בלאט 1 פון 2
פרישע מערכה קעגן גויטעס אין היימישע סטארס
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 2:24 pm
דורך כלבאשבוע
אינטעגעשריבן דורך 26 מנהלים פון וויליאמסבורג
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 3:02 pm
דורך צקון לחש
Pathetic as usual
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 4:06 pm
דורך [NAMELESS]
צו ברעכן
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 4:27 pm
דורך מתבודד
איינער פון די מנהלים פילט זיך שוין גענוג בא'גדול'ט זיך צו באצירן מיט אן "הק' ". אמער, ער חתמ'עט שוין אויף קול קורא'ס...
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 4:51 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
זייער פיין און וואויל,
אבער זעהט אויס אז זיי האבן בכלל נישט קיין פראבלעם מיט די חמתה מרובה מצלתה - האלב מלובשדיגע נשים [זכר לבנות מואב] וואס דרייען זיך אין די גאסן אין ווס"ב...
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 4:53 pm
דורך בּליקער
געהערט קראנט איבער א מנהל וואס האט נישט געוואלט חתמ׳ן בשו״א, ביז די חברה האבן ארלעדיגט אז דער אדמו״ר שליט״א זעלבסט זאל אים רופן און ״הייסן״ חתמ׳ן. כדרכם בכסל.
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 4:56 pm
דורך בּליקער
וואס האבן זיי צו רעדן צו די געשעפטן? לאָניש דיינע בחורים גיין איינקויפן, און אסר פאר די עלטערן צו ברענגען גוי׳טעס אין שטוב פאר פסח. אדער זאלן די גוי׳טעס ברויכן א משומר סטיקער, דורכגעקוקט ביי מומחים אין דעם פעלד מיט א הכשר אז זי קען נישט מכשיל זיין…
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 5:47 pm
דורך berlbalaguleh
בּליקער האט געשריבן:געהערט קראנט איבער א מנהל וואס האט נישט געוואלט חתמ׳ן בשו״א, ביז די חברה האבן ארלעדיגט אז דער אדמו״ר שליט״א זעלבסט זאל אים רופן און ״הייסן״ חתמ׳ן. כדרכם בכסל.
ניקס קיין חידוש...!
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 5:49 pm
דורך berlbalaguleh
בּליקער האט געשריבן:וואס האבן זיי צו רעדן צו די געשעפטן? לאָניש דיינע בחורים גיין איינקויפן, און אסר פאר די עלטערן צו ברענגען גוי׳טעס אין שטוב פאר פסח. אדער זאלן די גוי׳טעס ברויכן א משומר סטיקער, דורכגעקוקט ביי מומחים אין דעם פעלד מיט א הכשר אז זי קען נישט מכשיל זיין…
דיין תגובה פארדינט צען לייקס...!
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 6:04 pm
דורך berlbalaguleh
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:זייער פיין און וואויל,
אבער זעהט אויס אז זיי האבן בכלל נישט קיין פראבלעם מיט די חמתה מרובה מצלתה - האלב מלובשדיגע נשים [זכר לבנות מואב] וואס דרייען זיך אין די גאסן אין ווס"ב...
ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די מערסטע חתימות זענען פון סאטמאר אין איין פארם אדער אן אנדערע. און פון שאפראן.
דער חידוש איז (מעגליך האביך עס נישט באמערקט ווייל טייל נעמען זענען נישט קלאר) וואו כ"ק אדמו"ר מ'ווינא שליט"א (מ'שרייבט נאכנישט הגה"ק. אז ער 'עטציך באטייליגן אין געניג מערכות וועללן די בעה"ב פון וויליאמ-פעסט, די עיר הקדשה ערלויבן אז מ'זאלל שרייבן דעם טיטל.) איז אין די גאנצע מערכה למען קדשי בני ישראל. ער איז דאך דער רב וואס וויל זיין די מערסטע ,"פאליטיקלי קארעקט" מיט'ן עולם.
נאר איך האב געזעהן (זייענדיג א שכן) אין א היימישן רעסטאוראנט אין בארא פארק א חשוב'ער איד (מיט די שמונה בגדים און דעם גאנצן קלאפערגעצייג) וועלכער דאוונט (טעגליך) אין סאטמאר53 אריינגיין אין דעם רעסטאוראנט פאר א געשמאקן פרישטיג וואס איז סערווירט געווארן דורך א גוי'טע וועלכע איז געווען אין א מצב פון חמתה מרובה מצילתה. (מ'קען נישט ארויסשרייבן מער בפרטיות משום הרחק מן הכיעור והדומה לו). און דער איד האט געגעסן זיין פת שחרית מיט גרויס אפעטיט.
ס'זעהט אויס די (העיליגע) התאחדות הרבנים מיט זייער דעת תורה זענען נאכנישט אנגעקומען דארט אהין...!
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 6:33 pm
דורך שערי יושר
פון וועלכע געשעפטן רעדן זיי? G&G האט נישט נישט קיין גויטעס, וויזנערס אויך נישט, קרן שמואל ישעי' און לי עוו פאטא האבן נישט קיין פרויען, נו וועלכע נאך געשעפטן איז דא ווי א יונגע בחור'ל זאל זיך דרייען?
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 6:42 pm
דורך משה זעקעל
גראסעריס
נשלח: פרייטאג מערץ 17, 2023 6:48 pm
דורך שערי יושר
משה זעקעל האט געשריבן:גראסעריס
עיקר שכחתי
נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2023 9:19 pm
דורך וואלווי
סתם פאר נייגעריקייט...זיי פארופן זיך אויף התאחדות, האט התאחדות טאקע שוין אמאל אפיציעל ארויס געגעבן אזא פסק אז מ'טאר נישט הייערן גויטעס?
כפי הנראה איז דאס היבש נישט לעגאל צו סטראשענען געשעפטן נישט צו היירן נישט-אידן פרויען. ס'דא אפיציעלע חותמים, נעמען מיט שטעלעס, ס'נישט קיין נאמען'לאזע אנדרייער. זעהט נישט אויס צו קלוג.
יאפ, אויב מ'האט נישט געוויסט ביז יעצט, איז קלאר געווארן אז ניו יארק טיימס האט פיינט פרומע יודען...
אומזינסט ...
נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2023 9:23 pm
דורך מונטסורי
דוכט זיך מיר איך האב געזען א צעטל מיט התאחדות לעטטערהעד גראד נעבן דעם צעטל
נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2023 9:30 pm
דורך ליימדארפער
איך בין נייגעריג וועלכע איסור איז נעקסט...
ווייל ס'גייט שוין מיט'ן קאפ אין וואנט אריין
די מוסדות מעג 'לצורך' ארומשווימען איבעראל, ווייל די מוסדות, די וועד, קהילה... זיי מעגן. ווייל זיי נעמען קער...
נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2023 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
שערי יושר האט געשריבן:משה זעקעל האט געשריבן:גראסעריס
עיקר שכחתי
ס'הייסט דו ווייסט נישט? קרויס שטריימלעך. חתנים טארן דארט נישט אריינגיין...לאל. זיי מאכן גאנץ אידישקייט לאיחוכא וטלילא...!
נשלח: מוצ"ש מערץ 18, 2023 11:01 pm
דורך דערהויבענע איד
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די מערסטע חתימות זענען פון סאטמאר אין איין פארם אדער אן אנדערע. און פון שאפראן.
טאקע? ס'איז פאר דיר א חידוש?
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:05 am
דורך a new member here
A few idiots are hijacking kllal yisroel
Who is behind this?
Re: פרישע מערכה קעגן גויטעס אין היימישע סטארס
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:11 am
דורך דער גאלדענער אדלער
בּליקער האט געשריבן:וואס האבן זיי צו רעדן צו די געשעפטן? לאָניש דיינע בחורים גיין איינקויפן, און אסר פאר די עלטערן צו ברענגען גוי׳טעס אין שטוב פאר פסח. אדער זאלן די גוי׳טעס ברויכן א משומר סטיקער, דורכגעקוקט ביי מומחים אין דעם פעלד מיט א הכשר אז זי קען נישט מכשיל זיין…
וואו זאל די משומר סטיקר קלעבן?
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:30 am
דורך berlbalaguleh
אויפ'ן טורבאן אדער שפיצל. ווייל די גוי'טעס מוזן גיין אנגעטון לויט די צניעות סטאנדארטן פון די רע-בנים פון 'סאכדעס. כדי זיי זאללן (ח"ו) נישט מכשיל זיין די מענער וואס דרייען זיך א גאנצן טאג אין שטוב...!
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 4:08 am
דורך וואלווי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:בּליקער האט געשריבן:וואס האבן זיי צו רעדן צו די געשעפטן? לאָניש דיינע בחורים גיין איינקויפן, און אסר פאר די עלטערן צו ברענגען גוי׳טעס אין שטוב פאר פסח. אדער זאלן די גוי׳טעס ברויכן א משומר סטיקער, דורכגעקוקט ביי מומחים אין דעם פעלד מיט א הכשר אז זי קען נישט מכשיל זיין…
וואו זאל די משומר סטיקר קלעבן?
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
א טעטאו איז שלעכט..?
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 4:21 am
דורך berlbalaguleh
פאר די ריכטיגע פרייז וועט מען אויפמאכן א טעטטאו שאפ מיט די הכשר פון התאחדות הרבנים...דער ממלא מקום פון הרב איצא גליק זייכער צאהדיק ליבראכעה נעמט אויך געלט...!