בלאט 1 פון 2

פּדיון שׁבוים בּהשׁקפת המשׁפיע ר מרדכי זילבּער שליט"א

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2023 11:59 pm
דורך kikar
עפעס א נייע רעקארדינג ווי די משפיע זאגט אז עס א חילול השם פאר רבנים עוסק צו זיין און פדיון שבוים עס איז "פדיון רשעים".. קוקט אויס ווי אנדערע צוגאנג וואס מען ווייסט ביז יעצט.

קען איינער ארויפקומען מיט די רעקארדינג??

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 3:23 am
דורך תפארת
ווען האט ער גערעדט דערפון, שושן פורים?

שושן פורים האט ער זיך פאררעדט, א עריז נשמת שמשון הנביא מיט די מדריגה פון דער לובלינער צוזאמען, מיט נאך שטותים...
איינער האט אפשר די ריקאדינג?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 4:41 am
דורך טאמבל סאס
נמחק. ליצנות.
מנהל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 11:15 am
דורך ביבער
טאמבל סאס האט געשריבן:נמחק. ליצנות.
מנהל
זייט ווען איז ליצנות נישט ערלויבט דא?

Re: פּדיון שׁבוים בּהשׁקפת המשׁפיע ר מרדכי זילבּער שליט"א

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 11:26 am
דורך פרנס החודש
איך פלעג גיין יעדן מעמד צו אים, ביז איין שושן פורים האט ער אנגעהויבן רעדן ווי ער איז מתקן נשמות…

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 11:55 am
דורך יאסל ראקאווער
פורים קען מען עס אויך מער נישט פארנעמען? וואס איז wrong מיט אונז? ער רעדט הערליך שיינע דברי מחשבה אויף א משוגענע לאכעדיגע וועג. כאטש א מענטש צו טיש. נישט א טיש אן א מענטשַ

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 12:05 pm
דורך סמבטיון
מיין פשעווארסקע חבר האט מיר געזאגט אז זיי זענען געפערליך בייז אויף אים, ער האט עפעס חוזק געמאכט פון פשעווארסק אויך, איינער קען אריינקומען מיט די ריקארדינג?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 4:22 pm
דורך נאך א שמויגער
kikar האט געשריבן:עפעס א נייע רעקארדינג ווי די משפיע זאגט אז עס א חילול השם פאר רבנים עוסק צו זיין און פדיון שבוים עס איז "פדיון רשעים".. קוקט אויס ווי אנדערע צוגאנג וואס מען ווייסט ביז יעצט.

קען איינער ארויפקומען מיט די רעקארדינג??
אויב האט ער אינזין די סיקריקישע טעראריסטען אין ירושלים איז ער כשר גערעכט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 16, 2023 11:37 pm
דורך שמעון וואלף

שושן פורים און סטוטשין

נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 12:19 pm
דורך אמר אביי
בעצם דארף מען עפענען א אשכל איבער שושן פורים און סטוטשין
ווען האט זיך עס אנגעהויבען? תש''נ האט ער געהאט מנין שושן פורים ? די עולם שיכורט. ווען האט ער אנגעהויבן צו טאנמען אויף די טיש???

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 8:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך ווייס נישט צו ס'האט א שייכות אהער אבער אין מיינע צייטן (10-15 יאר צוריק) האט ער שוין געהאט גערעדט קעגן די עסקנות וואס מ'טוט פאר אידן וואס פארפלאנטערן זיך מיט'ן געזעץ, אויב געדענק איך גוט האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט ביי א שיעור פאר די בחורים בערך בזה הלשון: "ווען א גוי גנב'ט זיצט ער און אז א איד גנב'ט עסקנ'ט מען איהם ארויסצונעמען... וואס דארף דער גוי צו טראכטן ווען ער זעהט דאס?! א מין חילול השם דאס! האסט גע'גנב'ט זאלסטו זיצן! זאלסטו זיך אויסלערנען מער נישט צו גנב'נען!"

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 10:05 pm
דורך לאמיר זאגן
כאילו גוים וועלכע האבן גע'גנב'עט פרובירט מען נישט ארויסצונעמען. וואספארא חילול ה' אין קאפ אריין?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 10:05 pm
דורך לאמיר זאגן
לאמיר זאגן האט געשריבן:גוים וועלכע האבן גע'גנב'עט פרובירט מען דען נישט ארויסצונעמען? וואספארא חילול ה' אין קאפ אריין?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 11:30 pm
דורך kikar
Got the recording

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 11:42 pm
דורך שמעקעדיג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'האט א שייכות אהער אבער אין מיינע צייטן (10-15 יאר צוריק) האט ער שוין געהאט גערעדט קעגן די עסקנות וואס מ'טוט פאר אידן וואס פארפלאנטערן זיך מיט'ן געזעץ, אויב געדענק איך גוט האט ער זיך אמאל אויסגעדרוקט ביי א שיעור פאר די בחורים בערך בזה הלשון: "ווען א גוי גנב'ט זיצט ער און אז א איד גנב'ט עסקנ'ט מען איהם ארויסצונעמען... וואס דארף דער גוי צו טראכטן ווען ער זעהט דאס?! א מין חילול השם דאס! האסט גע'גנב'ט זאלסטו זיצן! זאלסטו זיך אויסלערנען מער נישט צו גנב'נען!"
אזא חילול ה' האט ר' משה לייב סאסובער געמאכט! :o

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 11:48 pm
דורך מצפצף
תפארת האט געשריבן:ווען האט ער גערעדט דערפון, שושן פורים?

שושן פורים האט ער זיך פאררעדט, א עריז נשמת שמשון הנביא מיט די מדריגה פון דער לובלינער צוזאמען, מיט נאך שטותים...
איינער האט אפשר די ריקאדינג?
הערט זיך נישט ווי א שושן פורים רעקארדינג.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 11:51 pm
דורך טמיר
שמעקעדיג האט געשריבן: אזא חילול ה' האט ר' משה לייב סאסובער געמאכט! :o
נישט ס'איז נישט אינגאנצן דומה, נאר ס'איז אינגאנצן נישט דומה

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 12:04 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:האט עס צו טון מיט דעם?
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4082349#p4082349
איך ווייס נישט וואס דער גר צדק האט געטון. נאר ס'איז געווען אנ'אנדער גר צדק. אויך א טייערע נשמה. וועלכער איז צוערשט געווען אריינגעמישט אין "פעטטי קריים" מינדערוויכטיגע קרימינאלע מעשים. און ער איז געווען אויף פראובעישן ווען א פארק רעינדזשער, א פרוי האט איהם אפגעשטעלט ווייל ער האט געדרייווט א קאר אן, אדער מיט פאלשע לייסנס פלעיטס. (מסתמא א געגנב'עטע קאר). און ער האט געוואוסט אז אויב ער ווערט יעצט ארעסטירט גייט ער צוריק אין דזשעיל אויסצודינען זיין פולע סענטענס. האט ער איהר געשאסן אויף טויט. און ער איז פארמשפט' געווארן צו טויט שטראף. און דער עולם האט געפערליך שטארק געשתדל'ט פאר איהם. מ'האט אפילו געשיקט פעטישנס צום פויפסט אז מ'זאלל איהם שענקען דאס לעבן. ס'האט אבער גארנישט געהאלפן. די רעגירונג איז געווען אנטשלאסן אדורכצופיהרן דעם סענטענס אויף איהם. זיין הייליגע נשמה יצאת בטהרה. און זיין הייליגער גוף ליגט אין ליבערטי. אין די ביה"ח פון חסד של אמת פון הצדיק ר' מענדי ראזנבערג.

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 12:06 am
דורך פרעזידענט עלעקט
לעצטענס איז ער פעסט צו פידלט איינמאל האט ער גערעדט וועגן ליבאוויטש אז ער איז געווען משיח און זיין קהילה אין וויליאמסבורג האט מען גערעדט קעגן דעם

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 12:54 am
דורך יאסל ראקאווער
פארוואס איז מען צופידעלט אז מ'האלט אז ליבאוויטשער רבי איז א משיח. אפשר איז ער געווען משיח און ער איז געשטארבן. אפשר ווייל די דור איז נישט געווען זוכה דערצו. אפשר וועגן די עבירות פון סאטמאר אידן וואס האבן דוחה געווען די קץ.

ער האט זיכער געפיט די פרופייל וואס די רמב"ם האט אויף משיח. נישט געווען מימות עולם אזא מפיץ יהדות ווי אים. ועוד ידו (השפעותו) נטוייה! (וכצדיק קרוי חיים במתתו, יחי!) און די רמב"ם האלט אז משיח קען שטארבן פאר די גאולה.

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 8:48 am
דורך שמעקעדיג
טמיר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן: אזא חילול ה' האט ר' משה לייב סאסובער געמאכט! :o
נישט ס'איז נישט אינגאנצן דומה, נאר ס'איז אינגאנצן נישט דומה
אדרבה, עקספלעין. איך וויל הערן.

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 11:06 am
דורך אונטער חכם
ווילסט וויסן דעם חילוק צווישן דער איד וואס האט נישט געהאט צו באצאלן די ארענדע און מרדכי יצחק סאמעט?

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 12:58 pm
דורך שמעקעדיג
זאגסט אז דער סאסובער האט נאר אויסגעלייזט די וואס זענען געבליבן שולדיג פאר די ארענדע?