בלאט 1 פון 2
דערקענט איר דעם שריפט?
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 12:14 am
דורך אנאנים
ניין, קיין גראפאלאגיע. אפשר אביסל פסיכאלאגיע.
היינט, אז פארגרעבטע בעלי בתים, פראסטע בור-זיצער (מיט א לויפענדן שאוער), האבן געלייגט א יד אויפן אנאנים אפציע, איז נישט מער ווי רעכט אז דער עולם זאל זיך צום פראבע שטעלן.
זאל א יעניגער עטליכע שורות אפשרייבן, און די אנדערע פרובירן צוטרעפן וועמענ'ס דאס איז. מסכים?
כ'וואלט זיך געקענט ארויסלאזן אויף א רענט איבער די דרייווער וועלכע צינדען נישט אן קיינע בלינקערס ווען זיי האלטן ביים זיך איינדרייען. ס'איז בידי זיך צו רעגן אויף דרייווערס וועלכע צינדען
יא אן בלינקערס ווען זיי פארן ארויס פון א פארקינג-ספאט. אבער כ'וועל מיט אייך ענדערש אן ערב פסח דזשאוק מיטטיילן.
ווייסן דאך אלע דעם ירושלמי, אז ווער עס עסט מצה (אום) ערב פסח, איז גלייך ווי ער איז בועל ארוסתו בבית חמיו.
האט ביאליק ז"ל זיך אויסגעדרוקט: נעה, גלייבט מיר, עס איז ווייט קיין פארגלייך...
און אז מ'רעדט שוין, שוין לאנגע יארן וואס כ'וואונדער זיך אויפן אומענדליכען אידישן צמאון פון מי יתן לי אבר כיונה. די וואס ווייסן, ווייסן אז ס'איז גארנישט אימפרעסיוו. נאטינג טו רייט האום אבאוט.
און אז מ'רעדט שוין #2, מ'האט
לעצטענס צוריק געפענט פאר'ן פובליק איינע פון די חשוב'סטע הייזער אין פאמפעי, נאך א צוואנציג יאריגע רעסטאראציע פון אירע אומצאליגע וואנט-מאלערייען.
אויף א פראמינענטן ארט, באלד ביים אריינגאנג, איז דא א הערליכער פרעסקאו ווי דער גאט פון פערטיליטי וועגט זיך די כלי ההשפעה זיינער אויף א וואגשאל, קעגן א זאק מיט געלט.
און אז מ'רעדט שוין #3, כ'האמיך ערשט דערוואוסט פון א ביבליש-ארכעאלאגישער מאגאזין, וועלכער ווערט
דעליווערט צו אייך אהיים גענצליך אומזינסט!
עכ"פ צום תכלית, רופט אייך אן ווארעם, ווער קלערט איר האט די דאזיגע ציילן געשריבן?
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 12:23 am
דורך קאצקע ציקער
געב א מאלטעפעל טשויס
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:51 am
דורך מתבודד
@תוהו ובוהו? אפשר
@טאמבל סאס??
@אנאנים, ווען גייסטו אונז אויסזאגן?
Re: דערקענט איר דעם שריפט?
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 2:52 am
דורך טאמבל סאס
איך שמעק @ונבנתה העיר
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 12:51 pm
דורך אנאנים
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:31 pm
דורך וואלווי
שמן למאור
Re: דערקענט איר דעם שריפט?
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:35 pm
דורך כרם זית
@ונבנתה העיר.
איך האף סאיז נישט 'על תילה' און ער עט זיך באווייזן, בבחינת מ'דארף צוריק אראפברענגן דעם רבי'ן.
Re: דערקענט איר דעם שריפט?
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:41 pm
דורך טמיר
כ'וואלט נישט געזאגט אז עס האט מיט פסיכולוגיע אסאך איינגעלייגט נאר ענדערש מיט די גרעממער און וואקעביולערי וואס דער שרייבער נוצט. סא מען דארף פשוט האבן אסאך צייט צי שטודירן די אלע שרייבער אבער האבן גאר א שארפע זיכרון
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:46 pm
דורך מתבודד
@ונבנתה גיב איך אויך א שטארקע טשאנס, אבער א גרעסערע טשאנס גיב איך פאר @תוהו ובוהו
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:57 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
נאפ! לפענ"ד איז דאס בכלל נישט ונבנתה! @ונבנתה פארמאגט אסאך מער א פילעזאפישע שפראך.
ענדערש וואלט איך געזאגט,
1) @הבל וריק
2) @תוהו ובוהו
3) @שמן למאור
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 2:21 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
דזשאסט פאר די רעקארד, ווען דו טעגסט איינעם אלץ אנאנים באקומט יענער א געהעריגע נאטיפיקאציע מיט דיין ניק.
(אזוי ארבייט עס לפחות אין מאחורי)
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 2:40 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
דזשאסט פאר די רעקארד, ווען דו טעגסט איינעם אלץ אנאנים באקומט יענער א געהעריגע נאטיפיקאציע מיט דיין ניק.
(אזוי ארבייט עס לפחות אין מאחורי)
דא קוקט נישט אויס אזוי.
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 2:58 pm
דורך ונבנתה העיר
א דאנק פאר'ן קאמפלימענט. כ'בין טאקע מכריז דריי מאל א טאג אז כ'בוק זיך נישט צו הבל וריק, אבער א שטארקע תאוה דערצו האביך. (איינמאל האביך מיר שוין אפי' אויפגעהויבן די בעקיטשע צו קענען שנעלער לויפן.)
טאמבל סאס האט געשריבן:איך שמעק @ונבנתה העיר
יאפ יאפ. דאס בין טאקע
איך אליין. אני אני הוא, דיברתי ועשיתי.
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נאפ! לפענ"ד איז דאס בכלל נישט ונבנתה! @ונבנתה פארמאגט אסאך מער א פילעזאפישע שפראך.
דאס איז אלס געווען פאר'ן קריג. דער רשע האט מיר פארדרייט די זמנים.
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 3:12 pm
דורך מתבודד
נו, יעצט גיימיר איבערלערנען דעם ערשטן תגובה...
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 3:29 pm
דורך שאלתיאל
.
Re: דערקענט איר דעם שריפט?
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 4:34 pm
דורך פאליטיקאנט
איך האלט אז ס'איז ונבנתה!
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 5:58 pm
דורך שמן למאור
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:נאפ! לפענ"ד איז דאס בכלל נישט ונבנתה! @ונבנתה פארמאגט אסאך מער א פילעזאפישע שפראך.
ענדערש וואלט איך געזאגט,
1) @הבל וריק
2) @תוהו ובוהו
3) @שמן למאור
איך קאנפעס, איך בין עס נישט.
נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 6:52 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פאליטיקאנט האט געשריבן:איך האלט אז ס'איז ונבנתה!
יעצט נאכדעם וואס @ונבנתה האט ארויסגעגעבן דעם סוד קען איך אויך זאגן
[emoji1787]
נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 11:17 pm
דורך קאצקע ציקער
נו ווער איז נעקסט מיט א טשעלענדז?
נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 11:50 pm
דורך אנאנים
קאצקע ציקער האט געשריבן:נו ווער איז נעקסט מיט א טשעלענדז?
איך שטיי דא אונטערן Shower שטרום און א מחשבה'לע לויפט מיר ביי, פארוואס מאכן זיי די היץ/קעלט קאנטראל ליווער, גלייך אינטערן שאווער שפריצער, אמער איך מאך דאך קעלטער די וואסער ווייל ס'צו הייס, דארף איך יעצט כאפן א ברי פונעם אלץ א קנס פארן עים וועלן קאלט מאכן?
וואס איז די נער'ישסטע טעכנעלאגיע וואס מען איז אויפגעקומען און די לעצטע יאר הונדרעט? סי.די.'ס, יא דעם שפיגעלדיגן מצה'לע מיטן נקבה אידערמיט, טעיפ'ס האט זיך טאקע געהאט זיינע פראבלעמען, אבער ווי נישט ווי, מיט א פענסיל און די האנט פון א טויגליכע כיתה ח' יונגל האט מען עס אלעמאל געקענט צוריקשטעלן, זענען געקימען די אודיאופילן און "מחדש" געוועהן סידי'ס שר"י וכיון ש"הקריץ" אינו חוזר ומגיד, איינמאל דער כאפט א קריץ פארלירט ער דאס ווארט און קעקעצט ווי א מרוח אשך געשלאגענע.
ווען די וואלסט געקענט האבן נאך א איבר סיי וועלכע די ווילסט נאר וועלכע וואלסטו גענימען? פליגלעך צו פליען? אדער נאך א האנט צו קענען טוען מער ארבעט אויף אמאל? נאך א מוח צי קענען מולטי-טעסקען? נאך א פיס צו........ עם..... האבן נאך אינגראון-טאו-נעילס? אדער נאך א ראש הגויה גאר........?
ווער האט געשריבען די דאזיגע שורות?
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 12:04 am
דורך אנאנים
אנאנים האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:נו ווער איז נעקסט מיט א טשעלענדז?
איך שטיי דא אונטערן Shower שטרום און א מחשבה'לע לויפט מיר ביי, פארוואס מאכן זיי די היץ/קעלט קאנטראל ליווער, גלייך אינטערן שאווער שפריצער, אמער איך מאך דאך קעלטער די וואסער ווייל ס'צו הייס, דארף איך יעצט כאפן א ברי פונעם אלץ א קנס פארן עים וועלן קאלט מאכן?
וואס איז די נער'ישסטע טעכנעלאגיע וואס מען איז אויפגעקומען און די לעצטע יאר הונדרעט? סי.די.'ס, יא דעם שפיגעלדיגן מצה'לע מיטן נקבה אידערמיט, טעיפ'ס האט זיך טאקע געהאט זיינע פראבלעמען, אבער ווי נישט ווי, מיט א פענסיל און די האנט פון א טויגליכע כיתה ח' יונגל האט מען עס אלעמאל געקענט צוריקשטעלן, זענען געקימען די אודיאופילן און "מחדש" געוועהן סידי'ס שר"י וכיון ש"הקריץ" אינו חוזר ומגיד, איינמאל דער כאפט א קריץ פארלירט ער דאס ווארט און קעקעצט ווי א מרוח אשך געשלאגענע.
ווען די וואלסט געקענט האבן נאך א איבר סיי וועלכע די ווילסט נאר וועלכע וואלסטו גענימען? פליגלעך צו פליען? אדער נאך א האנט צו קענען טוען מער ארבעט אויף אמאל? נאך א מוח צי קענען מולטי-טעסקען? נאך א פיס צו........ עם..... האבן נאך אינגראון-טאו-נעילס? אדער נאך א ראש הגויה גאר........?
ווער האט געשריבען די דאזיגע שורות?
פארשטייט זיך אז איך האב געשריבען אביסלע אנדערש ווי געווענדליך.... איך וויל בל"נ ארויסלייגן א multiple choice מארגן נאכט.
ביז מארגן כחצות הלילה וועל איך נישט רעספאנדען צו קיין שום guess
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 10:59 am
דורך אנאנים
קהל'ס נער
נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 12:13 pm
דורך בת קול
די ערשטע האב איך אויך געטראכט ונבנתה אדער מי אני.