בלאט 1 פון 2

וואו איז די גיהנם?

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 6:34 pm
דורך סקעפטיקער
לאור דעם שמועס דא אויב די גיהנם איז א פייער, האב איך געוואלט שרייב א תגובה דערוועגן, אזויווי עס האט זיך פארלענגערט האב איך באשלאסן צו מאכן אן אשכול דערוועגן

וואו און וואס איז גיהנם? לאמיר לערנען אביסל
יהושע טו ח: ועלה הגבול גי בן הנם אל כתף היבוסי מנגב היא ירושל͏ם ועלה הגבול אל ראש ההר אשר על פני גי הנם ימה אשר בקצה עמק רפאים צפונה (מוזכר גם ביהושע יח טז ובנחמיה יא ל)
דא זעהט מען אז גיהנום איז א פלאץ אין ירושלים, די באדייט פונעם נאמען איז לכאורה "די טאל פון בן הנום (א נאמען)"

שפעטער זעהט מאן אז דארט איז געוווען די פלאץ ווי מ'האט פארברענט מענטשן, דהיינו נותן מזרעו למולך
ביי אחז שטייט (דה"ב כח ג) והוא הקטיר בגיא בן הנם ויבער את בניו באש
ביי מנשה שטייט (דה"ב לג ו) והוא העביר את בניו באש בגי בן הנם
ביי יאשיהו שטייט (מל"ב כג י) וטמא את התפת אשר בגי בן הנם לבלתי להעביר איש את בנו ואת בתו באש למלך
אזוי אויך ירמיה דערמאנט (לב לה) ויבנו את במות הבעל אשר בגיא בן הנם להעביר את בניהם ואת בנותיהם למלך

די ווארט תופת מיינט לכאורה א גרויסע מדורה

די פלאץ הייבט אן מער צו ווערן שרעקעדיג אין פסוקים אין ירמיה (פרק יט וגם בקיצור בפרק ז ל-לג)
(א) כה אמר ה' הלך וקנית בקבק יוצר חרש ומזקני העם ומזקני הכהנים. (ב) ויצאת אל גיא בן הנם אשר פתח שער החרסית וקראת שם את הדברים אשר אדבר אליך. (ג) ואמרת שמעו דבר ה' מלכי יהודה וישבי ירושל͏ם כה אמר ה' צבאות אלקי ישראל הנני מביא רעה על המקום הזה אשר כל שמעה תצלנה אזניו. (ד) יען אשר עזבני וינכרו את המקום הזה ויקטרו בו לאלהים אחרים אשר לא ידעום המה ואבותיהם ומלכי יהודה ומלאו את המקום הזה דם נקים. (ה) ובנו את במות הבעל לשרף את בניהם באש עלות לבעל אשר לא צויתי ולא דברתי ולא עלתה על לבי. (ו) לכן הנה ימים באים נאם ה' ולא יקרא למקום הזה עוד התפת וגיא בן הנם כי אם גיא ההרגה. (ז) ובקתי את עצת יהודה וירושל͏ם במקום הזה והפלתים בחרב לפני איביהם וביד מבקשי נפשם ונתתי את נבלתם למאכל לעוף השמים ולבהמת הארץ. (ח) ושמתי את העיר הזאת לשמה ולשרקה כל עבר עליה ישם וישרק על כל מכתה. (ט) והאכלתים את בשר בניהם ואת בשר בנתיהם ואיש בשר רעהו יאכלו במצור ובמצוק אשר יציקו להם איביהם ומבקשי נפשם. (י) ושברת הבקבק לעיני האנשים ההלכים אותך. (יא) ואמרת אליהם כה אמר ה' צבאות ככה אשבר את העם הזה ואת העיר הזאת כאשר ישבר את כלי היוצר אשר לא יוכל להרפה עוד ובתפת יקברו מאין מקום לקבור. (יב) כן אעשה למקום הזה נאם ה' וליושביו ולתת את העיר הזאת כתפת. (יג) והיו בתי ירושל͏ם ובתי מלכי יהודה כמקום התפת הטמאים לכל הבתים אשר קטרו על גגתיהם לכל צבא השמים והסך נסכים לאלהים אחרים.
(יד) ויבא ירמיהו מהתפת אשר שלחו ה' שם להנבא ויעמד בחצר בית ה' ויאמר אל כל העם. (טו) כה אמר ה' צבאות אלקי ישראל הנני מבי אל העיר הזאת ועל כל עריה את כל הרעה אשר דברתי עליה כי הקשו את ערפם לבלתי שמוע את דברי.

חז"ל געבן אונז א ערקלערונג וויאזוי זאכן זענען צוגעגאנגען אין גי הינום (ילקו"ש רע"ז) אמרו רבותינו ז"ל אע"פ שהיו כל בתי אלילים בירושלים המולך היה חוץ לירושלים במקום מופלג, וכיצד היה עשוי היה צלם והיה לו שבע קנקלין (מחיצות מנוקבות, כעין סבכה) והוא לפנים מהם והיו פניו של עגל וידיו פשוטות כאדם שפותח ידיו לקבל מחברו, והיו מסיקין אותו מבפנים שהיה חלול וכל אדם ואדם לפי קרבנו נכנס, כיצד כל מי שהיה לו עוף היה נכנס לקנקל ראשון ומקריב, צאן לשני, שה לשלישי, עגל לרביעי, פר לחמישי, שור לששי, ומי שהיה מקריב בנו היו מכניסין אותו לשביעי והוא נושקו, ועל זה נאמר זובחי אדם עגלים ישקון. והיו נותנין את הבן לפני המולך והיה מסיק מבפנים עד שהיו ידיו עעשות כאור ונוטלין את התינוק ונותנים אותו לתוך ידיו והיו מביאים תופים ומקישים בהם בקול גבוה כדי שלא יהא קולו של נער יוצא ואביו שומע ומעיו הומים עליו, ולמה נקרא שמו בן הנם שקולו של תינוק היה נוהם מכח האש. דבר אחר שהיו העומדים נוהמים ואומרים יהנה לך יערב לך יבסם לך, לכך נקרא בן הנם:

די פלאץ ווערט אויך דערמאנט אין ישעיה (ל לג) אלס א פלאץ צו באשטראפן דעם מלך אשור "כי ערוך מאתמול תפתה גם היא למלך הוכן העמיק הרחב מדרתה אש ועצים הרבה נשמת ה' כנחל גפרית בערה בה"

עס זעהט אויס אז וויבאלד גיהנם איז געווען די פלאץ פון די רשעים און דארט זאגט ירמיה אז זיי וועלן נענש ווערן, איז פונדעם געווארן דאס איז רשעים גייען אין "גיהנם"

פון די גמרא אין עירובין (יט) זעהט מען אויך אז די "פתח" של גיהנם איז אין די פלאץ גערופן גי בן הנום "שתי תמרות יש בגי בן הנום ועולה עשן מביניהן וזו היא ששנינו ציני הר הברזל כשירות וזו היא פתחה של גיהנם"

היינט צוטאגס זעהט מען נישט דארט גארנישט ספעציעל, זיכער נישט קיין פתח צום גיהנם, דאס איז ווארשיינליך פארשוואונדן געווארן צוזאמען מיטן סמבטיון ועוד
א בילד פון גיהנם היינט צוטאגס.jpg

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 6:47 pm
דורך מי אני
ייש"כ! דארט האסטו צוגעצייכענט:
סקעפטיקער האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
facilitex האט געשריבן: איר מיינט גיהנם איז א פייער? מיין טייער ליבע קינד די לעבסט און א טעות...
איך בין נישט אזוי אויפגעקלערט ווי אייך. פייער מיינט פייער און דריי נישט קיין קאפ.
viewtopic.php?f=13&t=15952
ס'איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער יערות דבש (ח"א ד"ה) שרייבט:
כי תדעו, כי האש חושך למאד, ואינו מאיר כלל. ולכך אש יסודי, אף שהוא קרוב לגלגל לבנה, מכל מקום אינו מאיר בעולם. וכן גיהנום כולו אש, והוא חושך ואפילה. ומה שהוא מאיר הוא בהתערב בו יסוד מים, אבל אש בפני עצמו חשך למאד, ולכן בגיהנום נאמר, רשעים בחשך ידמו.
ועיין באשכול זו ועיין מכאן ולהלן ובכל האשכול שם.

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 7:18 pm
דורך צוזאמגעדרייט
יעצט נאכן זען דעם בילד בין איך אביסל רוהיגער.

וואס זענען די פאקטישע שטראפן, פייער אדער א מאנגל און זיו השכונה וכו'וכו'
בלויז "טיים וויל טעל"

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 8:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א זיסע שמועס דאס, דערמאנט מיר פון דעם. https://www.eastcoastdaily.in/2021/06/0 ... lions.html

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 9:03 pm
דורך שמן למאור
זייער שיין! @סקעפטיקער דערמאנט מיר פון די אמאליגע חכמי השטיבל, ס'איז ניכר אז ער קען פיל מער ווי ער זאגט...

אונז ערווארטן נאך אסאך גוטע שטיקלעך פון דיר!

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 6:23 am
דורך טאמבל סאס
מי אני האט געשריבן:ייש"כ! דארט האסטו צוגעצייכענט:
סקעפטיקער האט געשריבן:
צוזאמגעדרייט האט געשריבן:
facilitex האט געשריבן: איר מיינט גיהנם איז א פייער? מיין טייער ליבע קינד די לעבסט און א טעות...
איך בין נישט אזוי אויפגעקלערט ווי אייך. פייער מיינט פייער און דריי נישט קיין קאפ.
viewtopic.php?f=13&t=15952
און אויב האסטע געהערט פון די פייער אין ק"י מיט די משפחה פון דריי נפשות, ווייסטע גוט וואס איך מיין...



Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 26, 2023 11:46 pm
דורך שעפטאל
אינטרעסאנטע שמועס :)
לאמיתו של דבר, די שאלה ווי איז די גיהנום איז לכאו' נאר ביי דעם גיהנום התחתון אזוי ווי די פסוקים וואס ווערען דא געברענגט.
[איך זיך גראדע די גן עדן התחתון, כ'הער אז דארטען האבען זיין שוין אינטערנעט שנעלקייט פון 26G]

אבער אויף גיהנום העליון קומט נישט אריין די שאלה ווי עס איז, עס איז נישט אין ערגעץ!!!
ניין כ'שרייב נישט קיין כפירה
רוחנית איז נישט אין פלאץ

לדוגמא: ווי איז די עצם שאלה "ווי איז די גיהנום"? אין דיין קאפ אדער אין מיין קאפ? אין ביידע? [איך האב עס אפשר אריינגעלייגט אין מיין לעדעל.]
ווי גרויס און ברייט איז די שאלה? 10 פיס? 2 מייל?
וועלכע קאליר איז עס?

און אוואדע אין רוחנית - פייער מיינט נישט קיין פייער
אונזער השגה אין רוחניות איז נאר השגת המציאות נישט השגת המהות
צו פארשטיין מער זעה די הקדמה פון יסוד האמונה פון ר' ברוך קאסיבער [דאס איז די הקדמה צו פארשטיין רוחנית און קבלה]

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 12:03 am
דורך סקעפטיקער
שער הגמול להרמב"ן אויב פארשטיי איך זאגט ער יא אז דאס איז א פלאץ, בכל אופן איז עס א שיינע שמועס

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 1:37 am
דורך שטרומפ
די רמבם אין זיין םירוש המשניות אויף הקדמה צו פרק חלק (לעצטע פרק אין סנהדרין) גייט דורך די גאנצע ענין פון שכר ועונש. ער ברענגט אראפ דארט אפאר שיטות. ס'וועט אייך זיין אינטערעסאנט עס דורכצוליינען.
https://he.m.wikisource.org/wiki/%D7%94 ... %A1%D7%A3)

לענינינו: איך מיין עס ווען מען זאגט גיהנם דארף עס נישט דווקא מיינען פייער. ס'קען מיינען עניטינג וואס איז אזוי ווייטאגליך ווי פייער. מ'איז עס ממשיך אין פייער ווייל דאס איז א דבר השוה כל און יעדער פארשטייט וואס ס'מיינט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:43 pm
דורך שעפטאל
סקעפטיקער האט געשריבן: שער הגמול להרמב"ן אויב פארשטיי איך זאגט ער יא אז דאס איז א פלאץ, בכל אופן איז עס א שיינע שמועס

נישטא קיינער וואס האט געלערענט (פארשטאנען) רוחניות'דיגע מושגים און וועט טענה'נען ס'איז אין פלאץ, אדער צייט. פינטל.

כדי צו פארשטיין רוחניות'דיגע מושגים איז די הקדמה (די תוכן דערפון) די ספר יסוד האמונה א מאסט.

אהן דעם פארשטייט מען גשמיות'דיגע דמיונות [און מ'מיינט אז דעי בילדער אין קאפ איז גאר רוחניות]

לגבי די רמב"ן, ניתי ספר ונחזה, ער באציהט זיך נישט צו דעם
דא איז די לשון: הרי שאין עונש אלא לנפש. ומהו העונש המשיג אותה, והרי הנפש אינה גוף וגויה, ואינה נתפשת במקום, ואין מחיצה לפניה?
ומה הוא המקום הזה שנקרא "גיהנם" ונדונית שם, אין המקום תופש ואין האש שורף אלא בעלי גוף והדברים הממשיים?
אין לך בעונש הזה אלא שתאבד הנפש ותכרת.

ודבר זה אינו כפי התורה ולא כפי דעתם שלרבותינו זיכרונם לברכה, אלא דעות נכריות הם מדברי המתחכמים באומות העולם, שהרי לדבריו אין עונשו שלאדם אלא כרת, והתורה אינה מחייבת כרת לכל אדם, ונמצא פוטר בטענה הזו שאר החוטאים מן הדין והעונש.
ועוד לדעת זו עשית עובר על כרת אחת, והאפיקורוס הכופר בעיקר ושופך דמים כל ימיו, שוין בדיניהם, שהרי שניהם אבודים ואין עמהם צער ויסורין אחר המיתה
וכבר מפורש בקבלה שהיו בכופרים דעות הללו, מהן שכופר בעונש ושכר שלאחר מיתה כעניין שנאמר ביצר הרע, "כי אין מעשה וחשבון ודעת וחכמה בשאול אשר אתה הולך שמה"; ומהם שלא היה ענשן חמור עליהם, שלא היו מודים אלא באבדן הנפש, והיו אומרים נוח לו לאדם שיאבד והיה כלא היה.
ומדברי חכמים אין צריך להביא ראיה, לפי שכל התלמוד ומדרשי רבותינו מפורשים הם בעניני גיהנם והעונש ההוא. עכ"ל

הרב סקעפטיקער זעהט מיינע טענות אין ערשטע 2 שורות פון די קשיא

אבער זעה די פאנטש ליין (מסקנא) פון די קשיא -כפירה אין עונש, ווייל א נפש האט נישט קיין גשמיות'דיגע צער
דערנאך ברענגט די רמב"ן אז מ'זעהט שון כפירה אין עונש אין נ"ך

אבער די רמב"ן פראבירט אפי' נישט אפצושלאגען דעם הנחה ס'איז נישט אין א גשמיות'דיגע פלאץ
ער דארף נאר אז דו זאלסט גלייבען אז ס'איז דא עונש לאחר המיתה, ס'טוהט [רוחניות'דיג] וויי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 7:57 pm
דורך סקעפטיקער
אז דו לערנסט יא, לערן ווייטער:

ואלו קצת המקומות שספרו בהן ענין גיהנם וצערו וענשו בגמרא ובמדרשים, ומדדו את תכנית. ודברים הללו וכיוצא בהן, אין לתלות אותם במשל, שהרי הזכירו מקומו ומדתו ארכו ורחבו, ודנו עליו לענין איסור והיתר והוא מוזכר להם בענין הדינים ושאר כמה מקומות שלא הזכרנו.

והוא יתברך שמו ברא המקום שנקרא גיהנם, וברא בו אש דקה מן הדקה שאינה גוף ממש נתפש, תופשת בדברים הדקים ומכלה אותם. ושם כח האש הזו באותו מקום הנזכר, כאשר שם כחות השכליים הנבדלים, שהם מלאכים, לכתותיהם בשמים.

קוק די גאנצע זאך וועסטו דיך איבערצייגן.

בכלל וויל איך דיר זאגן, דיין בליק אויף רוחני איז זייער א ראציאנאלע און דער רמב"ם וכת דיליה האבן אזוי געהאלטן, אבער ביי די מקובלים איז די ליניע צווישן גשמי און רוחני אומקלאר און זאכן קענען זיין אזוי ערגעץ אינצווישן. איך פארשטיי אז היינטיגע צייטן הערט זיך די ראציאנאליסטישע מהלך סך בעסער, אבער מ'קען עס נישט אריינשטופן בעל כרחו פאר ווער עס זאגט נישט אזוי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:26 pm
דורך שעפטאל
דיינע לעצטע 2 שורות האבען אויפגעמאכט מיינע אויגן איבער נאך שיטות אויף רוחניות!!
יישר כח פארן מיך קלוגער מאכען!!!

כ'וועל עפענען א אשכול מיטען קעפל. הקדמה צו פארשטיין קבלה.
כ'וועל גיין כפי קוצר ידיעתי אין די ראציאנאלע וועג
הרב סקעפטיקער אדער ווער ס'ווייסט זאל ביטע מסביר זיין נאך מהלכים
ויתרבה החכמה

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 10:28 pm
דורך סקעפטיקער
שעפטאל האט געשריבן:דיינע לעצטע 2 שורות האבען אויפגעמאכט מיינע אויגן איבער נאך שיטות אויף רוחניות!!
יישר כח פארן מיך קלוגער מאכען!!!

כ'וועל עפענען א אשכול מיטען קעפל. הקדמה צו פארשטיין קבלה.
כ'וועל גיין כפי קוצר ידיעתי אין די ראציאנאלע וועג
הרב סקעפטיקער אדער ווער ס'ווייסט זאל ביטע מסביר זיין נאך מהלכים
ויתרבה החכמה
איך וועל דיר זאגן די אמת אז איך בין נישט די גרויסע מומחה אין דעם, אבער איך וועל דיר מעגליך קענען אנגעבן מראה מקומות

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 9:20 pm
דורך הגאון הצדיק
שעפטאל האט געשריבן: כ'וועל עפענען א אשכול מיטען קעפל. הקדמה צו פארשטיין קבלה.
כ'וועל גיין כפי קוצר ידיעתי אין די ראציאנאלע וועג

וואו... מן הסתם ווארט אונז אפ א לאנגע הקדמה וואס מ'וועט דארפן גוט לערנען שוין א האלבע יאהר וואס דו שרייבסט עס :lol: :lol: :lol: :lol:

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:54 pm
דורך שעפטאל

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:09 pm
דורך לייביששרייבער
היינט צוטאגס זעהט מען נישט דארט גארנישט ספעציעל, זיכער נישט קיין פתח צום גיהנם, דאס איז ווארשיינליך פארשוואונדן געווארן צוזאמען מיטן סמבטיון ועוד
אין די גמ' מס' סנהדרין דף ס"ה רבי עקיבא אמר לטורנסרופוס: סמבטיון יוכיח על שביתת שבת זאגט רש"י נהר אחד של אבנים, ובכל ימות השנה שוטף והולך, וביום השבת שוקט ונח.

אין מדרש ב"ר פי"א פסיקתא רתי פכ"ג זאגט דער מדרש שנהר סמבטיון מושך אבנים כל ימות השבת ובשבת הוא נח. אין שאילתות פר' בראשית זאגט ער דארט כי סמבטיון רץ כל הימים, ובשבת הוא עומד. חלק מעשרת השבטים שגלו ע"י שלמנאסר מלך אשור הגלה לנהר סמבטיון.

אין רמב"ן אויפן פסוק אמרתי כי אפיהם אין דברים אז די עשרת השבטים זענען פארטריבן געווארן צו נהר גוזן, וואס די חכז"ל רופן אן סמבטיון. פארוואס ווערט עס גערופן נהר גוזן זאגט דער רמב"ן "כי נקרא גוזן מלשון ויגז שלוים, אתה גוזי. כי העומדים אחריו מוסָרים מבני אדם. וקורין אותו סמבטיון, מפני שביתתו בשבת, כי יום השבת בלשון ההיא "סבט"
ירושלמי מס' סנהדרין פרק י' הלכה ח' זאגט ער אזוי צו דריי פלעצער זענען די עשרת השבטים פארטריבן געווארן. 1. הרי החושך 2. נהר סמבטיון 3. דפני של אנטיוכה (וואס איך ווייס נאך נישט וואס דאס איז)
צווייטע גירסא זיי זענען געווארן באדעקט מיט וואלקענעס.
סמבטיון איז עקזעסטירענד וויבאלד די ירושלמי ברענג דאס אראפ.
שאלה איז נאר וואס איז דאס, און ווי איז דאס?

אן איטערסאנטער מחלוקת צווישען פליאניאות (סל"א פי"ח) און יוסיפות (מלחמות ס"ז פ"ה ה"א)
שרייבט דער פלאניאות דארט. האסטו שוין געהערט פון דעם וואונדערליכען טייך, In Judaea rivus sabbatis omnibus succahlr (אין יהודה - ווערט פון שבת צו שבת די טייך חרוב).
יוסיפות שרייבט ממש פארקערט די טייך וואס לויפט צווישען ארכאיא (ארקא - arkhayi) און רפני וואס דאס איז צווישען די לבנון בערג (הרי הלבנון) וואס געווענליך דארט זענען די וואסערן א גאנצע וואך זייער רואיג עס קומט שבת שטראמט עס מיט א געוואלדיגער כח און דערפאר הייסט דער וואס דערט "שבטיון"

אלדד הדני פארציילט ווען דאס ביהמ"ק איז חרוב געווארן, און די אידן זענען פארטריבן געווארן קיין בבל איז געקומען א וואלקן (אזוי ווי די עמוד הענן זעהט אויס און ארום גענומען אלע פארטריבענע און זיי געטראגן מיט זייער גאנצער האב און גוטס און האט זיי געפירט צו דעם פלאץ וואס מען האט געהעטר דארט א קול רעש גדול די נאכט וואס זיי האבן דארט געלאנדעט (מן הסתם די על נהרות בבל) זאגט ער אז פון יענע נסיעה ווערט דערציילט פון מיינע עלטערן וואס האבן געהערט פון זיינע עלטערן ביז די וואס זענען דארט געווען אז אינדערפרי האבן זיי געזעהן א ריזיגער מיליטער וואס שטייט אנטקעגן א טייך (איך האב נישט קיין בעסערע ווארט דערפאר) און עס האט געשטראמט דארטן אזאנא גרויססע שטיינער כאולי דאס איז א ריווער. אםי גרויסע אייזענע זוילן וואס מען וואלט ווען אריין געשטעקט וואלט צושמעטערט געווארן פון די געוויכט פון די שטיינער. ווי נאר עס איז געוארן פרייטאג בה"ש האט א וואלקן ארום גענומען דעם שטיינער טייך און מען נישט געהערט פון דארט קיין פופס ביז זמן מוצש"ק (מען האט נישט געדארפט קיין פייפערס און קיין זייגער,ס צו וויסען ווען די זמן איז) און די דאזיגע טייך איז דער סמבטיון און מיר רופן דאס אן סבטינו . עס איז דא געוויסע פלעצער ביי די טייך וואס איז נישט ברייטער ווי 60 אמות און דיי וואס זענען געשטאנען אויף די אנדערע זייט טייך האבן געקענט מיט אונז שמועסן אבער מיר האבן צו זיי נישט געקענט גיין און זיי האבן צו אונז נישט געקענט קומען (מובא בהוצאות עפשטיין 5,6) https://www.youtube.com/watch?v=4LLJ0fHYHjs&t=5s

עס איז נאך דא אסאך באשרייבונגען דערוועגן און געוויסע עדות שאפטן אזוי שפעיט ווי אין יאר רפ"ג 1523 און אפי שפעטער אין 1630 אין די חיבור מקוה ישראל (פ"י סי, ל"ט) פון ר' מנשה בן ישראל ואכמ"ל.
די פלאץ הייבט אן מער צו ווערן שרעקעדיג אין פסוקים אין ירמיה (פרק יט וגם בקיצור בפרק ז ל-לג)
לגבי די בן הנם ווי עס איז דערמאנט אין ירמיה איז א נביאות טאקע אויף די פלאץ ווי מע''כ צייכנט אן אבער נישט אויף א ספעציעלער פלאץ וואס דארט קומען אלע ניגון לגהינם. נאר דאס איז א נביאה אז די פלאץ וועט זיין א גהינם. ווייל עס וועלן ל''ע זיין זייער אסאך הרוגים דארט ווען די ביהמ''ק גייט חרוב ווערן.
דער נאמען נעמט זיך לכאורה ווייל די מולך עבודה זרה איז געווען אין די פלוין פון בן הינם און דערפאר איז עס אן גן-הינם בקיצור "גיהנם"
די פלאץ ווערט אויך דערמאנט אין ישעיה (ל לג) אלס א פלאץ צו באשטראפן דעם מלך אשור "כי ערוך מאתמול תפתה גם היא למלך הוכן העמיק הרחב מדרתה אש ועצים הרבה נשמת ה' כנחל גפרית בערה בה"
טאקע דערפאר א פלאץ ווי מען איז געווארן באשטראפט, אדער עס ווערט ערווארטעט שלעכטץ אויף יענעם פלאץ קען עס ווערן אנגערופן גיהנם.

חז"ל געבן אונז א ערקלערונג וויאזוי זאכן זענען צוגעגאנגען אין גי הינום (ילקו"ש רע"ז) אמרו רבותינו ז"ל אע"פ שהיו כל בתי אלילים בירושלים המולך היה חוץ לירושלים במקום מופלג, וכיצד היה עשוי היה צלם והיה לו שבע קנקלין (מחיצות מנוקבות, כעין סבכה) והוא לפנים מהם והיו פניו של עגל וידיו פשוטות כאדם שפותח ידיו לקבל מחברו, והיו מסיקין אותו מבפנים שהיה חלול וכל אדם ואדם לפי קרבנו נכנס, כיצד כל מי שהיה לו עוף היה נכנס לקנקל ראשון ומקריב, צאן לשני, שה לשלישי, עגל לרביעי, פר לחמישי, שור לששי, ומי שהיה מקריב בנו היו מכניסין אותו לשביעי והוא נושקו, ועל זה נאמר זובחי אדם עגלים ישקון. והיו נותנין את הבן לפני המולך והיה מסיק מבפנים עד שהיו ידיו עעשות כאור ונוטלין את התינוק ונותנים אותו לתוך ידיו והיו מביאים תופים ומקישים בהם בקול גבוה כדי שלא יהא קולו של נער יוצא ואביו שומע ומעיו הומים עליו, ולמה נקרא שמו בן הנם שקולו של תינוק היה נוהם מכח האש. דבר אחר שהיו העומדים נוהמים ואומרים יהנה לך יערב לך יבסם לך, לכך נקרא בן הנם:
ווײטער די זעלבע זאך, זאג די איז דאס נישט קיין מקום גהינם ווי מען פארברענט קינדער ?

בסה''כ ווייסטו נישט ווי דער גיהנם געפונט זיך ווייל די האסט נאך נישט פארשטאנען די חז''ל און די פסוקים. טא לאמיר זיך זעצען לערנען און ווייטער ממשיך זיין צו זוכן.

קודם כל מאן יימר אז דער ווארט גיא בן הינם מיינט גהינם ווי איז דער דמיון ? דער איינציגער דמיון איז לכאורה אטימולוגיה ענדליכקייט אינ'ם ווארט אבער אז דאס איז די מקור פון די ווארט גהינם אז די אקטועלער גהינם דארף זיך דארט צו געפונען איז בכלל נישט מכרח.

אבער ווי יא, און וואס יא ?
קריגן זיך די ראשונים דערינען, עס איז נישט קיין ק''ש דעבאטע די רמב''ם אין זיין הקדמה לפרק חלק און די רמב''ן אין שער הגמול
צו דער גהינם איז א פיזישער מצב, אדער א נשמה עונש לעמו''ש

אבער אפי' לויטן שיטה וואס לערנט עס איז אן עונש פיזית מיינט עס ביים לעבן, אדער נאכן שטארבן איז אויך דא א מציאות פון פיזישע עונש?

Re:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:09 am
דורך ים של שלום
שעפטאל האט געשריבן: אינטרעסאנטע שמועס :)
לאמיתו של דבר, די שאלה ווי איז די גיהנום איז לכאו' נאר ביי דעם גיהנום התחתון אזוי ווי די פסוקים וואס ווערען דא געברענגט.
[איך זיך גראדע די גן עדן התחתון, כ'הער אז דארטען האבען זיין שוין אינטערנעט שנעלקייט פון 26G]

אבער אויף גיהנום העליון קומט נישט אריין די שאלה ווי עס איז, עס איז נישט אין ערגעץ!!!
ניין כ'שרייב נישט קיין כפירה
רוחנית איז נישט אין פלאץ

לדוגמא: ווי איז די עצם שאלה "ווי איז די גיהנום"? אין דיין קאפ אדער אין מיין קאפ? אין ביידע? [איך האב עס אפשר אריינגעלייגט אין מיין לעדעל.]
ווי גרויס און ברייט איז די שאלה? 10 פיס? 2 מייל?
וועלכע קאליר איז עס?

און אוואדע אין רוחנית - פייער מיינט נישט קיין פייער
אונזער השגה אין רוחניות איז נאר השגת המציאות נישט השגת המהות
צו פארשטיין מער זעה די הקדמה פון יסוד האמונה פון ר' ברוך קאסיבער [דאס איז די הקדמה צו פארשטיין רוחנית און קבלה]
איך ווייס ווי די גיהנום איז... גלייך נאך די זיבעטע הימל.

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 12:45 am
דורך שמעון וואלף
סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 15, 2023 6:34 pm פון די גמרא אין עירובין (יט) זעהט מען אויך אז די "פתח" של גיהנם איז אין די פלאץ גערופן גי בן הנום "שתי תמרות יש בגי בן הנום ועולה עשן מביניהן וזו היא ששנינו ציני הר הברזל כשירות וזו היא פתחה של גיהנם"
די גמרא שטייט אויך אין מס' סוכה. איך האב דאס אפגעלערענט אז די גהינום איז ערגעץ לעבן טייטלביימער.

שטייטס ווייט פין זיי.

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:07 pm
דורך הגאון הצדיק
שעפטאל האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:54 pm http://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=535899#p535899
אקעי האסט אבער נאך נישט געשריבן די הקדמה איך וואלט עס געוואלט ליינען דערוויל וועט מען אנהייבן צו ליינען די אנדערע ארטיקלן אבער דערווייל ענדיג צו די הקדמה ;) ;) ;)

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:17 pm
דורך שעפטאל
קוק איבער דעם מפתח, ס'איז דארט "הקדמה צו פארשטיין קבלה"

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 9:56 am
דורך הגאון הצדיק
שעפטאל האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 4:17 pm קוק איבער דעם מפתח, ס'איז דארט "הקדמה צו פארשטיין קבלה"
אה נישט באמערקט די ערשטע מאל ייש"כ

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 1:30 pm
דורך סקעפטיקער
לייביששרייבער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:09 pm
היינט צוטאגס זעהט מען נישט דארט גארנישט ספעציעל, זיכער נישט קיין פתח צום גיהנם, דאס איז ווארשיינליך פארשוואונדן געווארן צוזאמען מיטן סמבטיון ועוד
אין די גמ' מס' סנהדרין דף ס"ה רבי עקיבא אמר לטורנסרופוס: סמבטיון יוכיח על שביתת שבת זאגט רש"י נהר אחד של אבנים, ובכל ימות השנה שוטף והולך, וביום השבת שוקט ונח.

אין מדרש ב"ר פי"א פסיקתא רתי פכ"ג זאגט דער מדרש שנהר סמבטיון מושך אבנים כל ימות השבת ובשבת הוא נח. אין שאילתות פר' בראשית זאגט ער דארט כי סמבטיון רץ כל הימים, ובשבת הוא עומד. חלק מעשרת השבטים שגלו ע"י שלמנאסר מלך אשור הגלה לנהר סמבטיון.

אין רמב"ן אויפן פסוק אמרתי כי אפיהם אין דברים אז די עשרת השבטים זענען פארטריבן געווארן צו נהר גוזן, וואס די חכז"ל רופן אן סמבטיון. פארוואס ווערט עס גערופן נהר גוזן זאגט דער רמב"ן "כי נקרא גוזן מלשון ויגז שלוים, אתה גוזי. כי העומדים אחריו מוסָרים מבני אדם. וקורין אותו סמבטיון, מפני שביתתו בשבת, כי יום השבת בלשון ההיא "סבט"
ירושלמי מס' סנהדרין פרק י' הלכה ח' זאגט ער אזוי צו דריי פלעצער זענען די עשרת השבטים פארטריבן געווארן. 1. הרי החושך 2. נהר סמבטיון 3. דפני של אנטיוכה (וואס איך ווייס נאך נישט וואס דאס איז)
צווייטע גירסא זיי זענען געווארן באדעקט מיט וואלקענעס.
סמבטיון איז עקזעסטירענד וויבאלד די ירושלמי ברענג דאס אראפ.
שאלה איז נאר וואס איז דאס, און ווי איז דאס?
דאס איז דאך א חלק פון אונזער מחלוקה, דו זאגסט אז ווייל די ירושלמי ברענגט עס מוז זיין עס עקזיסטירט, ואני לא כן עמדי
לייביששרייבער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:09 pm אן איטערסאנטער מחלוקת צווישען פליאניאות (סל"א פי"ח) און יוסיפות (מלחמות ס"ז פ"ה ה"א)
שרייבט דער פלאניאות דארט. האסטו שוין געהערט פון דעם וואונדערליכען טייך, In Judaea rivus sabbatis omnibus succahlr (אין יהודה - ווערט פון שבת צו שבת די טייך חרוב).
יוסיפות שרייבט ממש פארקערט די טייך וואס לויפט צווישען ארכאיא (ארקא - arkhayi) און רפני וואס דאס איז צווישען די לבנון בערג (הרי הלבנון) וואס געווענליך דארט זענען די וואסערן א גאנצע וואך זייער רואיג עס קומט שבת שטראמט עס מיט א געוואלדיגער כח און דערפאר הייסט דער וואס דערט "שבטיון"

אלדד הדני פארציילט ווען דאס ביהמ"ק איז חרוב געווארן, און די אידן זענען פארטריבן געווארן קיין בבל איז געקומען א וואלקן (אזוי ווי די עמוד הענן זעהט אויס און ארום גענומען אלע פארטריבענע און זיי געטראגן מיט זייער גאנצער האב און גוטס און האט זיי געפירט צו דעם פלאץ וואס מען האט געהעטר דארט א קול רעש גדול די נאכט וואס זיי האבן דארט געלאנדעט (מן הסתם די על נהרות בבל) זאגט ער אז פון יענע נסיעה ווערט דערציילט פון מיינע עלטערן וואס האבן געהערט פון זיינע עלטערן ביז די וואס זענען דארט געווען אז אינדערפרי האבן זיי געזעהן א ריזיגער מיליטער וואס שטייט אנטקעגן א טייך (איך האב נישט קיין בעסערע ווארט דערפאר) און עס האט געשטראמט דארטן אזאנא גרויססע שטיינער כאולי דאס איז א ריווער. אםי גרויסע אייזענע זוילן וואס מען וואלט ווען אריין געשטעקט וואלט צושמעטערט געווארן פון די געוויכט פון די שטיינער. ווי נאר עס איז געוארן פרייטאג בה"ש האט א וואלקן ארום גענומען דעם שטיינער טייך און מען נישט געהערט פון דארט קיין פופס ביז זמן מוצש"ק (מען האט נישט געדארפט קיין פייפערס און קיין זייגער,ס צו וויסען ווען די זמן איז) און די דאזיגע טייך איז דער סמבטיון און מיר רופן דאס אן סבטינו . עס איז דא געוויסע פלעצער ביי די טייך וואס איז נישט ברייטער ווי 60 אמות און דיי וואס זענען געשטאנען אויף די אנדערע זייט טייך האבן געקענט מיט אונז שמועסן אבער מיר האבן צו זיי נישט געקענט גיין און זיי האבן צו אונז נישט געקענט קומען (מובא בהוצאות עפשטיין 5,6) https://www.youtube.com/watch?v=4LLJ0fHYHjs&t=5s

עס איז נאך דא אסאך באשרייבונגען דערוועגן און געוויסע עדות שאפטן אזוי שפעיט ווי אין יאר רפ"ג 1523 און אפי שפעטער אין 1630 אין די חיבור מקוה ישראל (פ"י סי, ל"ט) פון ר' מנשה בן ישראל ואכמ"ל.
מיט אזעלכע ראיות..... וואו איז אפילו שייך מסופק צו זיין אינעם נאמנות פון אלדד הדני?
למשל די ווידיא וואס דו ברעגנסט איז וואו? עס זענען דא דארט עשרת השבטים? מ'קען נישט אריבערגייין? עס רוהט שבת? גראדע מיר זעהט עס אויס ווי אן איינמאליגע זאך, מ'זעהט אנהייב ווי עס הייבט זיך אן
לייביששרייבער האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:09 pm
די פלאץ הייבט אן מער צו ווערן שרעקעדיג אין פסוקים אין ירמיה (פרק יט וגם בקיצור בפרק ז ל-לג)
לגבי די בן הנם ווי עס איז דערמאנט אין ירמיה איז א נביאות טאקע אויף די פלאץ ווי מע''כ צייכנט אן אבער נישט אויף א ספעציעלער פלאץ וואס דארט קומען אלע ניגון לגהינם. נאר דאס איז א נביאה אז די פלאץ וועט זיין א גהינם. ווייל עס וועלן ל''ע זיין זייער אסאך הרוגים דארט ווען די ביהמ''ק גייט חרוב ווערן.
דער נאמען נעמט זיך לכאורה ווייל די מולך עבודה זרה איז געווען אין די פלוין פון בן הינם און דערפאר איז עס אן גן-הינם בקיצור "גיהנם"

די פלאץ ווערט אויך דערמאנט אין ישעיה (ל לג) אלס א פלאץ צו באשטראפן דעם מלך אשור "כי ערוך מאתמול תפתה גם היא למלך הוכן העמיק הרחב מדרתה אש ועצים הרבה נשמת ה' כנחל גפרית בערה בה"
טאקע דערפאר א פלאץ ווי מען איז געווארן באשטראפט, אדער עס ווערט ערווארטעט שלעכטץ אויף יענעם פלאץ קען עס ווערן אנגערופן גיהנם.

חז"ל געבן אונז א ערקלערונג וויאזוי זאכן זענען צוגעגאנגען אין גי הינום (ילקו"ש רע"ז) אמרו רבותינו ז"ל אע"פ שהיו כל בתי אלילים בירושלים המולך היה חוץ לירושלים במקום מופלג, וכיצד היה עשוי היה צלם והיה לו שבע קנקלין (מחיצות מנוקבות, כעין סבכה) והוא לפנים מהם והיו פניו של עגל וידיו פשוטות כאדם שפותח ידיו לקבל מחברו, והיו מסיקין אותו מבפנים שהיה חלול וכל אדם ואדם לפי קרבנו נכנס, כיצד כל מי שהיה לו עוף היה נכנס לקנקל ראשון ומקריב, צאן לשני, שה לשלישי, עגל לרביעי, פר לחמישי, שור לששי, ומי שהיה מקריב בנו היו מכניסין אותו לשביעי והוא נושקו, ועל זה נאמר זובחי אדם עגלים ישקון. והיו נותנין את הבן לפני המולך והיה מסיק מבפנים עד שהיו ידיו עעשות כאור ונוטלין את התינוק ונותנים אותו לתוך ידיו והיו מביאים תופים ומקישים בהם בקול גבוה כדי שלא יהא קולו של נער יוצא ואביו שומע ומעיו הומים עליו, ולמה נקרא שמו בן הנם שקולו של תינוק היה נוהם מכח האש. דבר אחר שהיו העומדים נוהמים ואומרים יהנה לך יערב לך יבסם לך, לכך נקרא בן הנם:
ווײטער די זעלבע זאך, זאג די איז דאס נישט קיין מקום גהינם ווי מען פארברענט קינדער ?

בסה''כ ווייסטו נישט ווי דער גיהנם געפונט זיך ווייל די האסט נאך נישט פארשטאנען די חז''ל און די פסוקים. טא לאמיר זיך זעצען לערנען און ווייטער ממשיך זיין צו זוכן.

קודם כל מאן יימר אז דער ווארט גיא בן הינם מיינט גהינם ווי איז דער דמיון ? דער איינציגער דמיון איז לכאורה אטימולוגיה ענדליכקייט אינ'ם ווארט אבער אז דאס איז די מקור פון די ווארט גהינם אז די אקטועלער גהינם דארף זיך דארט צו געפונען איז בכלל נישט מכרח.
די ווארט גי הנם נעמט זיך זיכער פון דעם פלאץ, דאס איז די נאמען פון די פלאץ אין ספר יושע "גי הנם" (טאל פון הינום). עס ווערט נישט אנגערופן גיהנם ווייל אויף די פלאץ איז געווען שלעכטס, נאר דאס איז די ארגינעלע נאמען פון דעם פלאץ. ירמי' און ישעי' רעדן קלאר פון דעם פלאץ, און חז"ל רעדן אויך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די עבודה אויף דעם פלאץ. חז"ל זאגן אויך אז דארט איז די פתחה של גיהנם. ביסט גערעכט אז שפעטער איז גיהנם געווארן א מושג בפנ"ע אן קייןן שייכות מיט דעם מקום, אבער איך רעד פון די "אקטואלע" גיהנם

Re: וואו איז די גיהנם?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:49 pm
דורך לייביששרייבער
די ווארט גי הנם נעמט זיך זיכער פון דעם פלאץ, דאס איז די נאמען פון די פלאץ אין ספר יושע "גי הנם" (טאל פון הינום). עס ווערט נישט אנגערופן גיהנם ווייל אויף די פלאץ איז געווען שלעכטס, נאר דאס איז די ארגינעלע נאמען פון דעם פלאץ. ירמי' און ישעי' רעדן קלאר פון דעם פלאץ, און חז"ל רעדן אויך וויאזוי עס איז צוגעגאנגען די עבודה אויף דעם פלאץ. חז"ל זאגן אויך אז דארט איז די פתחה של גיהנם. ביסט גערעכט אז שפעטער איז גיהנם געווארן א מושג בפנ"ע אן קייןן שייכות מיט דעם מקום, אבער איך רעד פון די "אקטואלע" גיהנם
איך שרייב דאך אויך אזוי די פלוין פון הינם, אבער אויך איז אין די פלוין פאר געקומען די מולך וואס איז געווען א גהינם פאר זיך אליינס.

גראדע גי הינם האב איך נישט געכאפט אז גי איז א טאל אבער ריכטיג.