בלאט 1 פון 1

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 12:14 pm
דורך מתבודד
שכ'ח פארן ארויפברענגן די אינטרעסאנטע נושא.

דיינע נומערן זענען גאנץ בערכ'דיג און ס'העט נאך נעמען א היבש ביסל לענגער ווי די מיינסט אז ניו יארק סיטי זאל אריינוועלן א חסידישע מעיאר.
ס'איז אויך זייער מעגליך אז מיר וועלן זיין גענוג שטארק אז נ"י מעיאר זאל זיין א חסידישע איד. די ניו יארק סיטי פאפולאציע שטייט יעצט ביי ארום 8.5 מיליאן, און איז נאר געשטיגן מיט ארום א מיליאן זייט 80 יאר צוריק. דאס מיינט אז אויב אין 2068 וועט ני"ס פארמאגן 9 מיליאן מענטשן, און פון דעם וועלן 1.6 מיליאן זיין חרדישע אידן. וועלן חרדישע אידן זיין קרוב צו צוואנציג פראצענט פון ניו יארק סיטי! אונזער כוח אין די גאנצע סיטי וועט זיין נאך שטערקער ווי די כח פון די חרדים היינט אין מדינת ישראל!
קודם, די סיטיס פאפולאציע יעצט איז כמעט 9 מיליאן. יעצט, אויב גיבסטו צו אין די נעקסטע 45 יאר 1 מיליאן חרד'ישע אידן אבער פאר די אלגעמיינע פאפולאציע ( ובכללם אידן ) גיבסטו נאר א האלב מיליאן, מיינט עס אז די ני"ס (אלגעמיינע) פאפולאציע איז דראסטיש געפאלן, עפעס וואס איז נישט ממש מסתבר.

פאר קלעריטי, דא איז 2 טשארטס פון וויקי אויף די ברוקלינע און סיטי'ס פאפולאציע די לעצטע 100 יאר.

Re: ווי לאנג ביז חרדים זענען די שטערקסטע כח אין ברוקלין און

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 1:24 pm
דורך פרנס החודש
דער עולם ציעט זיך אוועק אין די מאסן, אויב רעדסטו פון איבערנעמען ברויכסטו קוקן אויף ראקלענד, סאליווען, און אוישען (נ.דש.)קאונטיס

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 10:04 pm
דורך God Farbid
אין אראנדזש קאונטי (ניו יארק) האט סאטמאר אליינס ארום אלף פראצענט פון די גאנצע באפעלקערונג, און ס'וואקסט נאך אסאך שנעלער (ס'האט זיך געדאפלט אין די לעצטע צוועלף יאר).

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 10:38 pm
דורך מונטסורי
דער באשעפער זאל אונז שומר ומציל פון די קארופציע און שמוץ וואס דא וועט זיך אפטון… די גאולה זאל אוודאי פריער קומען און מיר זאלן אלע באפרייט ווערן פון אונזער גלות הדעת.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 10:42 pm
דורך פרנס החודש
מונטסורי האט געשריבן:דער באשעפער זאל אונז שומר ומציל פון די קארופציע און שמוץ וואס דא וועט זיך אפטון… די גאולה זאל אוודאי פריער קומען און מיר זאלן אלע באפרייט ווערן פון אונזער גלות הדעת.
The child will mature itself.
די סיבה פארוואס מיר האבן אזא קארופציע, איז וויבאלד מיר האבן קיינמאל נישט געהאט די אחריות פון פירן א גאווערמענט. נאך אפאר עקפערימענטן מיט לאקאלע ווילידש און טאון פירערשאפט, בין איך גאנץ זיכער אז מיר וועלן זיך צולערנען.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 10:43 pm
דורך מונטסורי
למשל ווי מ'זעט טאקע אין קרית יואל שוין פאר לאנגע יארן צום גוטן, דער באשעפער זאל העלפן אויף ווייטער…

ווי לאנג ביז חרדים זענען די שטערקסטע כח אין ברוקלין און נ"י?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 11:20 pm
דורך פרנס החודש
קרית יואל אויפן אויבערפלאך זעהט טאקע אויס זייער שלעכט, און אויב זאל 'היינט' קרית יואל איבערנעמען די קאונטי וואלט טאקע געווען א חורבן. די פאקט איז אבער אז אויב גייט ביי אונזער עולם פאסירן א רעוואלוציע, גייט עס פאסירן אין קרית יואל מחמת כמה טעמים. און די רעוואלוציע האלט שוין אינמיטן פאסירן, און טאקע אין קרית יואל. שוין יעצט שטייט קרית יואל בעסער פון וויליאמסבורג אין רוב הינזיכטן.

א גוטע ביישפיל ווי אזוי self-governance עפנט אויף פארמאכטע קהילות איז די פייער דעפארטמענט, קרית יואל איז געווען די ערשטע פלאץ ווי א היימישע אינגערמאן האט געקענט ווערן א פייערמאן. קרית יואל האט א פיל גרעסערער פראצענט ציבור וואס גייט נישט מיט מיט'ן שפאן ווי וויליאמסבורג. קרית יואל האט א פיל גרעסערע פראצענט מענטשן מיט סמארטפאונס, שניידן נישט די האר ביי די פרויען (יא!!! א גרעסערע פראצענט ווי וויליאמסבורג!!) מענער וואס גייען נישט מיט הוט און רעקל וכו' און דאס אלעס איז א דירעקטע רעזולטאט פון א) די שנעלע וואוקס ב) עס איז נישט דא דער גוי צו סטראשענען אז אויב וועסט לאזן וואקסן די האר וכדומה, וועסטו ווערן א גוי.

איך בין מסכים מיט דיר אז כהיום האט קרית יואל נישט קיין מושג וואס מאראל און עטיקעט מיינט, אבער זאכן טוישן זיך זייער שנעל, אויב דער עולם וואקסט גענוג שנעל. אין וויליאמסבורג איז דא דריי זיידעס פער בחור, אין קרית יואל איז דא פינעף בחורים פער זיידע. אויטאמאטיש איז עס די אינגע דור וואס דיקטירט ווי אזוי זאכן זאלן פארן.

איך זעה פאראויס א סאטמארע אוניווערזיטעט זאל זיך עפענען אין קרית יואל, נישט ווייל זיי וועלן וועלן, נאר פשוט עס וועט נישט זיין קיין ברירה. עס וועט זיין א פארלאנג פאר פראפעסיאנעלן פשוט אנצוגיין מיטן טאג טעגליכן ווירטשאפט. פארשטייט זיך אז מען וועט עס עפענען מיט א שיינע פרומע נאמען און אויסשטעל וכו'. ממש לעצטענס איז דורך געבראכן געווארן א זאך וואס קיינער האט נישט געגלייבט אז עס וועט פאסירן, קרית יואל האט געעפנט א געריכט, א געריכט מיינט אז מען אנערקענט די געזעצן פונעם לאנד, און אויב לאמיר זאגן עס וועט זיין א קעיס פון קלענערע פארלעצונגען, גייט עס ווערן געריכטעט דורך קרית יואל נישט דורך דיני תורה נאר דורך ניו יארק סטעיט געזעץ, אויטאמאטיש וועט ארינקריכן אין מענטשנס מוחות אז עס איז דא א זאך וואס הייסט געזעץ. און דאס געריכט האט זיך געעפנט אן דעם וואס מען זאל פארפירן אזוי ווי ביי די סקול דיסטריקט, הגם להלכה איז דא טיפערע פראבלעמען דערמיט.

קרית יואל איז נישט א קליינע שטעטל ווי סקווער ווי מען קען אלעס אריינרוקן אונטערן טיש, קרית יואל איז א ריזיגע שטאט, די גרעסטע מוניציפאליטעט אין אראנדש קאונטי, מיט מערערע קהילות, עס וועט זיין זייער שווער אנצוגיין מיט קרימינאליטעטן אונטער די וואכזאמע אויגן פון די קאונטי.

אין פאקט, א שנעלע בליק איבער קרית יואל׳ס היסטאריע זאגט אונז אז ווי מער קרית יואל איז געוואקסן, אלץ מער איז די טעראר און קארופציע געפאלן. קרית יואל האלט מער נישט קיין וואלן אין בית המדרש, רודפ'ט מער נישט די אנדערע קהילות, די ווילידש איז שוין היינט מער נישט אן אפטיילונג פון קהל. עס איז פארשטייט זיך נאך דא א ווייטע וועג צו גיין, אבער עס ווערט כסדר בעסער.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 11:38 pm
דורך מתבודד
בקיצור, די קארופציע איז מער באהאלטן, פראפעסניאל, און ווייניגער חסידיש...

שיין זע מיר אויס

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 11:40 pm
דורך שמעקעדיג
אין קרית יואל זארגט מען זיך מער פאר די צרכי העיר, ווי טרעפיק, גארביטש, שארן שניי, פובליק טראנספארטאציע, וכו' ווי אנדערע פלעצער כמו מאנסי וכדו'.
הגם די רוחניות'דיגע קאנטראל איז נאך שטארק, צב"ש לגבי וועלכע מאגאזינען צו פארקויפן, אדער נישט לאזן רעסטוראנטן וואס מען קען עסן דערינען אדער זיין אפן נאך 11 אדער מוצ"ש, אדער פארקויפן סושי, וכו' וכו', אבער לגבי די גשמיות חלק זענען זיי פיל מער געטריי ווי אנדערע פלעצער.
גיב א קוק אזא פייפליין. וויפיל כוחות איז אריין דערין.

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 12:44 am
דורך אונטער חכם
מתבודד האט געשריבן:בקיצור, די קארופציע איז מער באהאלטן, פראפעסניאל, און ווייניגער חסידיש...

שיין זע מיר אויס
אזוי ווי אין גאנץ אמעריקע...

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 1:30 pm
דורך פרנס החודש
פרנס החודש האט געשריבן:א גוטע ביישפיל ווי אזוי self-governance עפנט אויף פארמאכטע קהילות איז די פייער דעפארטמענט, קרית יואל איז געווען די ערשטע פלאץ ווי א היימישע אינגערמאן האט געקענט ווערן א פייערמאן.

א שנעלע בליק איבער קרית יואל׳ס היסטאריע זאגט אונז אז ווי מער קרית יואל איז געוואקסן, אלץ מער איז די טעראר און קארופציע געפאלן. קרית יואל האלט מער נישט קיין וואלן אין בית המדרש, רודפ'ט מער נישט די אנדערע קהילות, די ווילידש איז שוין היינט מער נישט אן אפטיילונג פון קהל. עס איז פארשטייט זיך נאך דא א ווייטע וועג צו גיין, אבער עס ווערט כסדר בעסער.
אין אנדערע נייעס איז היינט דא וואלן אין בלומינגראוו ווי אידן לויפן אנטקעגן אנדערע אידן. דעמאקראטיע!

נשלח: דינסטאג מערץ 21, 2023 9:09 pm
דורך מונטסורי
זייער אן אינטערעסאנטע טעיק אויף די נושא @פרנס החודש, נאר כ'קלער אזוי מענין לענין, אויב מ'היפאטיזירט שוין אין אזא פאזיטיווע דירעקציע קען מען אויך קלערן אז קרית יואל איז אויך די מערסטע רייף פאר א פאליטישע רעוואלוציע, זינט אסאך פון די כח ההנהגה איז אינוועסטירט אין פאליטישע פאזיציעס, קען דאך אלץ אויפשטיין א באוועגונג פון פאליטישע קעגנערס, ספעציעל לאחר מאה ועשרים פון די איצטיגע פירער, א פאליטישע אויפשאקלונג איז לכאורה גאר א ממשות׳דיגע רעוועלוציע וואס מען קען זען עס זאל פאסירן, דאס הייסט איז ביי א געוויסע פונקט קען עולם גולם אפמאכן זיך צו לאזן הערן מיט ממשות׳דיגע רעזולטאטען, מה שאין כן אין די סיטי וואו רעוועלוציע קען מען זיך נאר פארשטעלן אין טערמינען פון נייע סארט מוסדות אדער סתם דער עולם פאנגט או צו טאנצען צו זייער אייגענע ביעט.

עניוועי, איך מיין איך פארדריי דא דעם שמועס, נאר ס'האט שוין עניוועיס אנגעהויבען אראפצופארן אין קעלער האב איך זיך ערלויבט…

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 10:05 am
דורך טאמבל סאס
פרנס החודש האט געשריבן: קרית יואל איז נישט א קליינע שטעטל ווי סקווער ווי מען קען אלעס אריינרוקן אונטערן טיש, קרית יואל איז א ריזיגע שטאט, די גרעסטע מוניציפאליטעט אין אראנדש קאונטי, מיט מערערע קהילות, עס וועט זיין זייער שווער אנצוגיין מיט קרימינאליטעטן אונטער די וואכזאמע אויגן פון די קאונטי.
האט שוין די גויאישע פאליציי אויסגעפונען וויאזוי די משפחה פון דריי איז פארברענט געווארן?

נשלח: מיטוואך מערץ 22, 2023 1:18 pm
דורך שמעקעדיג
איי טאמבעלע טאמבעלע....
בהאי פחדא הוי יתיב....