף וועמנס חשבון? כ'מיין מיר עגריען אז אן price stability האסטו נישט גארנישט, נישט קיין באנק, און נישט קיין קאסטומערס וואס האבן וואס צו דיפאזיטן, נאר אפאר רייכע העדזשפאנדס וואס ווישן זיך אונטער מיט באנקנאטן...

ווי געזאגט, אינפלאציע - וואס איז געווען אזוי הויעך ווי 9.1 שטייט יעצט ביי 6 און האט אין די לעצטע 12 חדשים דיקליינט גאנץ קאנסיסטענטלי. דאס מיינט אז וואס די פעד טוט איז עפעקטיוו, און די גיידענס שאצט אויף 4.0 ביים ענדע פון יאר, וואס איז שוין נענטער ווי ווייטער. כ'ווייס טאקע נישט פארוואס מ'מאכט עס נישט נאך העכער, אבער איך שטעל מיר פאר אז ס'האט מאטעמאטיקס ביז ווי טייט מ'קען איינציען די פאסיק אין איין שאס.

בוליש דארף מען אייביג זיין, פאר עטליכע סיבות, אבער איבערהויפט ווען יעדער ארום דיר איז קאנצענטרירט אויף די שרעקעדיגע נעגעטיוויטי בייעס און מיינט אז די הימל פאלט, ווייל דעמאלטס איז מסוגל די אימפאלס וואס קאכט און קיצלט אינעווייניג (באאאהאהא, פעניק פעניק! פארקויף דיין הויז און אנטלויף! באאאאא, ריסעישן קומט מארגן, באאאאאא, ריסעשן קומט איבערמארגן!) זאל דיר מאכן אפערירן מיט געפיל און מעגליך פארפאסן די שענסטע טעג אין די ריבאונדס פונעם מארקעט. א זאך וואס צאלט זיך פילפאכיג מער אויס ווי רובא דרובא דעפרעסיעס, קראכעס, בער מארקעטס, קארעקשנס אין היסטאריע! און אפילו אויב זאל קומען א רעסעסיע, קודם וואס האט דיין ענקזייעטי דיר געהאלפן? צווייטנס, די עקענאמישע וועלט איז שטערקער ווי זי איז אימער געווען אלס די intervals פון ווי לאנג ס'גייט דורך אן קיין רעסעסיעס. און דאס איז ווי א חלק פון די פלאט! ס'פאסירט. דו איגנארירסט אבער די אלע בענק וואס זענען נאך דא און פאר לאנגע יארן, און ווילאנג די בענק האבן מאריך ימים געווען ביז אהער, איך מיין אז מ'קוקט אזוי איז עס נישט אזא בער ווי מ'מיינט דו מיינסט דאס איז עפעס? ליין אביסל איבער black monday און די double digit inflation אין די אנהייב אכציגער יארן. ליין וויאזוי די גאסן האבן אויסגעקוקט אין 1929

וואס רעסעסיע איז? צוויי קווארטלען נעגעטיוו GDP (נאכנישט פאסירט) וואס האט פאסירט הייסט א bear market אויך נישט קיין המוציא מיט האניג, ניין. אבער חוזר חזרה פון די פינאנציעלן קראך?! מאן דכר..

אפאר בענק האבן באנקראטירט און די וועלט איז אויס? נעם איין די טשיל פיל.


אגב, איך האב שוין גוט דערלייגט אויף א גאלדמאן קאל, און וואס האט עס מיר געלערנט? אז קיינער ווייסט נישט ש.* און טיימן די מארקעט איז נישט קיין פרידיקטבל מציאות
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

סמבטיון האט געשריבן: דיפס האט נישט קיין באטעם
דאן וואס איז דאס?
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

פאליטיקאנט האט געשריבן:הערטס אויף מיט מיינונגען, מיינונגען באצאלן נישט.

די "איינציגסטע" וועג פון מאכן געלט אין די מארקעט איז דורך סאלידע "ריסק מענעדשמענט".

עס זענען פארהאן טויזענטער סטראטעגיעס ווען און וואס צו קויפן. אבער אויב דו האסט נישט קיין מהלך פון איינצוימען דיין ריסק (געווענליך דורך א סטאפ לאסס), ביסטו גאראנטירט צו דערלייגן געלט אין די לאנגע טערמין.
איראניש געסטו אויך א מיינונג. :ugeek:
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

פארווער עס האלט מיט די מארקעטס ווייסט אז מען האט ממש יעצט געהאט 2 נעגאטיווע קוואדערס איינס נאכן אנדערן וואס דעמאלטס באקומט עס דעם אפיציעלן טיטל "ריסעשן" מען דעקלארירט עס נישט קלאר ווייל דאס וועט זיין א פאלטישע קאטאסטראפע פאר די דעמאקראטן וואס זענען יעצט ביים מאכט.
גאגל עס וועסטו באקומען דים פאלגענדן תשובה.
Have we had negative GDP growth?
Following a 2021 that saw GDP rise at its strongest pace since 1984, the first two quarters of 2022 started off with negative growth, matching a commonly held definition of a recession. Jan 26, 2023
בנוגע עקזייעטי,
איך בין ווייט פון זיין אנגעצויגן, אין פעקט איך ענזשוי עס, איך האב ליב צו שפילן מיט די מארקעט, אוודאי דארף מען האלטן עטליסט 50 פראצענט פון דע פארטפאליא אין די מארקעט אין נישט שטיין נאר מיט קעש ווייל יעדן טאג גייט עס אפשר קראכן, אבער מען דארף נישט זיין קיין בהמה אין א זמן ווי אלעס ווייזט אז עס קומט נאך א פיינע קראך אין זיין בוליש ווי דזשים קרעימער ביים הייסן האלטן bear stearns שעירס פאר 2008. אדער קויפן סיגניטשער שעירס א וואך פארן קראך.
בנוגע צו דיפס האבן א באטעם.
כפארשטיי נישט פינקליך וואס די ענפערסט מיר מיט די לינק, איך קען דיר ווייזן אויף ריזיגע קאמפעניס, לייבן ! וואס זענען געגאנגן פון 500 צו 9 דאלער , וועסטו מיר ווייזן יא סע האט יא א באטעם, 9 דאלער, א יא ? אקעי.
פארשפארט