בלאט 1 פון 1

ארעסט פון טראמפ

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:41 am
דורך Moshe Moloch
ווי ס'הייסט קומט דאנערשטאג פאר אן ארעסט.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:52 am
דורך שערי יושר
טראמפ האט געשריבן דינסטאג.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:58 am
דורך שמעקעדיג
טראמפ שפעקולירט נאר, עס איז בכלל נישט קראנט אז דאס גייט פאסירן, און אפילו שווער צו גלייבן, וויל די דעמאקראטן וועלן זיך שיסן אין די פוס מיט אזא אקציע.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 2:32 am
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:טראמפ שפעקולירט נאר, עס איז בכלל נישט קראנט אז דאס גייט פאסירן, און אפילו שווער צו גלייבן, וויל די דעמאקראטן וועלן זיך שיסן אין די פוס מיט אזא אקציע.
מ'האט שוין געזאגט אזוי פאר די אימפיטשמענט און ס'האט גארנישט פאסירט. איך וואלט נישט געווען סורפרייזד טאמער זיי גייען אים ברענגן מיט קייטן אין געריכט.

השנאה מקלקלת את השורה.

Re: ארעסט פון טראמפ

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 3:00 am
דורך טאמבל סאס
ס'איז נישט ווי כאילו ער איז געזיצן די גאנצע צייט שטיל און נישט פארפירט איטהער..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 9:01 am
דורך שמן למאור
דער אמת איז אז טראמפ האט זיך נישט ציפול וואס צו זארגן, ווייל אפילו ער ווערט ארעסטירט וועט אים זיין ידיד ר' משה מארגערעטן זיכער ארויסנעמען פון תפיסה...

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 10:15 am
דורך כלבאשבוע

Re: ארעסט פון טראמפ

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:38 pm
דורך כרם זית
קאלובער רבי, צי טוביה מאיר?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:51 pm
דורך יין שרף
כרם זית האט געשריבן:קאלובער רבי, צי טוביה מאיר?
טראמפישניץ

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 11:47 pm
דורך פרעזידענט עלעקט
די איינציגסטע מקור ביזדערווייל איז אז ער זאגט

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 3:43 am
דורך וואלווי
פרעזידענט עלעקט האט געשריבן:די איינציגסטע מקור ביזדערווייל איז אז ער זאגט
די מקור פון "דינסטאג" האט ער אליינס מפרסם געווען.
אזוי ווי ביי מאראלאגא האט ער אויך דאס אליינס ערשט מפרסם געווען.
פשוט'ערהייט, צו קענען קאמפיינען דערמיט אויף טרוטה סאשעל. און ס'ארבעט טאקע, ער ניצט עס פארזיך.

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 2:39 pm
דורך סמבטיון
הער איך אז מען לייגט שוין בעריקעידס אין מאנהעטן

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 1:28 am
דורך פרעזידענט עלעקט
היינט מיטוואך וועלן אויפטרעטן נאך עדות ביי די גרענד זשורי

לכאורה נעקסטע וואך וועט מען רופן טראמפ זאל זיך אונטערגעבן

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 1:28 am
דורך פרעזידענט עלעקט
מייקל קאהן פייגערט צו אויפטרעטן מהאט אים אבער נישט גערופן פאר היינט

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 1:23 pm
דורך פרעזידענט עלעקט
צום סוף האט מען געקענסלט די גרענד זשורי הירינג היינט

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 2:34 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
פרעזידענט עלעקט האט געשריבן:צום סוף האט מען געקענסלט די גרענד זשורי הירינג היינט
אנגעבליך ווייל דער מיטוואך'דיגע וויכטיגע עדות וואס האט געזאלט עדות זאגן קעגן טראמפ האט געטענה'ט אז אלווין ברעג דער מאנהעטן דיסטריקט אטוירני האט אינטענשעלי באהאלטן הונדערטער דאקומענטן פון די גרענד דזשורי. אויב דאס איז אמת, קען דער קלאגער אליין ווערן געקלאגט.
דאס דערמאנט פון דעם פסוק אין תהילים קפיטל ז' בור כרה ויחפרהו, ויפל בשחת יפעל! אוטש!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:01 am
דורך פרעזידענט עלעקט
די שאלה איז וואס איז די נעקסטע סטעפ

נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 3:02 am
דורך פרעזידענט עלעקט
סאיז געווען רעפארטעט אז טראמפ וויל קומען צו די קאורט מיט הענט קאפס פאר די גוטע עד פיקטשער