בלאט 1 פון 1

ווען דו ביסט משה רבינו?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 6:53 pm
דורך אנאנים
וואס וואלסטו געטון צו מאכן זיכער יעדער ווייסט אז דו ביסט טאקע געווען און די תורה אין די ניסים אין די תורה איז אלעס געשען?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 6:57 pm
דורך סקעפטיקער
וואס האט דאס מיט משה? דאס האט מיט גאט

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 7:01 pm
דורך קהל'ס נער
איינער וואס קען שפאלטן די ים, ברענגען וואסער פון א שטיין און נידערן מן וכו' איז א משה רבינו.
צו איז ער פינקט יענע משה רבינו וואס האט ארומגערינגעלט די יודן אין מדבר פאר פערציג יאר, כ'ווייס נישט, אבער למאי נ"מ?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 7:02 pm
דורך קלעראוןשער
איך וואלט געהאט בטחון אז מיין גאט דעם כל יכול ויצר כל היצורים וועט ווארשיינליך טרעפן א סאלושן. נישט אפ טו מי.

Re: ווען די ביסט משה רבינו?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 7:38 pm
דורך דיכטער
אנאנים האט געשריבן:וואס וואלסטו געטון צו מאכן זיכער יעדער ווייסט אז די ביסט טאקע געווען און די תורה אין די ניסים אין די תורה איז אלעס געשען?
איך וואלט ארויף געקומען דא אויף קאווע שטובל (מיט א באהאלטענע ניק אדער גאר אנאנים) און אנגעפרעגט ביי דעם עולם, דער פראגע...

Re: ווען די ביסט משה רבינו?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 7:49 pm
דורך צוזאמגעדרייט
איך וואלט געלאזט דער עולם אנגיין מיטן לעבן, אין בעסטן פאל וואלט איך אראפגעברענגט אפאר נייע מוזיק סטיילס.

גענוצט מופתים צו אויסהיילן מחלות און פארבעסערן דאס וועלט.

נישט אנגעגאנגען אויב אימיצער גלייבט אין מיר צו נישט, די עיקר איז אויפטון.

צוזאמגעברענגט יומענעטי!

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 7:58 pm
דורך רביה''ק זי''ע
העי מיסטער אנאנים, קום אריין קלאר, ביזטו טאקע משה רבינו? אויב יא האב איך אפאר שאלות דיר צו פרעגן. וואס איז דאס ווארפן א פראגע און אונז לאזן הענגען אין די לופטן?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 8:36 pm
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:העי מיסטער אנאנים, קום אריין קלאר, ביזטו טאקע משה רבינו? אויב יא האב איך אפאר שאלות דיר צו פרעגן. וואס איז דאס ווארפן א פראגע און אונז לאזן הענגען אין די לופטן?

איך וואלט מגלה געווען די שלש מאות הלכות וואס זענען פארגעסן געווארן וואס קיינער ווייסט נישט...

אמר רב יהודה אמר רב בשעה שנפטר משה רבינו לגן עדן אמר לו ליהושע שאל ממני כל ספיקות שיש לך אמר לו רבי כלום הנחתיך שעה אחת והלכתי למקום אחר לא כך כתבת בי (שמות לג, יא) ומשרתו יהושע בן נון נער לא ימיש מתוך האהל מיד תשש כחו של יהושע ונשתכחו ממנו שלש מאות הלכות ונולדו לו שבע מאות ספיקות ועמדו כל ישראל להרגו וכו'

נעקסט טיים פרעגט מען.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 8:36 pm
דורך שמן למאור
איך וואלט זיך איינגע'טענה'ט מיט גאט אז מען דארף קודם לאזן די ווידיאו ערפינדן ווערן און ערשט דערנאך מאכן דעם מעמד הר סיני.

סארא זאך איז דאס מאכן די גאנצע טאראראם און די איינציגסטע באווייז דערצו איז עפעס אן אלטע ביכל?

אבער אז ס'שוין אזוי, וואלט איך געבעטן גאט אז ער זאל שרייבן די עשרת הדיברות אין פייערדיגע אותיות אין הימל, אזוי אז יעדער זאל עס כסדר קענען זען.

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 8:38 pm
דורך וואלווי
שמן למאור האט געשריבן:איך וואלט זיך איינגע'טענה'ט מיט גאט אז מען דארף קודם לאזן די ווידיאו ערפינדן ווערן און ערשט דערנאך מאכן דעם מעמד הר סיני.

סארא זאך איז דאס מאכן די גאנצע טאראראם און די איינציגסטע באווייז דערצו איז עפעס אן אלטע ביכל?
דו פרעגסט במה אדע? איך הער גוט?

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 8:40 pm
דורך וואלווי
אנאנים האט געשריבן:וואס וואלסטו געטון צו מאכן זיכער יעדער ווייסט אז די ביסט טאקע געווען און די תורה אין די ניסים אין די תורה איז אלעס געשען?
כ'וואלט מסביר געווען ווי אזוי וראית את אחורי זעהט אויס.

איי משה רבינו וואלט געקענט קוקען אין רש"י וואס זאגט מלמד שהראה לו קשר תפילין...

נשלח: זונטאג מערץ 19, 2023 9:06 pm
דורך מתבודד
אנאנים האט געשריבן:וואס וואלסטו געטון צו מאכן זיכער יעדער ווייסט אז די ביסט טאקע געווען און די תורה אין די ניסים אין די תורה איז אלעס געשען?
עט די ענד אף די געים וואלט איך אוודאי געטון בדיוק ממש וואס דער ארגינעלער מרע"ה האט געטון.

אלא מאי לאזן דעם דמיון לויפן אביסל?
איך וואלט זיך איינגע'טענה'ט מיט גאט אז מען דארף קודם לאזן די ווידיאו ערפינדן ווערן און ערשט דערנאך מאכן דעם מעמד הר סיני.
איך טראכט נאכמער, נישט נאר מ'זאל עס קענען אפכאפן נאר ס'זאל געסטרימט ווערן לייוו אויף יעדע נעטווארק איבערן גארער וועלט.
אבער לכאו' לויט די מדרשים איז געשען עפעס ענליך צו דעם. און די ספיקות נאגן נאך אלס.
אמת, מיר האבן נישט היינט קיין ווידיאו פון מתן תורה אבער בוא וראה וואס מענטשן זאגן אויף די האלאקאוסט וואס איז געהעריג דאקומענטירט און קנאפע 80 יאר צוריק, און טויזנטע מענטשן לייקענען עס שוין. קוקט אויס אז ווידיאו איז שוין אויך נישט די שטערקסטע ראי'. (מענטשן וואגן זיך שוין צו זאגן אזוי אויף די רוסישע אינוואזיע אין אוקריינא אויך)

איין דמיון וואס כ'האב יא איז אז כ'וואלט אויסגעשטעלט מ'זאל טרעפן אין היינטיגע יארן עפעס אן אלטן כתב דאקומענטירט צום תקופת מתן תורה, ווי ס'זאל געשריבן ווערן אלע הלכות למשה מסיני...
און ווייטער, וויאזוי קען מען אויפווייזן מיט א וודאות אז ס'קומט טאקע פון יענע תקופה?...

נשלח: מאנטאג מערץ 20, 2023 12:41 am
דורך שמן למאור
מתבודד האט געשריבן:

אזוי ווי דו ברענגסט ארויס.. אייביג וועט זיין מענטשן וואס וועלן זיין איפכא מסתברא, אבער שיין וואלט געווען (פון משה רבינו'ס שטאנדפונקט) ווען די נישט גלויביגע אין גאט וואלטן געווען אזוי ווי די האלאקאוסט לייקענער...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 10:20 am
דורך מיין אמת
די בעסטע זאך וואס איך וואלט געטוהן איס צי איבער לאזן ארכילאגישע באווייזן וואס עבריים זאלן אריין קריצען אין שטיין און עס באגראבען אין מב מדבר מסעות.
אזוי שרייבענדיג דערמאן איך זיך אז סע איז טאקע דא אזא סארט איידיע אין די תורה. אין דברים שטייט אז ווען מען גייט אריין אין ארץ ישראל זאל מען שרייבן משה'ס לערנונגען אויף שטיינער אין עס לייגען אין פארשידענע פלעצער . אנגעהויבן אויף די גרונדען פון די ירדן. סא אין דברים שטייט אז מען האט עס טאקע אונזינען געהאט.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 11:21 am
דורך אנאנים
איך האב אלעס פראבירט, ס’האט גארנישט נישט געהאלפען, ’’אתם עם של קקות’’

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 2:32 pm
דורך שמן למאור
מיין אמת האט געשריבן:די בעסטע זאך וואס איך וואלט געטוהן איס צי איבער לאזן ארכילאגישע באווייזן וואס עבריים זאלן אריין קריצען אין שטיין און עס באגראבען אין מב מדבר מסעות.
אזוי שרייבענדיג דערמאן איך זיך אז סע איז טאקע דא אזא סארט איידיע אין די תורה. אין דברים שטייט אז ווען מען גייט אריין אין ארץ ישראל זאל מען שרייבן משה'ס לערנונגען אויף שטיינער אין עס לייגען אין פארשידענע פלעצער . אנגעהויבן אויף די גרונדען פון די ירדן. סא אין דברים שטייט אז מען האט עס טאקע אונזינען געהאט.
ס'וואלט נאר שיין געווען ווען מיר טרעפן עס, אזוי אז מען פארלאזט זיך נישט אויף ארכילאגיע וואס מען טרעפט בלויז אין די תורה...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 2:35 pm
דורך שמן למאור
אנאנים האט געשריבן:איך האב אלעס פראבירט, ס’האט גארנישט נישט געהאלפען, ’’אתם עם של קקות’’
דעמאלטס באשאף מענטשן וואס זענען ווייניגער קקות.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 2:43 pm
דורך כוואליעס
איך וואלט אפגעפיצט מיט די שטיינער פון די ערשטע לוחות צו עפעס א פארשטופטע אינזאל, געטוישט מיין נאמען, און געמאכט שבת פאר מיר.

איך וואלט געזאגט פארן אייבערשטן זאל אויסמעקן (ח"ו) די אידן און מיר מאכן פאר א גרויס פאלק.

איך וואלט מתחילה געבליבן ביי מיין שווער יתרו און פטור אן עסק.

אדער וואלט איך געבליבן ביי פרעה אין פאלאץ און כל טוב

טאקע דערפאר בין איך נישט משה רבינו!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 30, 2023 4:03 pm
דורך טאמבל סאס
איך וואלט געשריבן אז קטורת זאל ווייטער אנגיין אויך מחוץ למשכן און אז ס'איז כולל אלע סארטן גראזן וואס זענען משכר.

אויך וואלט איך איבערגעגעבן די רביסטיווע נישט צו יהושע נאר צו גרשום.

צום לעצט וואלט איך איבערגעלאזט די לוויים מיט עפעס מער ווי בלויז וואשן די הענט פון די כהנים. ווי למשל וואשן אויך די פיס אדער אויפהייבן די כהנים זיי ארויפצושטעלן אויף די ארון קודש פארן דוכענען. ספעציעל די בחורלעך.

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 10:58 am
דורך מיין אמת
שמן למאור האט געשריבן:
מיין אמת האט געשריבן:די בעסטע זאך וואס איך וואלט געטוהן איס צי איבער לאזן ארכילאגישע באווייזן וואס עבריים זאלן אריין קריצען אין שטיין און עס באגראבען אין מב מדבר מסעות.
אזוי שרייבענדיג דערמאן איך זיך אז סע איז טאקע דא אזא סארט איידיע אין די תורה. אין דברים שטייט אז ווען מען גייט אריין אין ארץ ישראל זאל מען שרייבן משה'ס לערנונגען אויף שטיינער אין עס לייגען אין פארשידענע פלעצער . אנגעהויבן אויף די גרונדען פון די ירדן. סא אין דברים שטייט אז מען האט עס טאקע אונזינען געהאט.
ס'וואלט נאר שיין געווען ווען מיר טרעפן עס, אזוי אז מען פארלאזט זיך נישט אויף ארכילאגיע וואס מען טרעפט בלויז אין די תורה...
דעיס איז טאקע די זאך, מען דארף זיכען די שטיינער אויף די פלעצער און זען צו ס'ע איז דא.

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 9:55 pm
דורך מרדכי מרדכי
איך וואלט מיך געפלאגט צי פארשייין די אלע את'ין וואס ר' עקיבא האט געדרשנט.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 1:04 am
דורך אדוני המלך
כוואלט זיך באוויזן צי יעדע מענטש באזונדער.
פארוואס באווייזט זיך גט פאר דע גרויסע אברהם אבינו..יצחק..משה רבינו..אין אינז קלענערע מענטשן וואס קענען סאך מער א טובה האבן פין זעהן גט בפרט, דארפן סטאם גלייבן אז גט האט זיך פאר זיי באוויזן אין זיך שוין פארלאזן אז סיז אמת…אפשר זענען זיי סטאם הויך געווען אין סיז קיינמאל נישט אמת דע גאנצע מעשה…נאר דעיס אז טויזענטע יארן שפעטער אין מפרעגט נאך וואס מוואלט געטון אנדערש, קען זיין דעיס אליינס איז א רמז אז ער האט אלעס גוט געטוהן… גלייבן אלעס וועגן משה איז יסוד פין ידישקייט און דע דרייצן עיקרים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 27, 2023 8:46 pm
דורך ערנסטגערעדט
מתבודד האט געשריבן:
אנאנים האט געשריבן:וואס וואלסטו געטון צו מאכן זיכער יעדער ווייסט אז די ביסט טאקע געווען און די תורה אין די ניסים אין די תורה איז אלעס געשען?
עט די ענד אף די געים וואלט איך אוודאי געטון בדיוק ממש וואס דער ארגינעלער מרע"ה האט געטון.

אלא מאי לאזן דעם דמיון לויפן אביסל?
איך וואלט זיך איינגע'טענה'ט מיט גאט אז מען דארף קודם לאזן די ווידיאו ערפינדן ווערן און ערשט דערנאך מאכן דעם מעמד הר סיני.
איך טראכט נאכמער, נישט נאר מ'זאל עס קענען אפכאפן נאר ס'זאל געסטרימט ווערן לייוו אויף יעדע נעטווארק איבערן גארער וועלט.
אבער לכאו' לויט די מדרשים איז געשען עפעס ענליך צו דעם. און די ספיקות נאגן נאך אלס.
אמת, מיר האבן נישט היינט קיין ווידיאו פון מתן תורה אבער בוא וראה וואס מענטשן זאגן אויף די האלאקאוסט וואס איז געהעריג דאקומענטירט און קנאפע 80 יאר צוריק, און טויזנטע מענטשן לייקענען עס שוין. קוקט אויס אז ווידיאו איז שוין אויך נישט די שטערקסטע ראי'. (מענטשן וואגן זיך שוין צו זאגן אזוי אויף די רוסישע אינוואזיע אין אוקריינא אויך)

איין דמיון וואס כ'האב יא איז אז כ'וואלט אויסגעשטעלט מ'זאל טרעפן אין היינטיגע יארן עפעס אן אלטן כתב דאקומענטירט צום תקופת מתן תורה, ווי ס'זאל געשריבן ווערן אלע הלכות למשה מסיני...
און ווייטער, וויאזוי קען מען אויפווייזן מיט א וודאות אז ס'קומט טאקע פון יענע תקופה?...
סאיז איראניש אז מעמד מתן תורה אויף הר סיני ווערט געברענגט אלס פרוף אז אידישקייט איז די איינציגסטע רעליגיע וואס קומט גראד פון ג-ט
ווייל סאיז ששים רבוא וואס האבן געגלייבט אין דעם און ביי אלע אנדערע רעליגיעס איז נישט געווען קיין קלעים פון דער אייבישטער זיך באווייזן פאר אזא גרויסער עולם, ממילא איז שווער צו זאגן אז טויזנטער האבן אויפגעמאכט די מעשה פון מתן תורה. איך האב דאס געזען אין עטליכע בוכער וואס כהאב געליינט, צו פון ר׳ ארי׳ קאפלאן, צו אנדערע. און דא קומסטו אז מוואלט געדארפט האבן א קליפ… נו סאיז דא א שאו אויף עברית געדענק איך נישט דעם נאמען, אבער סאיז מלא כפירה